מפעל שבטי ישראל

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

מפעל שבטי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

עס דרייט זיך ארום אין די שול'ן לעצטענס א בראשור איבער א נייע ארג. צו פארבארגן געלט ביים חתונה מאכן א קינד בשטו"מ.

די צייט ערלויבט נישט אריינצוגיין יעצט אין פרטים הנלע"ד בנושא, קודם לייג איך עס ארויף, אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט דערצו

ירא הקהל וישפוט...
אטעטשמענטס
Y Brochure.pdf
(716.7 KiB) געווארן דאונלאודעד 565 מאל
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

האסט א קאפי צו קענען ליינען מיט ישוב הדעת?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

זעהט אויס צו זיין א געוואלדיגע זאך

וועמענס קאפשטיק איז דאס? קהלה? אינטערנאציאנאל נייטראל?
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

שוין יארן דא אזא זאך אין ארץ ישראל, זעט אויס פון דארט
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

זיעט אויס א גוואלדיגע זאך.............
אבער ווי אזוי קען מען יעצט וויסען אז און 10 יאר ארום - פארדעים גייען זיי דאך נישט בארגען- וועט נאך דע ארגנאזאציע שטיין?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

איך בין נישט זיכער איך פארשטיי עס גוט,
אבער לכאורה רעדט מען דא, אז מ'דארף באצאלען 1200 דאלער צו קענען באקומען א הלואה פון 10 אלפים און מ'באקומט צוריק 550 נאכן אויסצאלן, א שטייגער פון עסקא 10%
און מ'קען נאר ווערן א מעמבער ווען דאס קינד ווערט בר מצוה.
און מ'דארף 2 ערבים.
קען זען אז דאס איז א גרויסע אויפטו איך ווייס נישט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

איך ווער נישט עקסייטעד, ווייל עס עדט נישט אפ, אויב קען איינער רעכענען שטימט עס פשוט נישט, איך וועל פראבירן מסביר צי זיין בקיצור מיין שאלה

איך גיי רעדן פון איין יונט, דאס איז צעין אלפים

די מעלה פארשטיי איך ברויך מען נישט מסביר'ן, אהער מיט א יונעט,

ערשטענס ווי קימט מיין קינד און בילד, וואס גייט דיר אן ווער צאלט, שטערט דיר אז איך צאל, איך פארקיק, ניין איך קען נישט פארקיקן, פון ווי זאל דער חתן וואס לערנט און כולל נעמען איבריגע זעקס מאות א חודש, ווען חוץ פון דעים ריקן מיר אריין פאר חתן דינן מיט העפטיגע רענט, און פארשטייצעך א ווייב א טיטשער, איז די פלאן גאר רעקלאסיש.

ער זאגט קלאר אז דעיס איז נישט געבויט אויף פיקדונות,

ער נעמט נאר אן איצט קינדער נאר אינטער דרייצן, נאך א מזל,

עכשיו מאך א חשבון, ער פארקויפט לאמיר זאגן year 1 הינדערט יונט'ס, לייזט ער הינדערט צוואנציג טויזענט טולר, פשוט הינדערט X צוועלף הינדערט.

היפ איבער פינף יאר (באמת איז נישט קיין חילק וויפיל יאר מען היפט איבער אפילו צעין אדער פיפצען) ביז year 1 ווערט אכצען, ברויך ער זיי צישטעלן הינדערט מאל עשרת אלפים, דאס איז מיליאן טולר, על כורכך מיזן מיר זאגן אז ער נעמט דאס פון יאר צוויי.

די פראבלעים איז אז ער מיז פארקויפן year 2 733 יונט'ס, און year 2 נאר צי קענען דעקן year 1, די חשבון איז 100,000.00 מיינעס .120,000 וואס ער פארמאגט פון יאר איינס, מיז מען אויפקימען מיט 880,000.00 ציטייל עס ביי 1200 וואס מען לייזט פאר יעדע יונט איז 733, דאס איז בלויז צי קאווערן די ערשטע הינדערט יונטס.

