מתנה פאר די אשת חיל

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

תגובהדורך ספרים שטוב » דינסטאג מארטש 03, 2020 4:16 pm

ציגעלע האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:איך קויף א מתנה לכבוד די anniversary איינער מיט א איידיע אפאר ווערטער צו צושרייבען?

אידיש אדער ענגליש?
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

תגובהדורך ציגעלע » דינסטאג מארטש 03, 2020 4:16 pm

אידיש

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

תגובהדורך ציגעלע » דינסטאג מארטש 03, 2020 4:19 pm

ציגעלע האט געשריבן:אידיש

איך זיך נישט קיין גראמען אדער הויכע ווערטער [size=50]אזוי זאל זי כאטש מיינען אז איך האב עס אליין געשריבען[/size]

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

ענעווערסערי פאום!

תגובהדורך ספרים שטוב » דינסטאג מארטש 03, 2020 4:31 pm

לכבוד מיין חשובע אשת חיל תחי'

חסדי ה' אז צו די געלגענהייט אנגעקומען אזוי דערהויבן,
אנגעפילט מיט שבח והודי' צום גרויסן באשעפער פון אויבן,
איז טאקע יעצט די פאסיגסטע צייט צו דאנקן און לויבן,

מיין 'הכרת הטוב' אצינד ארויסצוברענגען פאר דיר,
פאר דיין איבערגעגעבענקייט אין יעדע צייט אן א שיעור,
עס איז פיל מער ווי מ'קען ארויסשרייבן אויפן קאלטן פאפיר,

א הארציגע ווארימע ברכה צו וואונשטן אז דער בורא זאל אונז געבן,
יודיש נחת מיט הרחבת הדעת און סייעתא דשמיא דערנעבן,
נאר גוטע בשורות זאל מען ביי אונז שטענדיג הערן א גאנץ לעבן,
דורות ישרים ומבורכים די שיינע המשכה ווייטער צו קענען וועבן,
און בקרוב זוכה זיין צו די גאולה אויף וואס מיר טוען שוין אזוי שטרעבן.

ווי עס וואונטשט דיין מאן:
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

תגובהדורך ציגעלע » דינסטאג מארטש 03, 2020 5:04 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:לכבוד מיין חשובע אשת חיל תחי'

חסדי ה' אז צו די געלגענהייט אנגעקומען אזוי דערהויבן,
אנגעפילט מיט שבח והודי' צום גרויסן באשעפער פון אויבן,
איז טאקע יעצט די פאסיגסטע צייט צו דאנקן און לויבן,

מיין 'הכרת הטוב' אצינד ארויסצוברענגען פאר דיר,
פאר דיין איבערגעגעבענקייט אין יעדע צייט אן א שיעור,
עס איז פיל מער ווי מ'קען ארויסשרייבן אויפן קאלטן פאפיר,

א הארציגע ווארימע ברכה צו וואונשטן אז דער בורא זאל אונז געבן,
יודיש נחת מיט הרחבת הדעת און סייעתא דשמיא דערנעבן,
נאר גוטע בשורות זאל מען ביי אונז שטענדיג הערן א גאנץ לעבן,
דורות ישרים ומבורכים די שיינע המשכה ווייטער צו קענען וועבן,
און בקרוב זוכה זיין צו די גאולה אויף וואס מיר טוען שוין אזוי שטרעבן.

ווי עס וואונטשט דיין מאן:
ייש"כ גדול

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דינסטאג מארטש 03, 2020 5:50 pm

שרייב וואס די מתנה איז. מענטשן סטראגלען

זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך מארטש 04, 2020 11:29 am

(קען זיין שטייט שוין פריער)
אריבערשיקן א סורפרייז לאנטש אינמיטן טאג, ספעציעל לכבוד'ן יום הולדת וכדומה, איז א געוואלדיגע איידיע.
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
בעזרת הבורא
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:35 pm

תגובהדורך בעזרת הבורא » מיטוואך מארטש 04, 2020 1:56 pm

מיושב'דיגער האט געשריבן:וויל איך קויפען א פערל קייטעל פאר די ב"ב. זי הוא פארלוירען די פאריגע א צייט צירוק.

