מתנה פאר די אשת חיל

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אביונה
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:26 pm

לעכטל האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:האף איך אויף דעם יו"ט צו קויפן א דיימאנד פין אי"ה

זייער זייער שיין כל הכבוד!
אבער קען מען נישט קויפן צו אפט טייערע זאכן, מען דארף זיך אבער ווינסענדיג מאכן לכבוד יום טוב!
קויפט מען א קלענערע זאך (30 - 75..$) די שאלה איז נאר ווער האט עפעס אן איידיע?

ער שרייבט דאך אז ער האפט נאר...
דארף נאך נתעשר ווערן...
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:31 pm

אביונה האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:האף איך אויף דעם יו"ט צו קויפן א דיימאנד פין אי"ה

זייער זייער שיין כל הכבוד!
אבער קען מען נישט קויפן צו אפט טייערע זאכן, מען דארף זיך אבער ווינסענדיג מאכן לכבוד יום טוב!
קויפט מען א קלענערע זאך (30 - 75..$) די שאלה איז נאר ווער האט עפעס אן איידיע?

ער שרייבט דאך אז ער האפט נאר...
דארף נאך נתעשר ווערן...

איך וואונטש אים 'כל טוב'!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

פייף דיך אן
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 14, 2018 1:05 pm

תגובהדורך פייף דיך אן » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:38 pm

געקויפט א הערליכע לעדערנע קריאת שמע ליינער, פאר די אויסגעמוטשעטע באלעבאסטע.
פונקט געטראפן אין ספרים סטאר פאר 40 טאלער.
אלע ספרים געשעפטן פארמאגן דאס?

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:22 pm

פייף דיך אן האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:געקויפט א הערליכע לעדערנע קריאת שמע ליינער, פאר די אויסגעמוטשעטע באלעבאסטע.
פונקט געטראפן אין ספרים סטאר פאר 40 טאלער.

אלע ספרים געשעפטן פארמאגן דאס?

קיין אנונג.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 10:04 am

איך וויל קויפן א טייערע קייטל. ווייסט איינער פון א גוטע געשעפט אין וויליאמסבורג?

יישר כח

שמחהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 10:55 am

שמארטיקל האט געשריבן:איך וויל קויפן א טייערע קייטל. ווייסט איינער פון א גוטע געשעפט אין וויליאמסבורג?

יישר כח

כהאב געהאט א גוטע עקספיריענס ביי Jacob Jewlers in bp פאר Earrings.
Amsel דארף אויך זיין גוט.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3961
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 5:46 pm

ציהרינג איז הכל לפי המבייש. א שיינער פארדינער קעניש אהיימקומען מיט א פופציג פונט\דאלער-דיגע תכשיט וואס ער האט נאך געקויפט האלב פרייז. עכ"פ נישט ווען דאס איז דער איינציגסטע זאך וואס ער קויפט אויף יו"ט.

משא"כ עמיצער וואס האט נישט אזויפיהל געלט, איז גוט אפילו עפעס ביליגער, ווי לאנג ע"ז זעהט זיך אהן אז ער האט אריינגעלייגט מחשבה דערין, און נישט געכאפט מכל הבא ליד. זאל ער וועלען דעם ציהרינג לכה"פ א פערטעל צייט וויפיהל ער וועלט אן אתרוג.

פערפיום קען שטענדיג זיין א גוטע מתנה. מ'דארף אבער זיכער מאכען עס איז וואס זי האט ליעב און לייגט זיך גוט (דער זעלבע פערפיום שמעקט אנדערש אויף פארשידענע אנדערע מענטשען). פיהל פירמעס וועלען געבען קליינטשיגע סעמפלס פון וואס מ' וויל קויפען, אזוי קעמען אהיימברענגען אויספראבירען.

א נוצבארע זאך (למשל קאך געצייג) איז בלויז א מתנה אויב עס איז קאנטיג אז מ'האט אריינגעלייגט מחשבה. דערביי איז גאר וויכטיג ארויסצוברענגען אז מען האט עס געקויפט אלץ דאנקבארקייט און שעצונג פאר איהר שווערע ארבעט. למשל א פרוי וואס מוטשעט זיך מיט אן אלטע פוד פראסעסאר, קעמען אינוועסטירען אין א נייע פון גוטע קוואליטעט, און ערקלערען אז מען האט עס געקויפט ארויס צו ווייזען וויפיהל מען עפרישיעט וואס זי טוט אלץ לכבוד יו"ט.

אויך איז גאר גוט צו געבען איין אווענט קעש אדער דעם קרעדיט קארד (מעג אפילו זיין מיט א תנאי קודם למעשה וואס דער לימיט איז), און הייסען ארויסגיין קויפען א נייעם קלייד. ווער רעדט נאך אז מען בעביסיט דאן (בעביסיט? ס'דאך דיינע קינדער!).

דאס זענען אלס קלאסישע מתנות. פארשטייט זיך אז אויך קלייניגקייטען וועלכע מאכען ס' לעבען עטוואס געשמאקער אדער גרינגער, זענען אויך גאר אין פלאץ. מעט הכמות ורב האיכות.

אין דעם איז אריינגערעכענט א נייע ליין בוך, עקסטערע גוי'טע שעות, א טשאקאלאד א.ד.ג.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 5:51 pm

געקויפט א נייע פאקעט בוק און בערזל צום נייעם יאר, געקאסט א חמש מאות, און ס'איז עפעס וואס זי וועט נוצן יעדן איינציגן טאג. כ'האב אריינגעשריבן א שיין בריוול 'ותקם בעוד לילה ותתן טרף לביתה וכו''. אז ס'איז אלס הכרת הטוב פארן צוהעלפן מיט די פרנסה אין שטוב.

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 6:03 pm

אחת ואחת האט געשריבן:האף איך אויף דעם יו"ט צו קויפן א דיימאנד פין אי"ה

שוין געקויפט, אדער עצות זענען נאך אקטועל?

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:01 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:געקויפט א נייע פאקעט בוק און בערזל צום נייעם יאר, געקאסט א חמש מאות, און ס'איז עפעס וואס זי וועט נוצן יעדן איינציגן טאג. כ'האב אריינגעשריבן א שיין בריוול 'ותקם בעוד לילה ותתן טרף לביתה וכו''. אז ס'איז אלס הכרת הטוב פארן צוהעלפן מיט די פרנסה אין שטוב.

זי ארבעט די נייט שיפט?
דביה תחדי נפשא

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:15 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:געקויפט א נייע פאקעט בוק און בערזל צום נייעם יאר, געקאסט א חמש מאות, און ס'איז עפעס וואס זי וועט נוצן יעדן איינציגן טאג. כ'האב אריינגעשריבן א שיין בריוול 'ותקם בעוד לילה ותתן טרף לביתה וכו''. אז ס'איז אלס הכרת הטוב פארן צוהעלפן מיט די פרנסה אין שטוב.

זי ארבעט די נייט שיפט?

ניין, אבער ווען איך שלאף נאך...

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 1:10 pm

הערט'ס אויס אן אלטע איד:

די בעסטע פרעזענט פאר די ווייב איז נישט דוקא א טייערע זאך. מען קען קויפן א ביליגע זאך "אבער עס זאל זיין פערזענליך", דהיינו אפילו למשל א שיינע קאפי קאפ וואס זאל שטיין אויף דעם אויסגעקריצט "טו מיי דיער ווייף" וכדומה, דאס איז א פערזענליכע מעסעזש הונדערט מאל שטערקער ווי א צירינג (מען דארף אמאל קויפן א צירינג אויך, חוץ המעשה), און טויזנט מאל שטערקער און אינו דומה כלל צו א מתנה פאר די הויז וואס איז נישט פערזענליך.

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 1:23 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:געקויפט א נייע פאקעט בוק און בערזל צום נייעם יאר, געקאסט א חמש מאות, און ס'איז עפעס וואס זי וועט נוצן יעדן איינציגן טאג. כ'האב אריינגעשריבן א שיין בריוול 'ותקם בעוד לילה ותתן טרף לביתה וכו''. אז ס'איז אלס הכרת הטוב פארן צוהעלפן מיט די פרנסה אין שטוב.


אז ממעג פרעגן ווי האט מען עס געקויפט?

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 3:04 pm

שמארטיקל האט געשריבן:איך וויל קויפן א טייערע קייטל. ווייסט איינער פון א גוטע געשעפט אין וויליאמסבורג?

יישר כח

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 6:24 pm

שמארטיקל האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:איך וויל קויפן א טייערע קייטל. ווייסט איינער פון א גוטע געשעפט אין וויליאמסבורג?

יישר כח

סתם אן עצה אויב ס'איז שייך.
אסאך מאכן יעצט פון א פּין א קייטל. נישט מיט יעדע פּין זעהט עס אויס גוט, אבער ס' ווערט אריינצוקוקן דערין.
מ'מאכט אזוי אז אויב קומען פינס צוריק אריין אין סטיית קען מען עס נאך ניצן

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 8:38 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:הערט'ס אויס אן אלטע איד:

די בעסטע פרעזענט פאר די ווייב איז נישט דוקא א טייערע זאך. מען קען קויפן א ביליגע זאך "אבער עס זאל זיין פערזענליך", דהיינו אפילו למשל א שיינע קאפי קאפ וואס זאל שטיין אויף דעם אויסגעקריצט "טו מיי דיער ווייף" וכדומה, דאס איז א פערזענליכע מעסעזש הונדערט מאל שטערקער ווי א צירינג (מען דארף אמאל קויפן א צירינג אויך, חוץ המעשה), און טויזנט מאל שטערקער און אינו דומה כלל צו א מתנה פאר די הויז וואס איז נישט פערזענליך.

יא ריכטיג! גוט ארויסגעברענגט!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

ראש המערכה
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: בית ה'

תגובהדורך ראש המערכה » זונטאג ינואר 12, 2020 4:31 pm

דאס אלעס מאכט נישט אוועק אהיימקומען מיט א אייז קרים און א גרינעם ליל שישי אפן וועג אהיים פון מעריב...
ס'איז ווערט די צווי גראשן.. נאך ווי!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג ינואר 12, 2020 8:16 pm

מען דארף געבן פאר די ווייב, עפעס וואס זי איז מחשיב, נישט וואס די ביסט מחשיב.
ראש המערכה זאגט אויך זייער גוט. אהיימקומען מיט א אייז קרים און א געלע ליל שישי איז זייער א גיטע זאך. פארשטייט זיך, אויב די אישת חיל קרעיוודט אייז קריעם. אויב איז זי אויף א דייעט, און דו האסט לויעב אייז קריעם, מאכסטו חוזק פון דיך מיט איהר באזאמען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג ינואר 12, 2020 9:17 pm

דער עיקר איז די פאר ווערטער וואס מ'שרייבט צו! דאס איז וואס א פרוי ערווארט און פריידט זיך די מערסטע!

און מיינע צייטן פלעגט זיך ארום דרייען א ווערטל (שוין לאנג נישט געהערט גראדע) אז א אינגערמאן האט געבעטן א שוועסטער זיינע זאל אים העלפן קלויבן א פיעס אף דשולערי, און זי האט אים עס אפגעשיקט אין א שאפינג בעג, און צוגעלייגט א קליין צעטעלע "טייערע ברודער! דער עיקר איז נישט וואס דו קויפסט נאר וואס דו שרייבסט צו".

דער אינגערמאן האט איבער געגעבן די מתנה פאר'ס ווייב מיט'ן שאפינג בעג, זי עפענט עס אויף און טרעפט דעם שוועסטער'ס בריוועלע...
טשאלענט גמ"ח
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך...

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג ינואר 12, 2020 9:18 pm

ר' חיים מענדל ע"ה פלעגט צו זאגן אז אינגערמאן האט אים אמאל געפרעגט וואסערע מתנה צו קויפן פאר זיין ווייב ווייל
"אלעס וואס איך דארף האט זי שוין...."
טשאלענט גמ"ח
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך...

דובי'ס א פען
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 10:38 pm

תגובהדורך דובי'ס א פען » מאנטאג ינואר 27, 2020 5:41 pm

איינער ווייסט אויב ס'איז דא א היתר צו קויפן א מתנה מיט מעשר געלט ? ( ושמח את אשתו וכ'ו)
שטייט'צעך ווען ס'איז באמת נישט דא קיין אנדערע געלט

איך וויל באמת וויסן, פליז אויב דו ווייסט נישט זאג נישט ...
א ריזיגן ייש"כ

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג ינואר 27, 2020 5:43 pm

דובי'ס א פען האט געשריבן:איינער ווייסט אויב ס'איז דא א היתר צו קויפן א מתנה מיט מעשר געלט ? ( ושמח את אשתו וכ'ו)
שטייט'צעך ווען ס'איז באמת נישט דא קיין אנדערע געלט

איך וויל באמת וויסן, פליז אויב דו ווייסט נישט זאג נישט ...
א ריזיגן ייש"כ

א דיין האט אייך נישט געקענט העלפן דערמיט?

דובי'ס א פען
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 10:38 pm

תגובהדורך דובי'ס א פען » מאנטאג ינואר 27, 2020 5:45 pm

This is for example an answer that I wanted to avoid

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג ינואר 27, 2020 7:03 pm

ר' איד, שאלות אין הלכה העסטו פרעגן א דיין, נישט קיין אנאנימע עמעראצים אנליין.

קאל עני בית הוראה, זיי וועלן גערן ענטפערן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
ארלאנדא
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:47 am

תגובהדורך ארלאנדא » מאנטאג ינואר 27, 2020 8:13 pm

אוודאי זאלסטו פרעגן א דיין. אבער סתם א נקודה למחשבה. פארוואס ווען מען שטעלט צאם געלט אז פלוני זאל קענען חתונה מאכן מיט א פייוו מען בענד איז נישט קיין שאלה צו ממעג ניצן מעשר. משאכ ווען די ווילסט משמח זיין דאס אייגענע ב"ב???

#כח היחיד
NNM

נייע ניקס מעטטער

הק' אלי' ראובן לאנדא


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 10 געסט