ממוצע האט געשריבן:Porfavor האט געשריבן:
ער דארף גיין צו איינס אבער אויף זיין אייגענארטיגע דרך.
אז איך וועל האבן צייט (און איך וועל מיך נישט אזוי שטארק שעמען אדער האבן אזא שטארקע fear אז מען וועט מיך זשאזשן) וועל איך שרייבן וואס "גיין צו איינס אויף זיין אייגענארטיגע דרך" האט געמיינט פאר מיר.
יא ביטע!
איך ווייס נישט ווער נאך ס'הערט זיך אונטער.. אבער איך בין זייער נישט דזשאדזשמענטל. פאר וואס ס'קען מיר... איך האב א טיף איינגעבאקענע סבלנות און שעצונג און רשות געבעריי פאר מענטשהייט זיך צו אויסדרוקן און זיך אויפפירן, וויאזוי זיי טוען עס סיי ווי.
דערווייל איז עס נישט שייך. איך פיל מיך צו עקספאוזד.
די זאך אין זשענערעל איז אז א יעדע ערליכע איד איז אוטומאטיש עטוואס ביי איינס.
א שחרית א מנחה א מעריב, א ברכה, א זמן, א שאלה א פסק הלכה. דאס אלעס איז שוין איינס.
א תורה'דיגע לעבן איז סטראקטשורד by default.
במילא, צו גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין און פרובירן צו טון איינס זאכן לשם ווערן סטראקטשורד איז נישט ווירקזאם און רוב מאל אויך נישט נויטיג.
אז עס איז דא עפעס מיט וואס דער פירער קאנעקט וועט ער ווייטער טון די ביהעיוויער ווי שווער עס איז (אויפשטיין 3 פארטאגס פאר יארן אין א צי ווייל זיין חברותא דעמאלץ איז א טיפער מענטש און ער איז אינטערעסירט צו לערנען מיט אים) און אז עס איז נישט דא א זאך מיט וואס ער קאנעקט וועט ער עס טון אביסל און אויפגעבן.
איז דא א ספעציפישע זאך וואס דו ווילסט ארבעטן אויף?