'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

נשמה האט געשריבן:איינזער וברכתיך בכל אשר תעשה אין אלעם וואס דו וועסט טוהן ריכטיג
צווייער וברכתיך בכל אשר תעשה אין אלעם וואס דו וועסט טוהן פאר א צווייטן
דרייער וברכתיך בכל אשר תעשה אין אלעם וואס דו וועסט טוהן למעשה
פירער וברכתיך בכל אשר תעשה אין אלעם וואס דו וועסט טוהן אבער קודם דארף איך וויסן וואס פעהלט מיך?
פינעווער וברכתיך בכל אשר תעשה אין אלעם וואס דו וועסט טראכטן
זעקסער וברכתיך בכל אשר תעשה אבער וואס זאל איך יעצט טוהן רבש"ע?
זיבענער וברכתיך בכל אשר תעשה דער עיקר ס'זאל זיין ענדזשויעבל
אכטער וברכתיך בכל אשר תעשה וואס איך וועל הייסן אז דו זאלסט טוהן.
ניינער וברכתיך בכל אשר תעשה אבער איך האב צייט נעקסטע וואך.

יו איז דעס גוט
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס'דא אשכולות וואס רעדן פון הרגשים אין עבודת השי"ת.
הרגשים בעבודת השי"ת איז וויכטיג, פשוט ווייל מ'דארף אריינעמען דעם גאנצן קערפער אין די עבודה. והכל כמובא בספרי פיאסעצנא. נישט די געפיל איז די עבודה. אבער אז מ'האט געפיל שלעפט עס אריין אין די עבודה און מ'ווערט מקודש דערפון. ועוד יש להאריך בזה.

יעדער האט זיך זיין וועג וויאזוי ער קוקט אן געפילן.

איינזערס ווילן טון וואס ס'איז ריכטיג, און ווייל איינזערס ווילן אזוי שטארק זיין ריכטיג, וועלן איינזערס נישט אריינלאזן סתם אינסטינקטיוו הרגשים אין זיך, זיי געבן זיך נישט קיין צייט צו אריינלאזן אין זיך זייערע נאטורליכע אינסטינקטיוו געפילן, ווייל זיי זענען פארנומען צו פילן ריכטיג. און יעדע אינסטינקט דארף ווערן איבערגעארבעט, און ס'קען זיי אסאך פעלן פון די ריינע נאטורליכע געפילן. (קודם דארף א מענטש זיך לאזן פילן וואס ער פילט, פארשטייט זיך וואס מ'מעג. און וואס מ'מעג נישט, איז דאך ווייטער אז מ'פילט אז מ'טוט דעם רצון השי"ת, איז דאך דאס ווייטער א געפיל. דער עיקר אז מ'איז מקושר צום געפיל און מ'לאזט עס עקזיסטירן) און דאכט זיך, אז איינזערס ווילן פילן, אבער זיי קענען נישט געהעריג פילן, ווייל זיי לאזן נישט אריין געהעריג זייערע אינסטינקטיוו הרגשים. זיי זאגן אזוי ווי "איך וויל פילן אבער נישט אלעס. כעס וויל איך נישט פילן, הגם זיי קענען זיין אזוי אנגעביטערט פארוואס זיי פילן נישט דאס וואס מ'דארף פילן" אויב מ'קוועטשט אונטער די געפילן, און מ'לייגט ארויף דערויף א שלאס, געבן זיי זיך אונטער. אויב מ'איז ברוגז אויף איינעם און מ'לאזט זיך עס פילן, נישט מ'גיט עס א דרוק אונטער, נאר מ'ארבעט זיך אויס אז ס'זאל טאקע נישט באדערן, דאן געוואוינט מען זיך איין צו לעבן מיטן געפיל, מיטן נפש. מ'ווערט מער אויפמערקזאם אויף די נפש.

צווייערס פילן נישט זייערע געפילן, זיי פילן נאר וואס יענער פילט. זיי זענען פארנומען וואס יענער פילט, (פארשטייט זיך איך רעד פון געווענליכע צווייער) א צווייער קומט אריין אין ביהמ"ד צום דאווענען, און ער קען נישט פילן וואס ער פילט, ס'איז אים שווער צו כאפן זיינע אייגענע געפילן. זיינע געפילן זענען אנגעפילט מיט די געפילן פון די מענטשן ארום, אדער ווייל ער זארגט זיך טאקע פאר זיי, אדער ווייל ער פרובירט זיך אויסצו'משל'ן וואס זיי פילן וועגן אים, אדער צו וויסן וואס זיי פילן, כדי צו קענען זיין וויאזוי זיי פילן, און ער קען נישט זיין פארנומען מיט זיך, מיט זיינע זאכן וואס ער טוט. און די דאווענען לויפט דורך, און זייער געפיל איז נישט דארט געווען ווייל זיי זענען געווען פארנומען מיט וויאזוי יענער פילט. און זיי קענען זיך נישט זאגן "איך וויל פילן וויאזוי איך פיל".