יאר דריי ברויך קאווערן יאר צוויי, ווען איך קאלקעליר דאס קריג איך שוין כמעט א פיצי E אויפן רעכן מאשין (נע יאר פיר איז זיכער א אי) פאר 733 צי געיבן צעין טויעזנט
די חשבון גייט אזוי 6,270,400.
733. ×
10,000. =
7,330,000. Gross Expense year 2

733. ×
1,200. =
879,600. Gross Income from year 2

7,330,000. −
879,600. =
6,450,400. −
180,000. = income year 2 from year 1
6,270,400. Total cash needed year 2
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פרישער, ווען דו קריגסט די E אויפן קאלקיולעטער לאמעך וויסן... חחח דו ביסט צוקער !
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

נאך מער איז שווער איך האב א סאך פשוטערע פלאן, אויב האלסטע אז דער אינגערמאן איז ביכולת צי באצאלן די חתונה, דאן זאל דער זין פשוט אוועק לייגן די צעין אלפים פאר זיינע קינדער, יעדע פינף יאר, און פטור די גמ"ח, אה ער קען נישט, דאן ווי אזוי גייסטו מחייב זיין דער זין פאר זיין טאטע'ס חובות.

וויכי גיי שלאפן,
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

דער פלאן ארבעט שוין יארן לאנג אין ארץ ישראל
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

תמהואומר האט געשריבן:דער פלאן ארבעט שוין יארן לאנג אין ארץ ישראל

מיינסט צו זאגן, ארבעט שוין 'נישט' יארן לאנג?..
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

ועוד קשה,

עס איז דאך דא צוויי זייטען דאס הייסט אז דעק כלה תליט"א קען אויך ווערן מכובד מיט זיך אינטער נעמען די סומה פון 600.00 פער חודש צי פארמיידן פאר איר פאטער א מאסיווע הארץ אטאקע, קימט אויס אז ווען מיר פארענדיגן שמחת חתן וכלה, בלייבט די פאר פאלק איבער מיטן באגאדש פון צוועלעף מאות לחודש, גאראנטירט אויף איר נשמה, דאס איז איידער אלע אויסגאבן וואס יעדע פאר פאלק נעמט זיך אינטער, רענט, עסן, פוד סטעמפס לעידי וכדומה.
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

און וואס איז פשט פון איינצאלן געלט ווייל מען גייט "אפשר" באקומען א הלוואה?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

derech eretz האט געשריבן:
תמהואומר האט געשריבן:דער פלאן ארבעט שוין יארן לאנג אין ארץ ישראל

מיינסט צו זאגן, ארבעט שוין 'נישט' יארן לאנג?..


פרעג דיך בעסער נאך
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

שנאפס האט געשריבן:און וואס איז פשט פון איינצאלן געלט ווייל מען גייט "אפשר" באקומען א הלוואה?

פון דעים האב איך אינגאנצען נישט גערעדט, די גאנצע פאמפלעט איז געבויט אויף די בהמה גיב און באקימען וועסטו לויט מיין גיסטע יענעם ציפרי, זייער קינדיש,

ועוד קשה, וואס מיינט דאס אז די איינגאבע געלט איז אזוי ווי יעדע אנדערע צדקה צוועק, איז דעיס א ריק פאר אלע אנדערע צוועקן פון א גאנץ יאר, יעדע צוועק גיט געלט פאר א נויט באדערפיגטע, וואס זיי זאמלען פון עשירים, דעי צוועק אויב געסטע נישט, ווייל מיין קרעדיט איניש גיט, איך בין חלילה טיפער אין די נעדמה, ווייל אין לי שווה פרוטה, האב איך דען א חיוב צי געיבן פאר א אנדערע וואס האט יא אפשר עפעס קרעדיט צי בארגען פון גמ"ח, איז דאך דער עני ואביון געווארן באגזל'ט, און ג'איזעיט.
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

פרישער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:און וואס איז פשט פון איינצאלן געלט ווייל מען גייט "אפשר" באקומען א הלוואה?

פון דעים האב איך אינגאנצען נישט גערעדט, די גאנצע פאמפלעט איז געבויט אויף די בהמה גיב און באקימען וועסטו לויט מיין גיסטע יענעם ציפרי, זייער קינדיש,

ועוד קשה, וואס מיינט דאס אז די איינגאבע געלט איז אזוי ווי יעדע אנדערע צדקה צוועק,



כדי ס'זאל נישט זיין א שאלה פון רבית, נוץ אביסל שכל
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

הייסט ס'איז נאר להלכה ולא למעשה?...

מען שפילט אויס די תורה?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

אויב די געלט איז נישט קיין הלואה, זיי נעמען נישט קיין אחריות אויף דעם, און דאס איז נאר א צדקה וואס דו גיסט פאר א ארגאנעזאציע, אפגעזען צו די ארג. האט א סוקסעס צו נישט, דעמאלס איז נישט קיין פראבלעם אז זיי זאלן דיר בארגן געלט אנקעגן דעם, און אדעתא דהכי מוז דאס געגעבן ווערן, כאטש זיי זענען ביי זיך זיכער אז בעז"ה וועט זיך דאס אויסארבעטן, טאר דאס נישט גיין אויף דעם אופן,

אבער אפילו אזוי איז נאך אלץ דא א רבית שאלה, וויבאלד זיי בארגן נאר פאר אזעלכע וואס האבן זיי אמאל געטון א טובה און זיי געגעבן צדקה, אפשר פאר דעם מאכן זיי א היתר עיסקא

איך בין נישט קלאר אין אלע דעטאלן נישט אין זייער סיסטעם און נישט אין די פרטי הלכות רבית, אבער אזויפיל יא צו פארשטיין אז דער סיסטעם מוז ארבעטן אויף אן אופן פון צדקה, ווייל אויב נישט איז דאס מעגליך רבית דאורייתא
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פרישער, ווען דו קריגסט די E אויפן קאלקיולעטער לאמעך וויסן... חחח דו ביסט צוקער !



ווי אויך דארף מען אריינרעכענען די פאר וואס וועלן אנזעצן דעם גמ"ח...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

תמהואומר האט געשריבן:
פרישער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:און וואס איז פשט פון איינצאלן געלט ווייל מען גייט "אפשר" באקומען א הלוואה?

פון דעים האב איך אינגאנצען נישט גערעדט, די גאנצע פאמפלעט איז געבויט אויף די בהמה גיב און באקימען וועסטו לויט מיין גיסטע יענעם ציפרי, זייער קינדיש,

ועוד קשה, וואס מיינט דאס אז די איינגאבע געלט איז אזוי ווי יעדע אנדערע צדקה צוועק,



כדי ס'זאל נישט זיין א שאלה פון רבית, נוץ אביסל שכל

תמ ואומר, שוואכע מהלך, ווי קימט שכל אריין דא, מיר זארגט גארנישט די ריבות פראבלעים, ווען איך האב געליינט דעים פאמפלעט, איז מיר ליידער אויפן מוח נישט אויף געקימען ווי קען מען אזא זאך טיען אמער רביבות רח"ל, איך לאז די רבנים דאס אויסארבייטן, איך זעי אז די ארג האט הרב שטיינמעץ אויפן בארד, בינעך זעכער אז עס וועט זיין אויסג'ארבייט, הדרא קישקע לפישקע וואס איז דער חשבון פין נעמען געלט לצדקה פין פערזאנען וואס האבן קיין פעני, און לייגען אוועק זייער שטיקל ברויט אויף א חשבון חתונה צי מאכן, און ווען סעט קימען דערצי איז דא א גרויסע שאנס, אז מען וועט זיי צייגען דעים נחש הקדמוני.

