מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:מסילה איז א ארגענעזאציע וואס העלפט מיט בודזשעטינג. ס׳דא אסאך יונגעלייט ואס האבן זייער טרעיניג און געבן אוועק פון זייער צייט לשם מצוה צו העלפן עדווייזען מענשטען צו בודזשעטען ריכטיג! א זאך וואס רוב עולם פאלט אין דעם אדורך און מאכט גרויסע טעותים טאג אן און טאג אויס.

אויב די אינגערלייט פון מסילה ארבייטן בחנם, פארוואס בעטן זיי $750 פאר זייער סערוויסעס (מען קען באקומען הילף פון געוויסע ארגאנעזאציעס צו באצאלען א חלק, אדער אפשר זיי אליין באצאלען א חלק)? איך האב נישט קיין טענות אויב די אינגערלייט מאכן געלט, עס קומט זיך זיי, זיי ארבייטען דערפאר, אבער ביטע בלויז אמת.

ווי האסטו געזעהן אז זיי בעהטן געלט פאר זייערע סערוויסעס? איך קען א יונגערמאן א חבר מיינע וואס איז אפרק יאר נאך זיין חתונה געווען אין חובות און זי האבן איהם נישט נאר עדווייזט און איהם געהאלטען ארויס מויפן פון ווילימסבורג און געשניטן זיין בודזשעט ריכוז און לינקס נאר נאך אויך געגעבן פאקטיש געלט איהם ארויס צן זעהן פון זיינע חובות. ס׳שוין אפאר יאר שפעטער און דער יונגערמאן שטייט הערליך שיין אויף די אייגענע פיס.

סא ס׳מאכט נישט קיין סענס וואס איר זאגט.

האט איר די אפליקאציע וואס איך האב באקומען https://drive.google.com/file/d/1ndrUEN ... p=drivesdk

עס איז 450/600 איך האב נישט גוט געדענקט

עדיט: זעה מיין נעקסטע תגובה
לעצט פארראכטן דורך Waukesha אום פרייטאג מאי 15, 2020 12:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

אן עי-מעיל וואס איך האב פון זיי באקומען, שטייט יא $750 נאך דעם וואס מען באצאלט $150 פאר די איניטשעל קאנסולטינג

Mesila form.pdf
(66.35 KiB) געווארן דאונלאודעד 62 מאל
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

Waukesha האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
j718 האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:@קלמן הלוי

ווי קנאפער האט שוין גענפערט. די און איך קען מיר אויך האבן ביי זיי א טרעיניג און באקומען זייער לייסענס.

איך קען א היימישע יונגערמאן אין מאנסי וואס האט זייער לייסענס.

איך האלט אז ווען וועלט איז וועלט וואלט א יעדע יונגערמאן א יאר צוויי נאך ער הייבט אן ארבייטן געגאנגען צו א מסילה עדווייזער וואלט נישט געווען אזוי פוהל צדקה אקציעס, שנאר און מיטשעריי ביי די קרובים, און גניבות פון די בענק, ביים חתונה מאכן די קינדער. איך האלט אזוי קלאר למעלה מכל ספק.

וואס איז ווערט די לייסענס וואס זיי געבען?
וואס דארף מען זיך לערנען עס צו באקימען ?

זיי האבן עדווערטייזעד א קורס פון 24 שעה וואס מען דארף ענדיגען.

אפשר קענט איר דא ארויף שטעלן די עדווערטייזמענט וואס איר האט געזעהן פון זיי?

איך האב עס געזען ראש השנה צייט אין ביהמד איך האב נישט די עד.

https://www.mesila.org/services/persona ... ainingfaq/

דא שטייט 30 אקעדימיק שעה, ווי אויך שטייט מער פרטים.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

איך זיך א financial advisor, זענען דא היימישע אידן וואס זענען גוט אין דעם? טוט קרן עזר עדווייזען אויף דעם? אן אנדערע ארגאנזאציע (אדער אפילו א ביזנעס) וואס קען רעקעממענדען איינעם? מסילה איז נישט פאר מיר, ווייל זיי זענען דא איין מאל אוועקצושטעלען א יסוד (בוז 6 מיטינגען), און דערנאך (נאך 3 חדשים) קען מען שוין מער וויינגער אליינס, איך וואלט געוואלט איינעם וואס איך קען יעצט זיצן א מיטינוג אדער 2 אוועקצושטעלען א יסוד, און דערנאך זיך טרעפען איינמאל יעדער 6 חדשים דורכצושמועסען ווי מען האלט אויף׳ן וועלט.