דרייערס האבן בכלל א פראבלעם צו פילן וואס זיי פילן, ווייל זיי געבן זיך אזוי ווי נישט קיין צייט צו פילן זייער געפיל, ווייל זיי האלטן אז ס'וועט זיי שטערן פון טון צום זאך, און מצליח זיין. אזוי ווי איינער וואס איז פארנומען צו גוט עקטן אויף א פלעי און האבן א גוטן אימעדש, קען ער נישט געבן קיין צייט אז די עכטע געפילן זאלן ארויסקומען, און ווערן געפילט.

פירערס קענען האבן א פראבלעם מיטן פילן וואס זיי טוען, ווייל זיי זענען נאך איינגעזאפט אין עפעס א פריערדיגע זאך, איינער וואס האט זיי באליידיגט וכדומה, די געפיל דארף זיין אפן פאר נייע געפילן אריינצוקומען. און אויך קענען פירער האבן א פראבלעם, אז זיי לאזן זיך נישט איינפאך פילן און געגאנגען ווייטער, זיי ווערן אזוי נתפעל פון יעדעס געפיל וואס זיי פילן, אז זיי הייבן אן צו טראכטן "בין איך טאקע דעס?" און דאס האקט אפ זייער פלוס פון געפילן. און ס'מאכט זיי זאלן נישט קענען געהעריג פילן.

פינעווער האבן א פראבלעם מיט געפילן ווייל זיי ווילן טראכטן, און געפילן שטערט צום טראכטן. צומאל מיינען זיי אז דאס איז וואס זיי פילן, אבער באמת איז עס דאס וואס זיי טראכטן.

זעקסער פילן א מחי'. אבער זעקסער דארפן ארבעטן נישט צו האבן אנדערע פחדים און ספיקות, וואס קען שטערן צום אייגענעם אינערליכן געפיל.

זיבענער, אויב זיי וועלן זיין פארנומען מיט די סביבה ארום און ארום, וועלן זייערע אינסטינקטיוו מחשבות לויפן דארט, און זיי וועלן נישט האבן קיין צייט צו פילן. די בעסטע עצה איז אנצוטרייבן די אינסטינקטיוו מחשבות פון די פירוש המילות. זיבענער פילן א מחי'. זיי ווערן זייער שנעל איבערגענומען. אבער זיי דארפן אכטונג געבן נישט צו ווערן איבערגענומען פון א צווייטע זאך.

אכטערס זענען מקושר צו זייערע אינסטינקטיוו ענערגיעס, באלד ווי ס'קומט ארויס. איז אכטערס זענען טעארעטיש זייער געפיליש, (פאקטיש געדענק איך נישט יעצט אויפן מינוט) און הגם לויט ווי איך געדענק האבן זיי נישט ליב געפילן וואס ברענגט ארויס שוואכקייט, אבער מ'קען זיך אויסארבעטן.

ניינערס קענען טענה'ן אז זיי פילן כמעט גארנישט. פילן קומט פון אסערטיוונעס, אויב איך וויל פילן מיינע געפילן, וועל איך פילן וואס איך פיל, אבער אויב איך וועל זיין פארנומען זיך אונטערצוגעבן וואס יענער פילט, און מיטגיין מיט יענעם, וועלן מיינע געפילן זיין שוואך. ניינערס דארפן געדענקן "איך וויל פילן וואס איך פיל, נישט קיין חילוק וויפיל אנדערש ס'איז פון יענעם"
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

נשמה זייער א שיינע איבערזיכט.

וויאזוי קוקט אויס א 3 אן עובד ה' ? וויאזוי ארבעט דאס ? ער מוז אויסרייסן זיין גאנצע טבע מיט צוואנג ?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

להודיע האט געשריבן:נשמה זייער א שיינע איבערזיכט.

וויאזוי קוקט אויס א 3 אן עובד ה' ? וויאזוי ארבעט דאס ? ער מוז אויסרייסן זיין גאנצע טבע מיט צוואנג ?

די טבע פונעם דרייער איז דאך תפארת. ארויסצוברענגען די שענסטע נאטור וואס א מענטש קען זיך אלץ ארויפארבעטן.
ווען א דרייער טוט עפעס כדי זיך צו ראטעווען פונעם פחד וואס דער דרייער האט אלץ אז ער וועט ווערן א ווערד'לאזער זאך, הייבט ער אן צו זיין פארנומען זיך אהערצושטעלן און ער פארגעסט פון זיך, ס'איז איראניש, ווייל ווי מער מ'פרובירט צו טון עפעס יא צו זיין ווערד, אלץ מער פארגעסט מען פון די עיקר וואס מאכט א מענטש ווערד, נעמליך, די תמימות, ארויסצוברענגען דעם נפש.

