איך זוך א נוסח!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

תגובהדורך ספרים שטוב » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:06 pm

איינער האט א לייטישע נוסח מיטצושיקן מיט א חתן מנורה פאר א חתן?
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

תגובהדורך ספרים שטוב » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:07 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:איינער האט א לייטישע נוסח מיטצושיקן מיט א חתן מנורה פאר א חתן?

נוגע פאר היינט
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:46 pm

מ ים רבים לא יכלו לכבות
נ ר מצוה ותורה אור לרבות
ו בימי אורה אלו
ר ב ברכות מלא כלי
ה יום יבואו מצור גואלי

עפעס קורץ און שנעל,
העלאו? אין אמעריקא איז יעדער בארעכטיגט צו באשליסן אין וועלעכע וואנט מען וויל האקן דעם קאפ. (קרעדיט: טשאדי)

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:56 pm

נאך א אפציע:

בימי שמחה ואורה, הננו משגרים זאת המנורה, עם ברכה המשולשת בתורה, ובערב ראש החודש, יעלה ויבא במלוא הגודש, לכבוד יקירנו, המו"מ במעלות ובמידות החתן פלוני הי"ו. אל מול פני המנורה הטהורה יאירו נתיבותיכם, מלאים זיו ומפיקים נוגה בכל אורחותיכם.
ובכן תערב נא מנחתינו, בצירוף מיטב ברכתינו, שתורה וגדולה יתאחדו תמיד על שלחניכם, אך טוב וחסד ירדפוכם כל ימי חייכם, מתוך אושר ועושר והרחבת הדעת בנעימים, לטוב לכם כל הימים, אמן כן יהי רצון.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 4:00 pm

א פסוק פאר א נדבן יעקב?
א תגובה פארן עסקן

פויעלט'ס אויס אלעס גוטס

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 5:38 pm

נדבן פאר?
פסוק איז אויף א טאוול? בריוו? בקשה? הנצחה? מודעה?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 5:45 pm

מה טובו אהליך יעקב

אוועטאר
נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

ברכה למסיים ש"ס

תגובהדורך נקודהלע » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 7:25 pm

איך זיך א נוסח פון א וואונשט פאר א מסיים ש"ס
לשה"ק איז די בעסטע
יישר
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 8:13 pm

משק ביתי האט געשריבן:א פסוק פאר א נדבן יעקב?

א נדבן פאר א ספר
שכח אלע מגיבים
א תגובה פארן עסקן

פויעלט'ס אויס אלעס גוטס

אוועטאר
נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

תגובהדורך נקודהלע » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 10:13 pm

משק ביתי האט געשריבן:
משק ביתי האט געשריבן:א פסוק פאר א נדבן יעקב?

א נדבן פאר א ספר
שכח אלע מגיבים

אפשר תתן אמ"ת ליעקב - אשר נתן לנו תורת אמ"ת
און אפשר נישט
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 10:20 pm

נקודהלע האט געשריבן:איך זיך א נוסח פון א וואונשט פאר א מסיים ש"ס
לשה"ק איז די בעסטע
יישר

לעצטנס גענוצט, פון א זון צו א טאטן, בייגעלייגט מיט א מתנה:

מזכרת נצח ואות הוקרה והערצה עמוקה
לכבוד אבינו הנכבד עטרת ראשינו פאר משפחתינו שליט"א
לרגל שזכה לערוך סיום הש"ס ברוב פאר והדר במעמד בני משפחתו שיחיו
ויהי רצון מלפני אבינו שבשמים, שכשם שזכה להגות בתורה מתוך יגיעה, ולראות ברכה בעמלו בסיום התלמוד הבבלי מרישא עד גמירא, לתפארת כל המשפחה הכבודה, כך יזכה לשבת בבית ה' כל ימי חייו, ללמוד ולסיים שאר חלקי התורה כאוות נפשו, ויזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, וימלא ה' משאלות לבו לטובה מתוך בריאות הגוף והנפש.
מברכים ומאחלים בכבוד הראוי
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 10:29 pm

משק ביתי האט געשריבן:א פסוק פאר א נדבן יעקב?

שמעו דבר ה' בית יעקב

יגל יעקב ישמח ישראל

בית יעקב לכו ונלכה באור ה'

וזה יקרא בשם יעקב

למען עבדי יעקב (וישראל בחירי) ואקרא לך בשמך

והאכלתיך נחלת יעקב (אביך) כי פי ה' דבר

והיה בית יעקב אש... כי ה' דבר

אוועטאר
אראפ געלאזטע נאז
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:30 pm

תגובהדורך אראפ געלאזטע נאז » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 1:23 am

א נוסח פאר א יונגעל וואס האט זיך פארהערט ששה סדרי משנה
נ.ב. איך קויף אים א בעכער
אידיש ענדערשער