מסילה טוהט א געוואלדיגער ארבייט, אבער דאס איז נישט וואס איך זיך יעצט, זיי זענען בעיקר געמאכט פאר איינעם וואס זיין בודזשעט איז נישט מסודר, ב״ה מער וויינגער איז מיין בודזשעט מסודר, איך טראכט נאר פון אוועקלייגען אויף חתונה מאכן און ריטייערמענט.
אברך
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

Waukesha האט געשריבן:איך זיך א financial advisor, זענען דא היימישע אידן וואס זענען גוט אין דעם? טוט קרן עזר עדווייזען אויף דעם? אן אנדערע ארגאנזאציע (אדער אפילו א ביזנעס) וואס קען רעקעממענדען איינעם? מסילה איז נישט פאר מיר, ווייל זיי זענען דא איין מאל אוועקצושטעלען א יסוד (בוז 6 מיטינגען), און דערנאך (נאך 3 חדשים) קען מען שוין מער וויינגער אליינס, איך וואלט געוואלט איינעם וואס איך קען יעצט זיצן א מיטינוג אדער 2 אוועקצושטעלען א יסוד, און דערנאך זיך טרעפען איינמאל יעדער 6 חדשים דורכצושמועסען ווי מען האלט אויף׳ן וועלט.

מסילה טוהט א געוואלדיגער ארבייט, אבער דאס איז נישט וואס איך זיך יעצט, זיי זענען בעיקר געמאכט פאר איינעם וואס זיין בודזשעט איז נישט מסודר, ב״ה מער וויינגער איז מיין בודזשעט מסודר, איך טראכט נאר פון אוועקלייגען אויף חתונה מאכן און ריטייערמענט.

BFG האט א אפטיילונג פון היימישע פיינענשל עדווייזערס (זיי זענען לייסענסד, פעדושיערי, און פארקויפן נישט קיין אינשורענס).

איך קען דיר שיקן דעם נומער פון זייערס א עדווייזער אין אישי.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

איך וויל פרעגען די מבינים דא א שאלה
( דער וואס ווייסט נישט וואס Variable Life Insurance מיינט , זאל ביטע נישט מגיב זיין )

וואו איז ענדערש אריינצולייגען געלט
1) מיוטשעל פאנדס
2) Variable Universal Life Insurance

בעצם ארבעט די פאליסי אויף די סטאק מארקעט + עס האט אויך די מעלה אז מען צאלט נישט קיין טעקס כל זמן מען לאזט איבער געלט אין די פאליסי

מצד שני איז עס עפעס ווייניגער וואו מיוטשעל פאנד וויבאלד א חלק געלט גייט פאר די חלק הלייף אענשורענס

איינער מיט עקספיריענס ?
@אברך, @גאלדענע אפשר קענט איר מיר אויסקלארן ?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

וואס עפעס? האט געשריבן:איך וויל פרעגען די מבינים דא א שאלה

ס'איז נישט קיין גוטע עצה צו נעמען עדווייס פון אנינאם ניקס אויף אייוועלט, איך קען נישט דיין פינאציעלער מצב, און איך ווייס נישט די טערמינען פון די לייף אינשורענס וואס מען אפפערט דיר. אבער אויב די ווילסט א פשוט'ע וועג פון רעכענען אויב עס לוינט זיך, קודם כל, דארפסטו טראכטען, וואס פאר א לייף אינשורענס דארף איך? ביז ווען דארף איך זיין געדעקט? ביז 70? 75? דערנאך בעט א קוואוט פאר טערם לייף אינשורענס, דערנאך מאך א חשבון וויפיל מער קאסט דיר א חודש די וועריבעל לייף אינושרענס, דערנאך קוק אויף וויפיל געלט זיי זאגן די וועסט באקומען אין עווערידזש, לויט זייער עוורידזש רעיט, (וויכטיג אויך צו קוק אויף די פלאר אין סילינג רעיטס, אויב זיי האבן). דערנאך קוק דא, און לייג אריין איניטשעל אינוועסטמען $0, חודש'ליכ'ע אינוועסטמענט די חילוק אין פרייז צעווישען טערם לייף אינשורענס און די פרייז פאר די וועריבעל לייף אינשורענס, לייג אריין 9% ביי די ריטיורן רעיט, און קוק צו זען וועלעכער איז מער, די אינשורענס, צו די S&P?