אבער אן עובד השי"ת, געוואוינט זיך איין צו זיין אמת'דיג מיט זיך אליין, אן עובד השי"ת איז זיכער אין דעם אויסגעארבעט, ער מוז נישט אויסרייסן די טבע, פונקט פארקערט, ווי מער א דרייער איינערקענט אז זיין ווערדקייט איז ווי מער ארויסצוברענגען זיין חלק אלוק ממעל, אז זיין ווערדקייט איז זיין תמימות מיט זיך אליין, זיין אמת'דיג, דעס וואס ס'טוט זיך אמת'דיג אין זיין הארץ, אלץ מער וועט ארויסקומען זיין אמת'ער שיינקייט, זיין אמת'ער ווערד.

דער בעל חובת התלמידים רעדט שוין פון דעם אין זיין ספר הכשרת אברכים, און אין זיין ספר בני מחשבה טובה, אז די שטער ארויסצוברענגען דעם נפש, איז דאס ענין פון רמאות, זיך מאכן, אבער אן עובד השם, איז זיכער אויסגעארבעט אין דעם, צו זיין אוטענטיש. אמת טאקע אז ער בלייבט א הערליכקייט. דאס איז דאך זיין נפש.

א דרייער אן עובד השם, האט גאר א געזונטער סעלף עסטים, ער ווייסט אז ער איז א חלק אלוק ממעל, און ער לעבט דערמיט, און ער ענדשויט עס. מענטשן האבן ליב אן עובד השם א דרייער, ווייל ער איז זייער אמת'דיג מיט זיך. ער איז תוכו כברו, גארנישט מער און גארנישט ווייניגער. ער נעמט זיך אן וויאזוי ער איז, און ער ארבעט דערויף כדי ארויסצוברענגען זיין ריכטיגער תפארת. איז דערפאר אן עובד השם א דרייער, וועט זיין אן אוטענטיש שטיק הארץ. ווען אן עובד השם א דרייער דאווענט, דאווענט ער פון די טיפענישן פון זיין הארץ, עכט. און די זעלבע ווען ער רעדט מיט מענטשן, רעדט ער פון די טיפענישן פון זיין הארץ ארויס. נישט קיין געפאפטע מעשיות. זיי מאכן זיך נישט. זיי קענען אפילו זאגן אלע זייערע געדרייטע מעשיות וואס זיי וואלטן ווען געוואלט פאפן די מענטשהייט, און אלעס כדי צו ווערן געראטעוועט פונעם יצר פון שקר, און פון רמאות. זיי האבן ליב די מענטשהייט. בקיצור די מידה פון אמת.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אכטונג, ס'איז נישט קיין מצוה צו ווייזן פארן פירער "איך גיי רעדן מיט דיך געהעריג, און איך גיי דיך נישט ווייזן אז איך פארשטיי און איך באשטעטיג דיין סברא אז דו האסט א טיפן נפש" ווייל מ'טאר נישט טשעפענען. ס'קען זייער ווייטון פאר א פירער ווען מ'טוט עס מיט אים. מעגסט ווייזן פאר א פירער אז דו איינערקענסט זיין טיפן נפש אלץ זיין אידענטיטעט. אונז דארף מיר נישט ארבעטן אויף די איגאו פון א פירער. דערפאר, ווען דו זעהסט א פירער, זיי אזוי גוט, זאג אים א גוט ווארט, געב אים דעם ספעציעלן בליק אויב ס'קומט דיך נישט אן שווער. וואס גייט דיך אן?

פירער, ווילן זייער שטארק כאפן ווער זיי זענען און עס נישט פארגעסן, איז ווען ס'געשעט ביי זיי געוויסע טיפע געפילן, געוויסע אינספיירעשאנס, איינערקענען זיי עס באלד אלץ דעם שפיץ פונעם פאדעם צו דערגיין דערפון זייער נפש, און זיי ווילן נאכאמאל פילן די דאזיגע טיפע געפילן, אבער וויבאלד געפילן און אינספיראציעס ווערן נישט אלעמאל געפילט, האבן זיי מורא אז זיי וועלן פארגעסן די געוויסע געפילן, און זיי האבן מורא אז זיי וועלן אזוי ארום אויפהערן צו שפירן זייער זעלבסט, איז דערפאר וועלן זיי נוצן זייער דמיון אנצוטרייבן דערמיט געוויסע טיפע געפילן, וואס זיי האלטן אז דאס דרוקט אויס זייער זעלבסט.