קאנאדישע קאריספעדאנט
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

מתנה פאר די בני בית

תגובהדורך קאנאדישע קאריספעדאנט » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 11:23 am

איך זיך א אידישע נוסח צו שרייבן אויף א מתנה פאר די בני בית (א לענגערע בריוו אויב מעגליך)
וועט איהר אוודאי זאגן אז פאר די בני בית שרייבן מען פון הארץ ארויס, אבער צו דעם דארף מען אויך אביסל טאלאנט, וואס פון דעם טאלאנט פארמאג איך נישט

פרדס הסופר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 2:38 pm

תגובהדורך פרדס הסופר » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 11:53 am

אראפ געלאזטע נאז האט געשריבן:א נוסח פאר א יונגעל וואס האט זיך פארהערט ששה סדרי משנה
נ.ב. איך קויף אים א בעכער
אידיש ענדערשער


בס"ד

צו אונזער טייערע זוהן, יקירנו ומחמד נפשינו,
אם חכם בני ישמח לבי גם אני,
צום גרויסן טאג ביסטו אנגעקומען,
נאך אזוי פיהל צייט פון ווען דו האסט אויף דיר גענומען,
צו לערנען נאך און נאך מער און מער,
און אזוי ביסטו אנגעקומען ביז אהער,
גאנץ ששה סדרי משנה געלערנט אזוי פלייסיג,
אזא גרויסע דערגרייכונג אזא שטארקע הישג,
כוס ישועות אשא, פאר דיר א מתנה צו שענקען,
די תורה וואס דו לערנסט אלעמאל צו געדענקען,
השי"ת זאל דיר ווייטער געבן חיזוק און כח,
צו ווייטער גיין מעלה מעלה גאר הויעך,
דיינע גרויסע שאיפות זאלסטו קענען ערפילן,
און נאר נאך אזעלכע מטרות זאלן זיין דיינע ווילן,
נחת פון דיר זאלן מיר תמיד שעפן און דערלעבן,
און כוס מלא ברכות זאל השי"ת פאר דיר געבן.

וואונטשן פון טיעפן הארצן פול מיט פרייד און נחת
דיינע עלטערן וואס האבן דיר אזוי ליב

פרדס הסופר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 2:38 pm

תגובהדורך פרדס הסופר » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 11:58 am

קאנאדישע קאריספעדאנט האט געשריבן:איך זיך א אידישע נוסח צו שרייבן אויף א מתנה פאר די בני בית (א לענגערע בריוו אויב מעגליך)
וועט איהר אוודאי זאגן אז פאר די בני בית שרייבן מען פון הארץ ארויס, אבער צו דעם דארף מען אויך אביסל טאלאנט, וואס פון דעם טאלאנט פארמאג איך נישט


אינעם נוסח דארף דערמאנט ווערן א ספעציעלע ענין, ווי יום הולדת וכדומה? אדער גארנישט ספעציעל?

קאנאדישע קאריספעדאנט
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

תגובהדורך קאנאדישע קאריספעדאנט » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 12:02 pm

פרדס הסופר האט געשריבן:
קאנאדישע קאריספעדאנט האט געשריבן:איך זיך א אידישע נוסח צו שרייבן אויף א מתנה פאר די בני בית (א לענגערע בריוו אויב מעגליך)
וועט איהר אוודאי זאגן אז פאר די בני בית שרייבן מען פון הארץ ארויס, אבער צו דעם דארף מען אויך אביסל טאלאנט, וואס פון דעם טאלאנט פארמאג איך נישט


אינעם נוסח דארף דערמאנט ווערן א ספעציעלע ענין, ווי יום הולדת וכדומה? אדער גארנישט ספעציעל?

לרגל די געבורט פון א אינגל
עס איז א ספר מיט תפילות און תחינות

פרדס הסופר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 2:38 pm

תגובהדורך פרדס הסופר » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 12:26 pm

קאנאדישע קאריספעדאנט האט געשריבן:
פרדס הסופר האט געשריבן:
קאנאדישע קאריספעדאנט האט געשריבן:איך זיך א אידישע נוסח צו שרייבן אויף א מתנה פאר די בני בית (א לענגערע בריוו אויב מעגליך)
וועט איהר אוודאי זאגן אז פאר די בני בית שרייבן מען פון הארץ ארויס, אבער צו דעם דארף מען אויך אביסל טאלאנט, וואס פון דעם טאלאנט פארמאג איך נישט


אינעם נוסח דארף דערמאנט ווערן א ספעציעלע ענין, ווי יום הולדת וכדומה? אדער גארנישט ספעציעל?

לרגל די געבורט פון א אינגל
עס איז א ספר מיט תפילות און תחינות


הרב קאנאדישע, איך האב דיר געשיקט אין אישי
קענסט שרייבן דא אויב דו האסט הנאה געהאט דערפון.....