למשל, אויב טערם קאסט $50 א חודש, און וועריביל קאסט $200 א חודש, קומט אויס אז די צאלסט אריין איבריגע $150 א חודש פאר די מיוטשעל פאנד חלק, אויב וועסטו נעמען די $150 און אריינלייגען אין א געהעריגע מיוטשעל פאנד, וועסטו האבן $28,457.80 נאך 10 יאר, יעצט קוק אויף די מיוטשעל פאנד חלק פון די וועריביל וויפיל די גייסט באקומען אן עווערידזש נאך 10 יאר, די חילוק צעווישען דאס און 28,457, איז וואס די באצאלסט באמת פאר די וועריביל לייף אינשורענס פאר 10 יאר, זעה טאמער עס לוינט זיך דיר. רעד דיך דארך מיט דיין אדזשענט צו זעהן וואס נאך בענעפיטס די באקומסט. בנוגע טעקסעס, אויב די קויפסט אן ETF און די האלטס עס אן לאנג טערם, באצאלסטו נישט פאר דעם קיין טעקס ביז די פארקויפסט עס נישט. און ווען די פארקויפסט עס, וועסטו באצאלען די קאפיטעל געינס טעקס אויף דיינע רווחים. אויב די באקומסט דיווידענס, איז דאס שוין אביסל מער קאמפליציערט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אברך האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:

איז דא ערגעץ א פלאץ ווי מען קען זעהן וואס מען דארף זיך באווארענען ווען מען לייגט אריין אין מיוטשעל פאנדס אדער ETFs? בנוגע טעקס, בנוגע נישט ווערען פארליורען ווען די סטאקס קראכען וכו׳ וכו׳?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

וואס עפעס? האט געשריבן:איך וויל פרעגען די מבינים דא א שאלה
( דער וואס ווייסט נישט וואס Variable Life Insurance מיינט , זאל ביטע נישט מגיב זיין )

וואו איז ענדערש אריינצולייגען געלט
1) מיוטשעל פאנדס
2) Variable Universal Life Insurance

בעצם ארבעט די פאליסי אויף די סטאק מארקעט + עס האט אויך די מעלה אז מען צאלט נישט קיין טעקס כל זמן מען לאזט איבער געלט אין די פאליסי

מצד שני איז עס עפעס ווייניגער וואו מיוטשעל פאנד וויבאלד א חלק געלט גייט פאר די חלק הלייף אענשורענס

איינער מיט עקספיריענס ?
@אברך, @גאלדענע אפשר קענט איר מיר אויסקלארן ?

איך קען נישט די universal פאלעסי. איך קען איינער וואס טוט אין אפקופען universal פאלעסיס פין סיניערס. לויט ווי יענער האט עס מיך אביסעל מסביר געווען איז די מעלה פון universal אז ס׳האט אין זיך א מעגליכקייט מער קעש ארויס צי נעמען. ער האט מיך געזאגט אז ס׳איז עפעס צווישען טורם אין האל לייף. סא עגעין איך קען עס נישט געניג גוט צי וויסן וואס דאס איז בכלל צי עס קענען קאמפעירען צי מעיאטשעל פאנדס ETF. געווענליך וואקסט א האל לייף מיט ארום 4-5 פערצענט יערליך און וואקסט נישט בכלל אדער גאר נאר 2-3 פערצענט די ערשטע 5-10 יאר. משא״כ מעיאטשעל פאנדס וואס די האסט כאטש א 9 פערצענט אינקריס יערליך אויב די האלטסט די געלט דארט לאנג טורם.