ווי איז א גיטע פלאץ צי קויפען? אין וומ"ס-ב"פ געגענט? אין וויפיל בערך דארף עס קאסטען?



בראנער
917.330.9724

ראש המערכה
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: בית ה'

תגובהדורך ראש המערכה » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:43 pm

אויב זענען דא פרויען וואס ליינען די פיטצעלע אייוועלט אותיות איז דאס דער ערשטער אשכול וואס זיי ליינען :lol:

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מארטש 18, 2020 11:23 am

מ'גיימיר נישט האבן קיין צוויי ברירות, אין מ'גייט עפעס מוזן צושטעלן פארן שטוב, יותר מכפי היכולת
צוליב די אנגעשטרענגטע ערב פסח מיטן גאנצן געזינדל אויפן קאפ

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך מארטש 18, 2020 11:31 am

אבער געוואלד, נישט דא קיין ארבעט און נישט קיין געלט
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

שמחהלע
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מתנה פאר די אשת חיל

תגובהדורך שמחהלע » דינסטאג אפריל 07, 2020 11:06 am

איינער מיט א גוטע איידיע א קלייניגקייט לכבוד יו"ט ספעציעל נאך אזא שווערע ערב, כוואלט ווען געקויפט א סערטיפיקעט ביי איינע פין די פלעצער ווי פרויען גייען זיך ציקערנעמען פין די הענט פיס וכו', אבער היי יאר איז אלעס פארשפארט

ברוכאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

Re:

תגובהדורך ברוכאוויטש » דינסטאג אפריל 07, 2020 12:52 pm

ראש המערכה האט געשריבן:אויב זענען דא פרויען וואס ליינען די פיטצעלע אייוועלט אותיות איז דאס דער ערשטער אשכול וואס זיי ליינען :lol:

אפשר איז טאקע כדאי מהאי טעמא צו נוצן רש"י אותיות אין דעם אשכול

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: מתנה פאר די אשת חיל

תגובהדורך הייליג » דינסטאג אפריל 07, 2020 2:13 pm

און וואס קען מען קויפן פאר די מענער?
מיין ווייב פרעגט מיר וואס איך דארף,
איינער מיט געדאנקען?

(אינטרעסאנטע פראגע הא?...)

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מתנה פאר די אשת חיל

תגובהדורך אלטער » דינסטאג אפריל 07, 2020 2:27 pm

איך האלט שוין די לעצטע 3 וואכן אז היי יאר דארפן די ווייבער עפעס קויפן פאר די מענער.... מ'זיצט שוין אינדערהיים 3 וואכן מ'טוט אלע זייערע ארבעט.... מיין איך אז ס'קומט זיך עפעס...
איך בין טאקע אן אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

Re: מתנה פאר די אשת חיל

תגובהדורך לפנות בוקר » דינסטאג אפריל 07, 2020 2:43 pm

הייליג האט געשריבן:און וואס קען מען קויפן פאר די מענער?
מיין ווייב פרעגט מיר וואס איך דארף,
איינער מיט געדאנקען?

(אינטרעסאנטע פראגע הא?...)

איך האב איר געזאגט א סעט ספרי מהר"ל....
און װאס זאגן די עסקנים?

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: מתנה פאר די אשת חיל

תגובהדורך הייליג » דינסטאג אפריל 07, 2020 3:12 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:איך האב איר געזאגט א סעט ספרי מהר"ל....

דו נוצט עס?
(א גוטע געדאנק גראדע, יישר כח עס איז זייער א טיעפע ספר מיט געוואלדיגע ראיונות און א וועג אפצולערנען יעדע זאך מיט א הסבר פארוואס,)
וואס קען מען קויפן חוץ ספרים ?
פאר פרויען קען מען אלטס קויפן צירונגען אדער קליידער, וואס קען מען קויפן פאר מענער?