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 12:31 pm

קאנאדישע קאריספעדאנט האט געשריבן:איך זיך א אידישע נוסח צו שרייבן אויף א מתנה פאר די בני בית (א לענגערע בריוו אויב מעגליך)
וועט איהר אוודאי זאגן אז פאר די בני בית שרייבן מען פון הארץ ארויס, אבער צו דעם דארף מען אויך אביסל טאלאנט, וואס פון דעם טאלאנט פארמאג איך נישט

און אויף דעם וועל איך דיר ענפערן אז זי ווייסט נאך אזוי גוט ווי דיר וועלכע טאלאנט דו פארמאגסט יא אדער נישט, און א בריוועלע פון הארץ (צען ווערטער אפילו, שרייב וואס דו טראכסט!) וועט ביי כמעט יעדן זיין אסאך מער אפריציאטירט ווי א שיינע מעכטיגע בריוו וואס זי ווייסט אז נישט דו האסט עס געשריבן!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

קאנאדישע קאריספעדאנט
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

תגובהדורך קאנאדישע קאריספעדאנט » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 12:58 pm

wow הערליך מעכטיג, ריזיגן שכוח
פארוואס נישט ארויף לייגן פארן פאבליק? איך בין זיכער עס קען צוניץ קומען פאר א גרויסע עולם

פרדס הסופר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 2:38 pm

תגובהדורך פרדס הסופר » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 1:11 pm

הנה:

בס"ד
נולד בן זכר נתרפא כל המשפחה,
מיט לויב און דאנק צום רבוש"ע אשרי שלו ככה,
השיר והשבח לחי עולמים לאמיר זינגען און דאנקן,
און מיט קורצע שורות ארויסברענגען מיינע געפילן און געדאנקען,

צו דיר מיין חשובע און טייערע אשת חיל מי ימצא תחי'

ווערטער זענען צו ווייניג און די פאפיר איז צו קורץ,
צו ארויסברענגען אלעס וואס טוט זיך אין מיין הארץ,
אין אלע אומשטענדען שטייסטו גרייט ווי א לייב,
פאר מיר צו יעדע צייט ביסטו אזא געטרייע ווייב,
זיך אפגעבן מיט די שטוב און מיט אלעס וואס מען דארף,
צו ארלעדיגן זאכן אזוי שנעל, קורץ און שארף,
דיין געטריישאפט האט נישט קיין גבולות און קיין עק,
און פון יעדע שוועריקייט טרעפסטו די וועג אוועק,
דיינע מידות טובות זענען פשוט נישט צום גלייבן,
איידלקייט און געלאסנקייט, און אלעס צו דערהייבן,
אין יעדן הינזיכט ביסטו אזוי ערליך און פיין,
א אידישע מאמע מיט אלע פירושים ווי עס דארף צו זיין,
דיינע הארציגע תפילות גייען צום באשעפער גלייך ארויף,
ווייל מיט א ריינע הארץ טוסטו בעטן פאר דיין הויף,
מיט א הודאה על העבר און בקשה אויף ווייטער צו שטרעבן,
טוה איך דיר די ספר תחינות ובקשות היינט איבערגעבן,
ימלא השם כל משאלותיך לטובה ולברכה,
אונז זאלן זוכה זיין צו פיהל מזל און הצלחה,
נחת פון די קנדער אלעמאל צו האבן און צו שעפן זאלן מיר זוכה זיין,
און די נייע בעבי מתוך נחת והרחבה צו קענען ערציען על דרך ישראל צו גיין.

נ.ב. איך טוה דעס געווענדליך פאר א זייטיגע פרנסה, פאר מער, קאנטאקט אין אישי אדער pardeshasofer@gmail.com

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 5:42 pm

מי כעמך ישראל א יוד שטעלט צי פון זיין סערוויסעס דא בחינם
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
אראפ געלאזטע נאז
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:30 pm

תגובהדורך אראפ געלאזטע נאז » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 5:45 pm

פרדס הסופר האט געשריבן:
אראפ געלאזטע נאז האט געשריבן:א נוסח פאר א יונגעל וואס האט זיך פארהערט ששה סדרי משנה
נ.ב. איך קויף אים א בעכער
אידיש ענדערשער


בס"ד

צו אונזער טייערע זוהן, יקירנו ומחמד נפשינו,

יישר כח פרדס
Wow אזא פראפעשנעל ארבעט בחינם. אין מילים

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דינסטאג ינואר 28, 2020 2:25 pm

איינער האט א וואונטש נוסח פאר א איד וואס האט מסיים געווען ש"ס?

קאנאדישע קאריספעדאנט
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

תגובהדורך קאנאדישע קאריספעדאנט » דינסטאג ינואר 28, 2020 3:33 pm

הרב עושר וכבוד ביטע קאנטאקט מיר אין אישי.
איך האב ארבעט פאר דיר


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך און 2 געסט