משה שטייט אויף שב"ק אינדערפרי, און פילט אז ער האט עפעס פארגעסן און ער ווייסט נישט פונקטליך וואס. עפעס פילט זיך נישט געהעריג, אבער וואס איז דעס? (דאס איז געווען אז ער שפירט נישט די שפיר פון זיין זעלבסט אזוי ווי ער האט עס געשפירט נעכטן נאכט - פרייטאג צו נאכטס, נאכן זינגען אזוי געהויבן)
ער הייבט אן טראכטן "וואס איז נישט גוט דא? וואס האב איך נעכטן געשפירט און יעצט שפירט זיך עס נישט? וואס פעלט? עפעס פילט זיך עס נישט אזוי גוט" משה לערנט אזוי לאנג דעם חסידי'ש ספר ווילאנג ער שפירט געוויסע געפילן וואס ער האלט אז דאס דארף אויסצודרוקן וואס זיין זעלבסט איז.

פירער קענען ווערן אזוי צוגעבינדן צו נוצן זייער דמיון צו ארויפברענגען און שטארק מאכן געוויסע געפילן וואס זיי האלטן אז ס'דרוקט אויס זייער זעלבסט, אז זייער אטענשאן טראגט זיך צוביסלעך אפ פון זיין פארנומען צו כאפן די אביעקטיוו מציאות ארום זיי, און ס'ווערט פארנומען מיט זייער דמיון ארויפצוברענגען און אנהאלטן געוויסע געפילן. כדי צו האלטן דעם שפיר פון זייער זעלבסט.

משה האט נישט צוגעלייגט קאפ צו וואס ס'טוט זיך ארום און ארום, און ער האט מער ליב געהאט צו שפאצירן מיט זיינע געדאנקען אינעם וועלדעל דערנעבן. שפאצירנדיג, האט ער פרובירט ארויפצוברענגען און שטארק מאכן געוויסע געפילן וואס ער האט געשפירט אז ס'דרוקט אויס זיין זעלבסט, און ווען ער איז שוין געווען זיכער אז ער האט דעם ריכטיגן שפיר, איז ער צוריקגעגאנגען צו פארברענגען מיט מענטשן, אכטונג געבנדיג אז ס'זאל זיך האלטן דעם שפיר.

פירער ווילן זייער שטארק טרעפן איינעם וואס וועט איינערקענען דעם טיפן זעלבסט וואס זיי שפירן אז זיי זענען, און זיי האבן זייער מורא צו טרעפן איינעם וואס זיי וועלן מעגליך זען פון יענעם, אז יענער האלט נישט אזוי. און דא הייבט זיך אן פעקל מיט אנשטויסונגען. ווייל זיי קענען נישט זיין גוט כמעט מיט קיינעם, (עכט נאנט) ווייל כמעט קיינער איינערקענט נישט זייער טיפער עכטער נפש, און אפילו אויב זיי מיינען שוין אויף איינעם אז יענער האט טאקע איינערקענט אין זיי דעם טיפן זעלבסט, האבן זיי מורא צו ווערן גוט מיט יענעם, ווייל אפשר וועט יענער פלוצלינג טוישן זיין מיינונג, אדער זיי אפשטויסן, איז זיי זענען גוט מיט יענעם אין דמיון. און פירער פילן זיך אליין, ווייטאגליך אליין. אין גרויזאמסטן זין פון ווארט, אליין.

אברהם האט עכט כמעט קיינמאל נישט גערעדט מיט משה'ן, אבער משה פלעגט רעדן מיט אים אין זיינע געדאנקען.

משה איז אריינגעקומען אין דארמיטארי, אברהם איז געשטאנען ביים ווינקל, משה'ס הארץ האט זיך גענומען קלאפן האסטיג, ער האט געוואלט אים זאגן א ווארט, עפעס, אבער ער האט זיך צוריקגעהאלטן, ער גייט אים נישט זאגן גארנישט. (די סיבה איז ווייל ער האט מורא געהאט זיך ארויסצוברענגען, ווייל אפשר וועט אברהם מאכן אזא תנועה וואס ס'וועט זיך פון דעם נישט ארויסזעהן אז ער באשטעטיגט דעם טיפן נפש זיינער) "זאג אים, זאג אים, פרעג אים עפעס?" אבער ווי עפעס א אינערליכן כח האט אים צוריקגעהאלטן פון רעדן און זאגן.

אברהם האט נישט געהאט קיין מושג אז דער משה איז גוט מיט אים. משה טראכט "איך וואלט ווען געקענט רעדן צו אים, אבער איך האב מורא און איך ווייס נישט פון וואס"

א חתונה. משה זיצט אין עסט און דמיונ'ט אויס די זאכן וואס ער זעט מער ווי ס'איז עכט, ער דרייט זיך אויס, אברהם זיצט נעבן אים. ער ווערט אומבאקוועם, און אברהם רופט זיך אן "אה, משה, וואס מאכסטו?" מיט אזא אופן, וואס האט נישט געשטומט אזוי ווי משה האט זיך פארגעשטעלט דעם אברהם אין זיין דמיון - אז דער אברהם איינערקענט יא אין אים זיין עכטער זעלבסט, לויט זיין דמיון האט אברהם אים געדארפט ענטפערן מיט מער אן אנדערע אופן, מער א שמייכל, און נישט אזא פשטות. און משה האט געמיינט אז ער האלט עס נישט אויס.