די בעסטע דארף זיין, פרעג פשוט די אגענט וויפעל דיין ריטורן גייט זיין יערליך בעהט איהם א קלארע טשארט (גלייב נישט פלעין זיין ווארט...) וועסטו עס קענען קאמפעירען צי די 9 פערצענט פון מעיאטשעל פאנדס ETF. קענסט מיך שיקן אין אישי די טשארט וועל איך עס פראבירען צי פארשטיין. און אויך אגב האבן א טובת הנאה? ווייל איך קען באשטיין בעסער צי קענען דעם אלעמענט הנקרא universal.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

בבקשה האט געשריבן:איז דא ערגעץ א פלאץ ווי מען קען זעהן וואס מען דארף זיך באווארענען ווען מען לייגט אריין אין מיוטשעל פאנדס אדער ETFs? בנוגע טעקס, בנוגע נישט ווערען פארליורען ווען די סטאקס קראכען וכו׳ וכו׳?

אויב איך מעג ענטפערן, פאר אנצוהייבן ליין דורך די סעריע 4 ארטיקלען, ס'איז מיר שטארק צונוצגעקומען.

https://www.investopedia.com/articles/i ... estors.asp
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

@בבקשה,

בנוגע טעקס רעדט צי דיין accountant ס׳דא אפאר אפשענס ווי אזוי צי סעיווען אויף טעקסעס. בנוגע ווען די סטאקס קראכען למשל ביי קאראנא, האבן קליגע יודן ארויס גענימען גלייך אנהייב. און האבן הערשט מיט אפאר חדשים שפעטער עס צוירק געלייגט אין אזא פאל פארדינט מען צווישען 20 און 30 פערצענט די יאר פון אזא קראך. הייסט פארקערט די קראך איז גאר א טובה. קום אין אישי פאר מער שמיעסן איבער דעם.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מאנטאג אוגוסט 10, 2020 1:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Variable Life Insurance

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:איך וויל פרעגען די מבינים דא א שאלה
( דער וואס ווייסט נישט וואס Variable Life Insurance מיינט , זאל ביטע נישט מגיב זיין )

וואו איז ענדערש אריינצולייגען געלט
1) מיוטשעל פאנדס
2) Variable Universal Life Insurance

בעצם ארבעט די פאליסי אויף די סטאק מארקעט + עס האט אויך די מעלה אז מען צאלט נישט קיין טעקס כל זמן מען לאזט איבער געלט אין די פאליסי

מצד שני איז עס עפעס ווייניגער וואו מיוטשעל פאנד וויבאלד א חלק געלט גייט פאר די חלק הלייף אענשורענס

איינער מיט עקספיריענס ?
@אברך, @גאלדענע אפשר קענט איר מיר אויסקלארן ?

איך קען נישט די universal פאלעסי. איך קען איינער וואס טוט אין אפקופען universal פאלעסיס פין סיניערס. לויט ווי יענער האט עס מיך אביסעל מסביר געווען איז די מעלה פון universal אז ס׳האט אין זיך א מעגליכקייט מער קעש ארויס צי נעמען. ער האט מיך געזאגט אז ס׳איז עפעס צווישען טורם אין האל לייף. סא עגעין איך קען עס נישט געניג גוט צי וויסן וואס דאס איז בכלל צי עס קענען קאמפעירען צי מעיאטשעל פאנדס ETF. געווענליך וואקסט א האל לייף מיט ארום 4-5 פערצענט יערליך און וואקסט נישט בכלל אדער גאר נאר 2-3 פערצענט די ערשטע 5-10 יאר. משא״כ מעיאטשעל פאנדס וואס די האסט כאטש א 9 פערצענט אינקריס יערליך אויב די האלטסט די געלט דארט לאנג טורם.

די בעסטע דארף זיין, פרעג פשוט די אגענט וויפעל דיין ריטורן גייט זיין יערליך בעהט איהם א קלארע טשארט (גלייב נישט פלעין זיין ווארט...) וועסטו עס קענען קאמפעירען צי די 9 פערצענט פון מעיאטשעל פאנדס ETF. קענסט מיך שיקן אין אישי די טשארט וועל איך עס פראבירען צי פארשטיין. און אויך אגב האבן א טובת הנאה? ווייל איך קען באשטיין בעסער צי קענען דעם אלעמענט הנקרא universal.