ועוד קשה, וואס איז דער חשבון פון צוועלעף הינדערט דולר, אפשר עלעף פיפציג, אדער צוועלעף פיפציג, איך זעי און ערגעץ נישט קיין סיבה לסכום הזה, איז עס עפעס גמטריא, אדער סתם א סכום הגון וואס איז נוח לבריות, וואס איז דער פשט?
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א סאך קשיות, איך האב אויך קשיות.

כ'וואלט עס נישט געזאגט אבער דער פותח האשכול האט פארלאנגט אז ירא הקהל וישפוט.

קיין שופט בין איך נישט, אבער א חלק פון קהל בין איך יא, און מיר זעהט עס דייקא יא אויס ווי א געניאלע איינפאל.

יעדער איינפאל וואס מאכט סענס צו לינדערען דער דרוק (בלוט דרוק - דמים תרתי במשמע) פון עלטערען וואס מאכען חתונה קינדער, מוז באגריסט ווערען מיט עקסטאז. אידען רחמנים (איין נאמען דערקען איך דא אלץ א דורך און דורך גוטע מענטש) האבען זיך אראפ געזעצט אויס צו ארבעטען א פלאן "אייך" (יא, אייך, נישט זיך) צו העלפען, קומט זיי א הארציגען יישר כח. איך הייב אויף מיין היט פאר זיי.

דער שאלה דא איז אין די דיטעילס (דער מלאך איז אין די דיטעילס), דא קען מען זיך דינגען. איך גלייב נישט אז די וואס האבען געשריבען די תקנות זענען פארהארטעוועט אז עס מוז פינקטליך אזוי זיין ויקוב הדין את ההר. זיי זענען זיכער פלעקסיבעל אויף די פרטי פרטים טאמער איר האט רעכט. מען בעהט דאך רופט אייך אן, מיר זענען גרייט צו הערען.

איין טעות זעהט מיר אויס האט מען געמאכט (און אויב נישט איז אנטשולדיג איך זיך שוין).

עס איז דא, דא; א מלוה (ארגאניזאציע בלע"ז) און א לוה.

די דינים פון א לוה און פון א מלוה זענען נישט די זעלבע. אלע פרובלעימען הייבען זיך אן ווען דער לוה מישט זיך אין דער מלוה'ס דינים און דער מלוה מישט זיך אין דער לוה'ס דינים.

יעצט, דער סיסטעם וואס זיי האבען דא אראפ געלייגט בנוגע דער לוה זעהט אויס זייער גוט, אוודאי געזאגט, אויב עס ארבעט זיך אויס. דער לוה באקומט זיינע הלואות, מאכט חתונה די קינדער בשעה טובה ומצלחת מיט א פרייליכער געמיט, אן קיין עקסטערע פרעשורס, און דער ציל דא איז דערגרייכט.

דער סיסטעם פאר דער מלוה זעהט אויך אויס גאנץ גוט; דא אויך אויב עס ארבעט זיך אויס און דער לוה באצאלט זיי די הלוואות. זיי האבען ערפילט זייער תפקיד, נישט דערלייגט קיין גרויסע געלטער פאר וועלען העלפען א איד, און יעדער גייט ארויס צופרידען.

מען מוז אבער פארשטיין אז אן קיין פרעשור (א ביסעל פרעשור) צו באצאלען, וועט מען נישט באצאלען, און דער גאנצע סיסטעם וועט קראכען. מוזען דאך די מלוים זיך באווארענען, אבער מען מוז דאך נישט מישען די ביידע (דער זארג פון די מלוים, און די התחייבות פונעם לוה).