ביז אהער האט ער נאך געהאט א חבר אין זיין דמיון וואס איינערקענט זיין אמת'ער זעלבסט, אבער ווער וועט יעצט איינערקענען וואס ער איז עכט, ער בלייבט אליין.

ווייטער אליין.

פון וואס משה האט מורא געהאט איז געווען אפשטויסן, און וואס משה האט ליב געהאט איז געווען איינער זאל איינערקענען וואס ער (האלט אז ער) איז עכט, איינער זאל איינערקענען אין זיין טיפן נפש. און משה האט געהאפט אז אברהם איינערקענט וואס ער איז עכט, ווייל ער האט אפילו באקומען אן עכטער שמייכל פון אים, מיט א געוויסער בליק, וואס משה האט אויסגעטייטשט אז דאס מיינט אז אברהם כאפט יא ווער ער איז עכט.

אבער אזוי ווי משה האט נישט געוואלט באקומען קיין קלענסטע קרום מיט די נאז, נאך דערצו פון אברהם, ווייל אברהם איז געווען די איינציגסטע מענטש פון וועם ער האט געהאפט נאכאמאל צובאקומען איינערקענונג אויף זיין עכטע "איך", דערפאר איז משה געבליבן אן רעדן צו קיינעם, ביז ער איז געוואר געווארן אז ער האט נישט קיין ראי' אז אברהם האלט אויף אים דעס טיפער נפש.

אין ישיבה האט זיך משה ארומגעדרייט, זעלבסט-באוויסטזינינג אויף זיך אליין, פרובירנדיג צו כאפן פון זיינע געפילן ווער ער איז עכט, אבער זייער צוריקגעצויגען און שעמעוודיג און עקסטרים פריוואט. ער האט געהאפט אז איינער וועט באמערקן זיין טיפער נפש, וואס ער האט געגלייבט אז ער האט (יעדער האט א טיפער נפש, אבער ער האט עס געפילט) אבער קיינער האט עס נעבעך נישט באמערקט, און משה איז געבליבן אנטוישט.

און ער איז ווייטער געבליבן אליין.

אליין.

פירערס, ווייזן נישט ארויס זייער טיפער נפש.

משה קומט אריין אין אוצר הספרים, חזקאל קומט אויך אריין, משה מאכט זיך געהעריג, ער גייט נישט ווייזן פאר קיינעם ווער ער איז עכט. ער גייט נישט ווייזן פאר קיינעם זיינע טיפע אוטענטיש געפילן און געדאנקען, "איך גיי נישט ווייזן קיינעם ווער איך בין עכט"

אויב פירער טרעפן יא א גוטער חבר, פשט פון א גוטער חבר ביי א פירער מיינט, איינער וואס איינערקענט יא דעם טיפן נפש וואס פירער פילן אז זיי האבן, א גוטער חבר וואס איז מסכים אז טאקע דאס איז דער אמת'ער זעלבטס, ווערן זיי נאנט, און דער פירער גיסט אויס תמיד זיין הארץ פאר יענעם.

השי"ת האט געזען משה'ס צער און אים צוגעשיקט איין חבר. איין חבר האט משה געהאט, מנחם.

מנחם האט אים געגעבן א געוויסער מין שמייכל, "מנחם פארשטייט מיך" (ער האט געמיינט צו זאגן, איך פיל אז מנחם איינערקענט יא ווער איך בין באמת) און משה האט זיך נישט טועה געווען. מנחם פלעגט אלעמאל אויסהערן זיינע טיפע געפילן מיט אזא אינטערעס וואס זאגט "איך באשטעטיג אז דו ביסט טאקע דער טיפער זעלבסט וואס דו פילסט", איי איז דאס געווען די בעסטע צייטן פאר משה. ער פלעגט אויסגיסן זיין גאנצן הארץ פאר אים, זיי פלעגן שמועסן צווישן זיך שעות אויף שעות, רעדן און רעדן.

פארוואס פלעגט משה אזויפיל רעדן, וואס האט ער פארציילט?