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מתנה פאר די אשת חיל

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:17 pm

הייליג האט געשריבן:און וואס קען מען קויפן פאר די מענער?
מיין ווייב פרעגט מיר וואס איך דארף,
איינער מיט געדאנקען?

(אינטרעסאנטע פראגע הא?...)

עפן אן אשכול אויף דעם.

ברוכאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

Re: מתנה פאר די אשת חיל

תגובהדורך ברוכאוויטש » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:24 pm

יאפ!
איך האב מורא די פרויען ליינען טאקע דא
איך האב היינט באקומען א מתנה פון מיין אשת חיל
"א שטענדער"
(ניין! איך דאווען נישט אינדערהיים אין די יעצטיגע טעג)

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: מתנה פאר די אשת חיל

תגובהדורך הייליג » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:32 pm

שטומפיג האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:און וואס קען מען קויפן פאר די מענער?
מיין ווייב פרעגט מיר וואס איך דארף,
איינער מיט געדאנקען?

(אינטרעסאנטע פראגע הא?...)

עפן אן אשכול אויף דעם.

געעפענט.
viewtopic.php?f=25&t=42104

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: מתנה פאר די אשת חיל

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:43 pm

הייליג האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:איך האב איר געזאגט א סעט ספרי מהר"ל....

דו נוצט עס?
(א גוטע געדאנק גראדע, יישר כח עס איז זייער א טיעפע ספר מיט געוואלדיגע ראיונות און א וועג אפצולערנען יעדע זאך מיט א הסבר פארוואס,)
וואס קען מען קויפן חוץ ספרים ?
פאר פרויען קען מען אלטס קויפן צירונגען אדער קליידער, וואס קען מען קויפן פאר מענער?

א גוטע שאלה ווייל מיין ווייב פרעגט מיר אויך וואס זי זאל מיר קויפן, די פראבלעם איז אז איך קויף מיר אליינס וואס איך דארף.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

ראש המערכה
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: בית ה'

Re: Re:

תגובהדורך ראש המערכה » זונטאג אפריל 12, 2020 3:36 am

ברוכאוויטש האט געשריבן:
ראש המערכה האט געשריבן:אויב זענען דא פרויען וואס ליינען די פיטצעלע אייוועלט אותיות איז דאס דער ערשטער אשכול וואס זיי ליינען :lol:

אפשר איז טאקע כדאי מהאי טעמא צו נוצן רש"י אותיות אין דעם אשכול

Google האט א רשי קיבארד?

Newegg
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 28, 2018 1:39 pm

Re: מתנה פאר די אשת חיל

תגובהדורך Newegg » זונטאג אפריל 12, 2020 3:50 am

געקויפט דאס ר״ח ניסן ב״ב האט זיך מחיי געווען, משרת האט מטר געוואלט ארבייטן remotely. https://www.amazon.com/Bissell-PowerEdg ... op&sr=8-16

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: מתנה פאר די אשת חיל

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג אפריל 14, 2020 1:41 pm

Newegg האט געשריבן:געקויפט דאס ר״ח ניסן ב״ב האט זיך מחיי געווען, משרת האט מטר געוואלט ארבייטן remotely. https://www.amazon.com/Bissell-PowerEdg ... op&sr=8-16

גראדע קוקט עס אויס זייער גוט!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

ראש המערכה
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: בית ה'

Re: Re:

תגובהדורך ראש המערכה » דינסטאג מאי 19, 2020 12:03 am

ראש המערכה האט געשריבן:
ברוכאוויטש האט געשריבן:
ראש המערכה האט געשריבן:אויב זענען דא פרויען וואס ליינען די פיטצעלע אייוועלט אותיות איז דאס דער ערשטער אשכול וואס זיי ליינען :lol:

אפשר איז טאקע כדאי מהאי טעמא צו נוצן רש"י אותיות אין דעם אשכול

Google האט א רשי קיבארד?

טשעק איט אאוט, אין לאז אונז וויסען!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט