'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 6:54 pm

@קלאצקאפ האט שוין עטליכע לענגערע תגובות אין די אשכול...

רעאלאטיוו לאנג.
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 6:57 pm

נו און?
לעצט פאראכטן דורך מח בקדקדו אום דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 8:26 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 7:19 pm

אז מ'האלט שוין דא אינעם אשכול קען איך ברענגן די תגובה וואס איך האט געשריבן איבער געוויסע ניקס און זייער אניגראם טיפ.
דאס אז נשמה איז א פיר ברויך מען נישט אפי' צו זאגן.. א יעדע תגובה איז דורך גענעצט מיט געפילן.. ווי ער לויפט טיף טיף אין הארץ... די בעסטע זאך פון נשמה איז... ווען ער פראבירט מסביר צו זיין נה"י (לב - געפילן) מיט חב"ד....
למעלה משבעים שיינט צו זיין א איינסער ער ברענגט און ווייסט יעדע הלכה זיין גאנצע הנהגה איז מיט א פינקטלעכע חשבון מיט א קלארקייט...
טשאדעלע איז בפשטות א שטארקע זיבענער סיי פון די חדושים און אפענקייט אין זיינע תגובות זיין פרייליכקייט דאס אז ער ברענגט זיינע ווידעאס סיי אויף דרייוו און סיי אויף דראבאקס אז יעדער זאל הנאה האבן...
הכל הבל מיט יענג2020 שמעקט פון פינף זייער קלארקייט און קאלטקייט וויסענדיג אלעס און קיינמאל אריינגיין אין ביליגע וויכוחים בכלל אנקוקען די וועלט פון אינדרויסן
לכאורה איז אין מיינע אויגן א דרייער ענטפערט אייך וואס מפרעגט פאר א יעדעם די זעלבע
קנאפער יעדן קען מען דאך זעהן אויף זיין אונטערשריפט העלפט א יעדעם איינעם = 2
צל קוקט אויך אויס ווי א איינס
און װאס זאגן די עסקנים?

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 7:24 pm

נפש׳ל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:ווי אויך, וויבאלד מיין 'געפיל' ציט מיך יעצט עוסק צו זיין אין אניגראם, האב איך יעצט נישט קיין כח צו קיין 'פליכטן'. אדער איך האב נישט קיין כח צו קיין פליכטן ווייל עס סערווירט נישט מיינע הרגשים, סאו לאמיר עס אפשטופן, און אזוי טרעפט מען זיך שפעט ביינאכט אז מען האט נאכנישט געענדיגט טון וואס מען דארף צו טון.

ס'גארנישט קיין דשאוק דעס. אויב מ'איז אזוי, און מ'טוט אזוי, און מ'לעבט אזוי, דארף מען וויסן ווי שנעלער זיך ארויסצוזעהן דערפון. ווילאנג און אויב מ'קען נאך.

קודם דארף מען קענען סובל זיין אז ווי אזוי איך בין, דאס בין איך,

ווען איינער ווייסט שוין אביסל ווי אזוי מ׳איז זיך סובל,
קומט די נעקסט סטעפ, אז ער קען סובל זיין ווען די געפיל ציעט אים, און ער קען טוהן זיינע פליכטן אפילו זיין געפיל ציעט צו עפעס אנדערש,

ווייז מיר א פירער וואס האט זיך דאס אויסגעלערנט. אדרבה.


איך מיין אז @מח קען אפאר, גיב אים א פרעג

איך קען א פאר!
און װאס זאגן די עסקנים?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 7:29 pm

נשמה האט געשריבן:@קלאצקאפ דו פאלגסט טאקע וואס מ'הייסט דיר. אדער פונקט ביי 'קבלה' איז דיר אויסגעקומען צו זיין פון די פאלגעדיגע?

איך בין בטבע א פאלגזאמער.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 7:39 pm

איך האב פראבירט צו אנאליזירן פארוואס איך קען נישט ארויסברענגען מיינע געפילן בכתב. לכאורה איז עס ווייל יעדע געשריבענע ווארט מיינע פראביר איך אהערצושטעלן פערפעקט, און ווען מ'שטעלט אויס געפילן פערפעקט פארלירט עס די נאטורליכקייט, און אומנאטורליכקייט קען איך דאך נישט דערליידן.

עפעס אזוי.. כ'האף אז איינער פארשטייט וואס כ'האב געזאגט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 7:46 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:דער קלאצקאפ איז זייער אינטערסאנט.

פירער? זיבענער? ניינער?

מח. איך פיל אז ער איז ניינער מיט א איינזער פליגל.

א איינזער?? וואו האסטו דאס געזען?

אפשר דא. דא דא דא.

איך קום נישט אויסשליסן פיר מיט כח. איך זאג נאר אז ווען ער וואלט געווען א פירער וואלט ער שוין געוואוסט מער פון פיר. ער איז צו לייכט פאר א פירער. ער שרייבט "געפילן? פלענער!" איך מיין אז ניינער האבן די מין זאך אז עס טראכט זיך זיי א ניגון וואס פארט אין קאפ. אויב גייט ער פאר שלום, דאס מיינט אז דער עיקר וואס ער האט מורא איז, אז ער זאל בלייבן במנוחה. מיין איך אז ער איז א ניינער מיט א פליגל פון איינס. און פאלגזאמקייט שטומט אויך מיט ניין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 8:02 pm

נשמה, וואס איז דער דעפינישאן פון א לייכטע נפש? און וואו זעסטו דאס אין מיר?

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 8:36 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:נשמה, וואס איז דער דעפינישאן פון א לייכטע נפש? און וואו זעסטו דאס אין מיר?

איך וועל דיר זאגן וואס איך פיל יעצט פון די וועג וויאזוי דו שרייבסט. אבער עס מוז נישט זיין אז אזוי איז עס אין פאקט. איך זעה דיך צו גיין צו די וועלט אן קאמפליקאציעס וואס זאלן געשעהן אינמיטן וועג. געפילן שטערן דיך נישט. געפילן פירן דיך נישט אראפ פון גלייכן וועג. צווישן דיר און די וועלט איז דא א גראדע - דהיינו נישט צעקנייטש אדער איינגעבויגען אינדערמיט - וועג. וואס דו קאמיוניקירסט אהין און צוריק. דו זוכסט נישט צו מאכן עפעס פון דיר כדי צו געפעלן מער ווי דו ביסט עכט. דו ווערסט נישט צו באליידיגט. גארנישט צעקנייטשט דיך נישט.

כך נראה לי. יעצט, אויב וואלסטו געווען א פירער, א פירער ווערט צעקנייטשט. א פירער ווערט צעקראצט. ווען דו וואלסט געווען א פירער - וואס קען נאך אלץ זיין אז דו ביסט - וואלט זיך געזעהן פון דיין שרייב ווערק א גאנצע מאכערייקע. עס וואלט זיך גראד געשפירט אז מ'רעדט דא פון א 'פירער'. א פירער איז אנגעווייטאגט, און עס זעהט זיך אויפן שריפט. ביי א פירער שפירסטו אזוי ווי דו גייסט אריין אין א שטוב אנגעפאקט מיט זאכן. ס'איז עפעס א גאנצע געשעעניש.

דו ביסט זייער לייכט. און דאס שטומט מיט ניין. דיינע פלענער וואס דו האסט - אויב דו ביסט א ניינער - זענען נישט קיין פלענער וואס גייען ווערן אויסגעפירט אויף למעשה. דאס זענען פלענער וואס בלייבן פלענער. דו האלסט אן אין דיר דיין סטאביליטעט. דיין אוועטער - אויב דו ביסט א ניינער - ווייזט אויף מנוחה ושלווה.

און עס שפירט זיך. און דאס וואס דו זוכסט צו זיין פערפעקט, דאס קען קומען פון די איינזער פליגל.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נפש׳ל
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 8:57 pm

דאס קען קומען פון א טיעפע יאוש
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 9:11 pm

נשמה האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:נשמה, וואס איז דער דעפינישאן פון א לייכטע נפש? און וואו זעסטו דאס אין מיר?

איך וועל דיר זאגן וואס איך פיל יעצט פון די וועג וויאזוי דו שרייבסט. אבער עס מוז נישט זיין אז אזוי איז עס אין פאקט. איך זעה דיך צו גיין צו די וועלט אן קאמפליקאציעס וואס זאלן געשעהן אינמיטן וועג. געפילן שטערן דיך נישט. געפילן פירן דיך נישט אראפ פון גלייכן וועג. צווישן דיר און די וועלט איז דא א גראדע - דהיינו נישט צעקנייטש אדער איינגעבויגען אינדערמיט - וועג. וואס דו קאמיוניקירסט אהין און צוריק. דו זוכסט נישט צו מאכן עפעס פון דיר כדי צו געפעלן מער ווי דו ביסט עכט. דו ווערסט נישט צו באליידיגט. גארנישט צעקנייטשט דיך נישט.

יוי!... דו האסט אזוי גוט אראפגעלייגט מיין חלום לעבנסשטייגער, אזש דו האסט מיר ארויסגעברענגט פיזישע טרערן.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 9:24 pm

סאו דו ביזסט אנדערש פון וואס ער שרייבט דא? אויב יא, מיט וואס?
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 9:29 pm

כ'בין בערך אזוי ווי ער לייגט אראפ דעם פירער אינעם "כך נראה לי" פאראגראף, כ'ווייס נאר וויאזוי עס צו פאלישן...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 9:36 pm

מח, האסט דיך נאכנישט באצויגן צו מיין תשובה דא. צו וואס האסטו געוואלט צוקומען?

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 9:48 pm

נשמה האט געשריבן:
קלאצקאפ האט געשריבן:כ'האב געזאגט ניין אן קיין קווענקל, ווייל דאס איז דער מציאות.

איך ווייס נישט וואס לערנען קבלה האט מיט פיר, אבער נאטורליך פראביר איך אויסצומיידן זאכן וואס זעען מיר אויס קאמפליצירט.
נומער צוויי, איך בין נישט קיין אויבער חכם, און איך פאלג וואס מ'הייסט מיר. און אויב זאגט מען מיר אז קבלה איז נישט געמאכט פאר מיר, בין איך אפי' נישט נייגעריג דערין. כאטש איך בין בטבע זייער א נייגעריגער.

אויסמיידן זאכן וואס זעען אויס קאמפליצירט. איז דאס נישט 9? נישט זיין א אויבער חכם. איז דאס נישט 9?

ס'קען זיין, אבער ס'קען פונקט אזוי זיין 4. פירערס זענען פארזיכערט אונטער'ן שוץ פונעם סיסטעם.

1 וואלט איך אינגאנצן ארויסגענומען פון קלאצקאפ'ס אנאליז.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 9:51 pm

פארזיכערט אונטער'ן שוץ פונעם סיסטעם איט איז.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 9:52 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:נשמה, וואס איז דער דעפינישאן פון א לייכטע נפש? און וואו זעסטו דאס אין מיר?

דו ווייזט ארויס א לייכטקייט אויפ'ן וועלטל - דו טענה'סט נישט, ביזט שנעל מסכים, און דו שרייבסט קורץ אן קיין לאנגע הסברים. נעכטן איז אבער געווארן אויפגעברענגט אז דאס מוז נישט זיין דו, ס'איז יתכן אז דיינע געפילן זענען פריוואט און זוכן נישט זיך מיטצוטיילן מיט'ן עולם, וועלכער וועט זיי סיי ווי נישט פארשטיין געהעריג.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 9:52 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'בין בערך אזוי ווי ער לייגט אראפ דעם פירער אינעם "כך נראה לי" פאראגראף, כ'ווייס נאר וויאזוי עס צו פאלישן...

אה אקעי דו ביזסט נישט קיין ניינער אדער איינזער
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 10:40 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מח, האסט דיך נאכנישט באצויגן צו מיין תשובה דא. צו וואס האסטו געוואלט צוקומען?

פון דיין תשובה דארט האב איך נישט עכט עפעס ארויסגענומען.

איך האב געוואלט צוקומען צו זען וויאזוי דאס קענען דיין נפש אפעקטירט דיר, און וויאזוי דאס וויסן אז דו ביזסט א פירער אפעקטירט דיר, איך האב געוואלט לויט דעם זען צו איך קען זען וואס דו ביזסט.
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 10:43 pm

און וואס איז דיין צד אז איך בין א זיבענער?

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 11:47 pm

ווייל דו האסט ליב צו חלום'ען און דמיונען פון עקסייטינג זאכן, האסט ליב צו זיצן אין תענוג פון טראכטן געשמאקע זאכן און פלענער.
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 11:49 pm

אייך זאך זע איך, אז האסט זייער ליב צו פאטשקענען אין דיין נפש, ווי אויך אז מען באציט זיך צו דיר, עס געבט דיר א גוטע געפיל, עפעס א אינערליכע געפיל אז דו ביזסט עפעס ווערד, ווי אויך אז דיינע געפילן זענען וועלידעטעד.
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 11:54 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:ווייל דו האסט ליב צו חלום'ען און דמיונען פון עקסייטינג זאכן, האסט ליב צו זיצן אין תענוג פון טראכטן געשמאקע זאכן און פלענער.

אבער זיבענערס זענען מער "איזי גאואינג", נישט אזוי?

כ'בין ווייט נישט קיין ידען אין עניאגראם, אבער אויף ווי ווייט איך בין באקאנט קען איך נישט זען קיין זיבענער זיין א פערפעקשאניסט.

מח בקדקדו האט געשריבן:אייך זאך זע איך, אז האסט זייער ליב צו פאטשקענען אין דיין נפש, ווי אויך אז מען באציט זיך צו דיר, עס געבט דיר א גוטע געפיל, עפעס א אינערליכע געפיל אז דו ביזסט עפעס ווערד, ווי אויך אז דיינע געפילן זענען וועלידעטעד.

;l;p-

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » פרייטאג פאברואר 21, 2020 12:16 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:ווייל דו האסט ליב צו חלום'ען און דמיונען פון עקסייטינג זאכן, האסט ליב צו זיצן אין תענוג פון טראכטן געשמאקע זאכן און פלענער.

אבער זיבענערס זענען מער "איזי גאואינג", נישט אזוי?

כ'בין ווייט נישט קיין ידען אין עניאגראם, אבער אויף ווי ווייט איך בין באקאנט קען איך נישט זען קיין זיבענער זיין א פערפעקשאניסט.

ריכטיג, הגם זיבענער'ס קענען גיין צו איינס
מח בקדקדו האט געשריבן:אייך זאך זע איך, אז האסט זייער ליב צו פאטשקענען אין דיין נפש, ווי אויך אז מען באציט זיך צו דיר, עס געבט דיר א גוטע געפיל, עפעס א אינערליכע געפיל אז דו ביזסט עפעס ווערד, ווי אויך אז דיינע געפילן זענען וועלידעטעד.
;l;p-

דאס שטימט מיט פיר
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג פאברואר 21, 2020 1:43 pm

@מח, איך האב נאכנישט געליינט דיין לאנגע תגובה אויף זיבענערס, אבער די ערשטע צוויי פארארגראפן האב איך געגליכן.
זקן מלא רחמים.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יוד אלף, מודהאני, קיטשי און 6 געסט