משה האט זיך דאך געפילט אזוי אליין. קיינער, קיינער איז נישט מיין חבר. (ער האט נעבעך אפילו נישט פרובירט צו מאכן קשר, אויס מורא אז מ'וועט נישט איינערקענען וואס ער איז עכט, און מ'וועט זיך באציען צו אים ווי צו א איינפאכער צווייטן) און ער איז געווען פיל מיט טיפע געפילן און פאנטאזיעס כדי צו שפירן ווער ער איז, און צו לעבן אליין דערמיט איז זייער שווער, און דערפאר פלעגן זיי ביידע רעדן און רעדן און רעדן, און משה פלעגט גיין שלאפן מיט א רואיג הארץ, עכ"פ איינער פארשטייט מיך.

איך בין אזוי אליין, אבער איינער פארשטייט מיך.

משה איז אהיימגעקומען בין הזמנים איז ער נישט געווען באקוועם אינדערהיים, ווייל אן מנחם ווער פארשטייט אים, טאטע מאמע זעען נישט מיין עכטער איך, משה האט געפילט ער פארטראגט עס נישט, פלעגט ער רעדן מיט מנחם אין זיינע געדאנקען. ביז ער איז איינגעשלאפן שפעט ביינאכט.

פירערס האבן ליב ווען מ'קומט זיי זוכן. ווייל דאס מיינט אז מ'זוכט זייער עכטער זעלבסט.

משה האט זיך קיינמאל נישט אהערגעשטעלט אלץ א פעסטער מענטש וואס קען געהעריג אלעס, נאכדערצו ווען מנחם איז געווען נעבן אים, ווייל "אויב מנחם וועט זען אז איך קען אלעס, וועט ער נישט קומען מיך ארויסראטעווען פון מיין ווייטאג, מנחם מוז זעהן אז איך קען זיך נישט קיין עצה געבן געהעריג, "מנחם פארשטייט מיך"

משה האט אזוי הנאה געהאט פון מנחם, און ער פלעגט טראכטן צו זיך "מנחם האט מיך עכט ליב, איך מיין אז יא, ווייל נעכטן בין איך געווען אין נישט אזא גוטע מוד, און דאך האט מיך מנחם נישט אפגעלאזט, נאר פונקט פארקערט ער האט מיך פרובירט אויסצוהערן,

אסך מאל ווערט משה אזוי פארשלאסן און מנחם קען עפעס נישט אנהייבן א שמועס מיט אים.

וואס גייט פאר משה?
גארנישט.
וואס הייסט גארנישט, זעסט אויס צוגעלייגט.
גארנישט. ס'גוט.
זאג מיך משה וואס גייט פאר, אלעמאל זאגסטו מיך, און דו רעדסט מיט מיר אזוי אפן.
איך וועל דיך פארציילן וואס ס'איז היינט געווען... און א שמועס הייבט זיך אן.
איי, האט דעס משה ליב, ווען איינער זוכט אים.

און דאס איבערצייגט משה'ן ווי שטארק מנחם איז עכט גוט מיט אים, און בעיקר איינערקענט זיין עכטן זעלבסט.

פירערס האבן נישט ליב און זענען נישט צופרידן, און קענען אפילו ארויסווייזן אן אומצופרידנהייט ווען אנדערע מענטשן וואס איינערקענן נישט זייער עכטער זעלבסט, דרייען זיך נעבן זיי.

אנדערע בחורים אין ישיבה האבן שוין געוויסט, ווען זיי קומען נעבן משה ווערט ער אומצופרידן, ווי ער איז נישט מסכים אז זיי זאלן זיך דרייען נעבן אים. נאר די פאר חברים וואס משה האט געפילט אז זיי איינערקענען אין אים, זיי מאכן אים צופרידן.

משה איז געווען צעמישט מיט ספיקות ווער ער איז עכט. אבער ער פלעגט מיט זיין האקלקייט פרובירן צו באקומען אטענשאן פון ארומיגע אז מ'זאל אים זאגן "אה, משה, וויאזוי פילסטו? אלעס איז גוט?"

אבער אויב איז עס געווען איינער פון וועם משה האט פארשטאנען אז יענער איינערקענט נישט זיין עכטע "זעלבסט" האט משה זיך נישט באפריידענט מיט יענעם. משה האט נישט געהאט קיין געדולד צו קיינעמ'ס משוגעת'ן, ס'האט אים משוגע געמאכט יעדע קליינע זאך. אבער יעדער האט געדארפט דערליידן זיינע גיסטעס. און אננעמען וויאזוי ער איז.

פירער אין דעם שטאפל רעדן צופיל וועגן זייערע אייגענע געפילן.

ווייניג בחורים פלעגן האבן געדולד צו פארברענגען צופיל מיט משה'ן, ווייל וואס ער פלעגט רעדן פלעגט נאר זיין וועגן זיינע אייגענע געפילן, און נישט וויאזוי נארמאל מענטשן פארברענגען. און משה האט אויך נישט געקענט אנהאלטן א שמועס וואס ס'רעדט זיך נישט עפעס וואס האט אן השפעה אויף זיינע טיפע געפילן, און בעיקר צו פילן וואס ער איז.
משה'ן האט קיינמאל נישט אינטרעסירט וואס אנדערע בחורים גייען דורך, חוץ אויב ער האט פארשטאנען אז זיי פילן די זעלבע זאך וואס ער האט אלעמאל געוואלט פילן.
משה איז געווען אזוי פארנומען צו פילן זיינע געפילן, כדי צו וויסן ווער ער איז, אז ער האט נישט געהאט גענוגע כח צו פילן וואס יענער פילט. חוץ אויב ער האט פארשטאנען אז יענער פילט אויך אזוי ווי אים.

משה האט געוויסט אז זיין פאנטאזיע פון זיין אידיאלער זעלבסט שטומט נישט מיט די פאקטן פון זיין לעבן, און דאס האט אים צעמישט. פון זיין עכטער לעבן האט נישט אויסגעזען אז ער איז דעס וואס ער האט געפילט אז ער איז.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ראובן איז א געווענליכער זעקסער (נישט א געזונטער זעקסער. א געזונטער זעקסער, טראכט נישט אזוי) און ער טרעפט שמעון.
ער פילט א ווארעמע נאנטע פריינדשאפט צו שמעון. און ער גייט צו און הייבט אן שמועסן, אינמיטן די שמועס, באקומט ער א פחד אז שמעון גייט אים אויסנוצן, אדער אז שמעון גייט אים פלוצלינג אפלאזן, און ער זעצט פאר דעם שמועס מיט פארזיכטיגקייט מיטן ספק "פלאנסטו צו רייטן אויף מיר?" "גייסטו מיך פלוצלינג אפלאזן?" און ווי די שמועס גייט ווייטער טראכט ראובן "האט יעצט שמעון געזען אז איך נעם אים אן מיט חשד? איך מוז מאכן זיכער אז שמעון זאל פילן אז איך בין אינגאנצן גוט מיט אים, אז איך בין אים נישט חושד" און די שמועס גייט ווייטער און ראובן פרעגט א קשיא פון שמעון אויף אזא אופן וואס גאראנטירט אים אז ער זאל ארויסבאקומען דעם אמת'ן געפיל פון שמעון צו אים, און ער פילט א זיכערקייט אז שמעון האט א גוטע געפיל וועגן אים און ער איז אים גארנישט חושד, אבער יעצט טראכט ראובן "איך בין צו גוט מיט אים, ער קען מיך אויסנוצן, ער קען מיך אויסנארן, ער קען רייטן אויף מיר, איך טאר נישט זיין צו נאכגעביג" און ראובן ווערט צוריק צו זיך. וחוזר חלילה.

א שמועס מיט א זעקסער איז געשמאק און בא'טעמ'ט, און פלוצלינג דרייט זיך עס צום "ניין, ס'איז נישט גוט, ס'גייט זיך נישט אויסארבעטן" און נאכדעם מיט אן אנטשלאסענעם פעסטקייט פון א באשלוס "אזוי און אזוי גיי איך טון און שוין" און פלוצלינג "איך ווייס? איך ווייס אליין נישט. יא? ניין?" און נאכדעם "ווייסט דו זאג מיך וואס צו טון און איך וועל טון וואס דו זאגסט מיך." און נאך א שטיק צייט שמועסן "איך וועל אליין באשליסן וואס צו טון" און נאכדעם, "איך וועל דיך פאלגן און שוין". און נאכדעם, "איך גיי נישט פאלגן קיינעם, איך ווייס אליין וואס איך האב צו טון"

די עצה פאר דעם איז וואס איך האב מיך אויסגעלערנט, אז דער אייבערשטער געט אכטונג אז מענטשן זאל מיך נישט אויסנוצן, אז מענטשן זאלן נישט רייטן אויף מיר, איך גיי מיט מיין תמימות און שוין. מ'דארף אסאך הארעווען אויף זיך צו זיין זיכער מיט זיך אליין "דער הייליגער באשעפער פירט מיך". אין די אויבנדערמאנטע געשעעניש זעען מיר ווי ווייט ראובן נוצט אויס זיין ענערגיע אויף זאכן וואס אויב מ'זאל וויסן אז מ'איז אינעם אייבערשטענס הענט, און איך פארלאז מיך אינגאנצן אויף אים, און דער אייבערשטער פירט דעם מענטש צום גוטן, גייט אראפ זייער אסאך שוועריגקייטן און מ'קען אויסנוצן דעם ענערגיע צו גוטע זאכן. ווען א מענטש איז אומזיכער אזוי ווי "צו רעד איך יעצט מיט א שפיאן, אבער עכט איז ער יא א שפיאן, נאר ער מאכט זיך, וכו' וכו' כו', אזאנע זאכן ענדיגן זיך נישט. בעסער אז מ'פארלאזט זיך מיט א תמימות אויפן הייליגן באשעפער. מ'שרייט צו אים און מ'בעט פון אים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אן עצה פאר א פירער פאר הרהורים לא טובים איז אז מ'זאל זוכן דעם הייליגן באשעפער וואס ער איז ידיד נפש. און מ'זאל זיין שטאלץ מיט זיך, ויגבה לבו בדרכי ה' און מ'זאל נישט אויפגעבן דעם אייגענעם דעת. ווייל א פירער זוכט דאך זיין חלקי הנפש, מיינט ער אז ס'איז אינעם חן עולם הזה און ער ווערט בטל דערפאר, אבער ס'איז די חלק אלוקי ממעל וואס מ'דארף טרעפן אין זיך, ס'איז די דביקות אינעם הייליגן באשעפער.