איך רעד פון א פאליסי וואס לויפט אויף די סטאק מארקעט
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איך מיין ס׳איז דאס וואס כ׳האב דיר געזאגט. כ׳האב יעצט געטעקסט א לייף אינשארענס אגענט א חבר מיינע. אז ער זאל מיך פליז ריפען ווען ער האט א טשענס מיך דאס צי מסביר זיין. בל׳נ דא צוירק קומען אויב ער וועט מיך ריפען און זאגן דא וואס ער האט מיך געזאגט.
אברך
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

בבקשה האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:

איז דא ערגעץ א פלאץ ווי מען קען זעהן וואס מען דארף זיך באווארענען ווען מען לייגט אריין אין מיוטשעל פאנדס אדער ETFs? בנוגע טעקס, בנוגע נישט ווערען פארליורען ווען די סטאקס קראכען וכו׳ וכו׳?

איך האב אסאך גענאשט פון אויסהערן דעם דרשן

https://www.edelmanfinancialengines.com ... lman-radio
עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עת לחשוב »

ביטע אויב איינער קען מסביר זייןץ
ווי אזוי רעכנט מען די היסטארי פון די s&p? אין די וויקיפידיע טשארט ווען ער רעכנט די געלט זעט אויס ווי עס וואקסט שיין, אבער אויב מען קוקט אויף די פוינטס וואס דער s&p וואקסט זעט עס אויס אנדערש.
ווען דער s&p גייט ארויף מיט 500 פוינטס און פאלט צוריק מיינט אז מיין געלט איז צורוק צום ערשטן פלאץ?
עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עת לחשוב »

ביטע קען איינער ארויסהעלפן?
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

עת לחשוב האט געשריבן:ביטע אויב איינער קען מסביר זייןץ
ווי אזוי רעכנט מען די היסטארי פון די s&p? אין די וויקיפידיע טשארט ווען ער רעכנט די געלט זעט אויס ווי עס וואקסט שיין, אבער אויב מען קוקט אויף די פוינטס וואס דער s&p וואקסט זעט עס אויס אנדערש.
ווען דער s&p גייט ארויף מיט 500 פוינטס און פאלט צוריק מיינט אז מיין געלט איז צורוק צום ערשטן פלאץ?

ווען די לייגסט אריין 100 טויזענט דאלער און עס וואקסט 50 פרוצענט, האסטו יעצט 150 טויזענעט דאלער. ווען עס פאלט צוריק 50 פרוצענט (דאס מיינט צו א העלפט), האסטו נאר 75 טויזענט דאלער און ביזט נישט צוריק ווי דו האסט אנגעהויבען.

אבער אויב הייבט זיך עס 500 פוינטס און פאלט צוריק 500 פוינטס, ביזטו יא צוריק ווי האסט אנגעהויבען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

עת לחשוב האט געשריבן:ביטע אויב איינער קען מסביר זייןץ
ווי אזוי רעכנט מען די היסטארי פון די s&p? אין די וויקיפידיע טשארט ווען ער רעכנט די געלט זעט אויס ווי עס וואקסט שיין, אבער אויב מען קוקט אויף די פוינטס וואס דער s&p וואקסט זעט עס אויס אנדערש.
ווען דער s&p גייט ארויף מיט 500 פוינטס און פאלט צוריק מיינט אז מיין געלט איז צורוק צום ערשטן פלאץ?

די וויקיפעדיע רעכענט אויך דיווידענדס, די פוינטס רעכענען נישט קיין דיווידענדס. אויב די קויפסט SPY, וואס דאס קויפט פאר דיר אלע סטאקס אין די S&P, און די S&P גייט ארויף 500 פוינטס און עס גייט צוריק אראפ 500 פוינטס וועט דיין גאנצע ריווח זיין די דיוועדענדס.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: Variable Life Insurance

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

וואס עפעס? האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:איך וויל פרעגען די מבינים דא א שאלה
( דער וואס ווייסט נישט וואס Variable Life Insurance מיינט , זאל ביטע נישט מגיב זיין )

וואו איז ענדערש אריינצולייגען געלט
1) מיוטשעל פאנדס
2) Variable Universal Life Insurance

בעצם ארבעט די פאליסי אויף די סטאק מארקעט + עס האט אויך די מעלה אז מען צאלט נישט קיין טעקס כל זמן מען לאזט איבער געלט אין די פאליסי

מצד שני איז עס עפעס ווייניגער וואו מיוטשעל פאנד וויבאלד א חלק געלט גייט פאר די חלק הלייף אענשורענס

איינער מיט עקספיריענס ?
@אברך, @גאלדענע אפשר קענט איר מיר אויסקלארן ?