איך וואלט סאדזעסטעד אז דער פאמפלעט ווערט צוטייל אין צוויי. אין די ערשטע האלב זאל שטיין וואס דער לוה גיבט און באקומט, און נישט מער. אויב ער פארשטייט נישט פארוואס דעס און פארוואס יענס, זאל מען אים זאגען אז מען וועט דאס אים מסביר זיין פריוואט; מוזט גלייבען אז מען מיינט דיר צו העלפען נישט דריקען. (יא, דא גוטע מענטשען אויף דער וועלט וואס מיינען נישט נאר זיך).

און אין דער צווייטער העלפט זאל שטיין די הארבע ווערטער וואס וועט זיין אויב אזוי אדער אזוי, און וואס וועט זיין אויב עס וועט זיך ח"ו נישט אויס ארבעטען.

יעצט צו דער קשיא פרישער אז די נומערען דאונט עדד אופ. שטעל איך זיך פאר אז דער ארגאניזאציע וועט סיי ווי דארפען צוקומען צו דער הילף פון עשירים וואס זאלען אויס לייגען די געלט צו העלפען "אלע" מעמבערס מיט וואס מען האט זיי צו געזאגט. נאר דער ארגאניזאציע וועט עס פארזיכערען פאר זיי און נישט די. פון דיר בעט מען נאר צו טוהן דיין פליכט וואס די האסט זיך מתחייב געווען, און אויב יעדער וועט טוהן זיין פליכט וועט מען האבען זיך און יענעם געהאלפען.

כנלע"ד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

לי יהו כדבריך

אויב גייען זיי טרעפן א עושר וואס וועט ספאנסערן די יונעץ דאן זענען במעט אלע קשיות פארענטפערט, ס'טייטש אז פאר יעדע צעינער זיכן זיי א ספאנסער א שטייגער ווי נחמות ישראל,

חוץ וואס איך קלער אז עס איז א טעות צי פארלאגען געלט פינעם לוה פאראויס, ווייל עס לייגט זיי און זייער א שווערע ספאט צי זיין, ווען עס וועט קימען דערצי און זיי וועלן מיזן זאגן אז זיי גייען זיכען א עושר.

אבער דאן לכאורה וואס איז דאס אנדערש פון אלע עקזעסטירענדע גמ"ח'ן, חוץ אז זיי זאגן צי גרעסערע געלטער,

אבער זיי שרייבן דאך קלאר און טויטלעך אז עס איז נישט געטריבן דורך פיקדונות,

איך בין גרייט צי נעמען, כ'פרעיג נישט גארנישט, אהער מיט די מיליאנען
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זיי שרייבען אז מען קען איינשרייבן פאר א קינד ביז 4 יוניטס, מיינט עס פאר יעדען קינד באזינדער פיר יוניטס?

נאך א קשיא, אויב דאס קינד באקומט די הלואה און נישט די טאטע, פון ווי וועט ער נעמען ערבים? ווער וועט זיין אן ערוב פאר א 18 יעריגער חתן פאר צעהן טויזענער דאלער? ווער רעדט נאך פון פערציג טויזענט דאלער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

SPUSMN האט געשריבן:זיי שרייבען אז מען קען איינשרייבן פאר א קינד ביז 4 יוניטס, מיינט עס פאר יעדען קינד באזינדער פיר יוניטס?

נאך א קשיא, אויב דאס קינד באקומט די הלואה און נישט די טאטע, פון ווי וועט ער נעמען ערבים? ווער וועט זיין אן ערוב פאר א 18 יעריגער חתן פאר צעהן טויזענער דאלער? ווער רעדט נאך פון פערציג טויזענט דאלער.


יעדע חתונה האט צוויי זייטן דערווייל, קימט אויס אז יעדע חתן וכלה קען זיין פארשילדיגט א וואפינג אכציג אלפים, כאמור לעיל.
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

און ווי עס שטייט יעצט, אויב איינער האט צוועלעף קינדער קע"ה, קענען זיך די עלטערען פארשילדיגען א וואפינג פיר הונדרעט און אכציג אלפים (12 טיימס 40,000), כאמור (ווי? ווייס איך נישט).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”