איך קען נישט די universal פאלעסי. איך קען איינער וואס טוט אין אפקופען universal פאלעסיס פין סיניערס. לויט ווי יענער האט עס מיך אביסעל מסביר געווען איז די מעלה פון universal אז ס׳האט אין זיך א מעגליכקייט מער קעש ארויס צי נעמען. ער האט מיך געזאגט אז ס׳איז עפעס צווישען טורם אין האל לייף. סא עגעין איך קען עס נישט געניג גוט צי וויסן וואס דאס איז בכלל צי עס קענען קאמפעירען צי מעיאטשעל פאנדס ETF. געווענליך וואקסט א האל לייף מיט ארום 4-5 פערצענט יערליך און וואקסט נישט בכלל אדער גאר נאר 2-3 פערצענט די ערשטע 5-10 יאר. משא״כ מעיאטשעל פאנדס וואס די האסט כאטש א 9 פערצענט אינקריס יערליך אויב די האלטסט די געלט דארט לאנג טורם.

די בעסטע דארף זיין, פרעג פשוט די אגענט וויפעל דיין ריטורן גייט זיין יערליך בעהט איהם א קלארע טשארט (גלייב נישט פלעין זיין ווארט...) וועסטו עס קענען קאמפעירען צי די 9 פערצענט פון מעיאטשעל פאנדס ETF. קענסט מיך שיקן אין אישי די טשארט וועל איך עס פראבירען צי פארשטיין. און אויך אגב האבן א טובת הנאה? ווייל איך קען באשטיין בעסער צי קענען דעם אלעמענט הנקרא universal.

איך רעד פון א פאליסי וואס לויפט אויף די סטאק מארקעט

אקעי איך האב גערעדט מיט מיין חבר א לייף אינשארענס אגענט. ער זאגט אז טאקע די פאליסי וואס איר רעדט פון ארבייט אויף מעיאטשעל פאנדס.

ער זאגט אז מען קען עס מאכן דיווירסעפייד אויכעט און אויסוועלן פון עטליכע סארט מעיאטשעל פאנדס ווי די S&P אינדעקס און נאך.

די וועג ווי אזוי ס׳ארבייט איז אזוי ווי א טורם אינשארענס ווי מען דארף אייביג אריין לייגן געלט כל הימים ביזן הינדרעט צוואנציג פארשטיי איך.. און ס׳וואקסט מיט א רעיט ענדליך צי מעיאטשעל פאנדס. אבער גייט אראפ א געוויסע פערצענט פאר צי פאנדען די לייף בענעפיט.

סא לאמיר מסביר זיין די חילוק צווישען די פאלעסי און פשוטע מעיאטשעל פאנדס ETF.

איינס ביי דעם פאליסי האסטו אויך לייף אינשארענס אבער באקומסט א קלענערע ריעט ריטורן לאמיר זאגן אויב ביי געהעריגע מעיאטשעל פאנדס קריגסטו 9 פערצענט יערליך, קריגסטו נאר מיט דעם פאליסי לאמיר זאגן 8.7

צוויי. ס׳לוינט זיך מער ווי א טורם אינשארענס אין א וועג ווייל מען צאלט א עוורעדזש רעיט, וואס טורם קאסט דאך מער ווי עלטער מען ווערט צאלט מען דא א עוורעדזש רעיט. איך האב נישט פארשטאנען אז ס׳איז ביליגער נאר אויב לאמיר זאגן ווען מען איז 50 יאר צאלט וועט ווען ביי טורם צאלן 800 א חודש און יעצט צאלט מען 400 צאלט מען די גאנצע צייט 600 פער חודש.

דריי. די פאליסי האט א חסרון א קעגן מעיטשעל פאנדס אז טאמער מען קען אמאל נישט צאלן די פאליסי קען עס לעפסן און מען קען אסאך דערלייגען משא״כ מעיטשעל פאנדס וואס טאמער ווערט א געוויסע תקופה שווער אריין צי לייגען מיז מען נישט אריין לייגען.

פיר. דאס יא די גאנצע פאלעסי איז טעקס פרי אזוי ווי א יעדע לייף אינשארענס פאליסי משא״כ מעיאטשעל פאנדס קענסטו נאר ביז א געוויסע פערצענט זיין טעקס פרי ווי למשל מאכן א IRA און א ROTH IRA. דאס דארף מען אדורך רעדן מיט די אייגענע account.

סא אין מיין פערזענליכע מיינונג זעה איך נישט די גרויסע מעלה דערפין איבער מעיטשעל פאנדס וועגן די ריסק דערפין. וואס הגם ס׳איז אינגאנצען טעקס פרי אבער קען חס ושלום לעפסן אויב מען צאלט נישט אריין אין א געוויסע תקופא און ממילא מיין איך לענ״ד אז מעיאטשעל פאנדס איז בעסער. און מען קען דאך האבן טורם פלאס מעיטשעל פאנדס. אדרבה לאמיר הערן וואס איר האלט.

אגב אויב ווילט איר עס מאכן קען עס יענער חבר מיינע עס מאכן פאר אייך. ער איז זייער א גוטע אגענט אין ווי נישט האט ער עס מסביר געווען honost.. שיק מיר אין אישי אויב איר ווילט זיין נאמבער.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@גאלדענע
יישר כח פאר די טירחה און פאר די שיינע סך הכול
למעשה רעד איך פון א פאליסי וואס לויפט פאר 10 יאר און נאכדעם קען מען אויפהערן אריינלייגן

כל זמן מען לאזט געלט אינעם פאליסי און מבארגט ארויס צאלט מען נישט טעקס
געהערט האביך אז ממעג סטאפן אריינלייגען אינמיטן די 10 יאר

איז עס נישט בעסער וואו מיוטשעל פונדס מיט די חלק פון טעקס ?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

וואס עפעס? האט געשריבן:@גאלדענע
יישר כח פאר די טירחה און פאר די שיינע סך הכול
למעשה רעד איך פון א פאליסי וואס לויפט פאר 10 יאר און נאכדעם קען מען אויפהערן אריינלייגן

כל זמן מען לאזט געלט אינעם פאליסי און מבארגט ארויס צאלט מען נישט טעקס
געהערט האביך אז ממעג סטאפן אריינלייגען אינמיטן די 10 יאר

איז עס נישט בעסער וואו מיוטשעל פונדס מיט די חלק פון טעקס ?

יעצט רעדסטסו מסתמה פון א pay 10 האל לייף!

איך מיין יעצט מישטע שוין אויס האל לייף מיט variable universal.

נב. כ׳האב יעצט אביסעל פאראכטען מיין פריעדיגע תגובה און צוגעלייגט א נקידה וועגן טעקסעס וואס די וועריבאל יאנעווערסיל איז אנדערש אין טעקסעס ווי די מעיטשעל פאנדס. איך האב עס פארגעסן צי שרייבן און זיך יעצט דערמאנט און צוגעלייגט.
קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוונע »

וואס מיינט א RIDER אין א פאליסי? סמאכט מזאל קענען OVER FUND די פאליסי?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אין קורצן, סיז שטארק רעקאמענדעד אריינצולייגן עקסטערע געלט אין א פאלעסי, אויב ווילסטו קענען אריינלייגן סיי ווען, מוז מען אריינלייגן לכהפ איין מאל א יאר א מינימום... סאו די מינימום איז די ריידער...

דיסקלעימער, נישט נעמען קיין עדווייס אויף א פובליק פארום, אויב ווילסטו סיי וועלעכע אינפארמעישן קום אין אישי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוונע »

קען מען האבן א פאליסי מיט א ריידער מיט $150 טויזענט דעד בענעפיט אדער מוז מען האבן $850 טויזענט דעד בענעפיט, האט א ריידער א שייכות צום דעד בענעפיט?
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

וואו אזוי נעמט מען ארויס געלט פון מיוטשעל פונדס אן צאלן טעקס ?
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”