מתבונן האט מיר היינט נאכאמאל געזאגט, אז ער קוקט אן דעם עניאגראם ווי כוחות אינעם מענטש. יעדע מענטש האט א דאמינירענדער טייפ, אבער יעדער האט אין זיך אלע כוחות.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג אוגוסט 30, 2016 3:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

נשמה, ווען שטעלסטו ארויף דיין אויסטערלישן ארטיקל איבער די היטשעס מיט די נומערס פון מי מנוחות ?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

נשמה האט געשריבן:איינזער :|
צווייער ;l;p-
דרייער -c:o
פירער :cry:
פינעווער :roll:
זעקסער :?
זיבענער :lol:
אכטער 8.)
ניינער :oops:

;l;p- (איך ביניש קיין צווייער...)
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מתבונן האט געשריבן:נשמה, אייזען וועגן די סמייליס.
לדעתי וואלט פאר פינעוו געווען אויך פאסיג :wink: , קוק אויף אסאך פינעווערס, וועסטו זעהן אז זיי לאכן אזוי. אדער '!e , זיך באהאלטן ווי נאר מעגליך.
זעקסער :shock: דערשראקען, אדער :-x באבלאזען,
איינזער er;r
דיין זיבענער איז אייזען.
פארן ניינער וואלט איך געלייגט :P (ניינערס האבן א אנגענעמן שמייכל אלעמאל אויפן פנים),
און פארן צווייער :grin: א שמייכל פון אויער צו אויער.
פירער -p:a
דרייער ;l;p-
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

נשמה האט געשריבן:
מתבונן האט מיר היינט נאכאמאל געזאגט, אז ער קוקט אן דעם עניאגראם ווי כוחות אינעם מענטש. יעדע מענטש האט א דאמינירענדער טייפ, אבער יעדער האט אין זיך אלע כוחות.


נשמה ביי דיר איז עס אביסעל אנדערש, דו ביסט בפועל ממש אלע נומבערס!

פון ווי ווייסטו וואס טוט זיך טיעף טיעף אין יעדע נומבער??? אלא מאי ביסט דארט געווען :grin:
סוף מעשה במחשבה תחילה.
חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2016 10:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרש וחושב »

אמע"כ נשמה אדער אנדערע וואס זענען אויסגעקאכט:

זענען די online tests אקוראט?
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

די וועג וויאזוי ס'ארבעט איז אז זיי נעמען [למשל] 90 שאלות, וואס יעדע 10 דערפון איז מיוחד פאר א נאמבער. און ער מאכט א ס"ה לויט די פארצענטען וויפיל דו האסט גענטפערט פון וואס.

אבער די חיסורון איז אז ס'איז פשוטע מאטאמאטיק! דהיינו אז ער ווייסט שוין פון פארדעם וואס די ענטפער גייט זיין באזירט אויף די שאלות. אבער ווען איינער לייגט אבער צו אביסעלע שכל קען אמאל זעהן ווי די זעלבע נקודות [וואס דער חכם האט מקצה געווען פאר א געוויסע נאמער] קען פונקט אזוי ארויס קומען אין אנדערע נומערן, נאר פון א אנדערע שורש,

למשל: (ציטירט פון א שאלון) "אני אוהב לדון ולעסוק ברגשות עמוקים שלי ושל אחרים" - ער האט זאגט 4, אבער ס'קען פונקט אזוי זיין 6
נאך - "אני אדם שקט, אולי מופנם, ובנסיבות חברתיות מעדיף להישאר ברקע" - 9 , פונקט אזוי 4
נאך - אני נוטה להסיח את דעתי מדברים שמציקים לי באמצעות טלוויזיה, אכילה, קריאה וכו'. ער זאגט 9, און ס'קען זיין ביי יעדעם

אז איינער וועט קוקען מיט שכל וועט ער וויסן וואס זענען בוודאי שרשים [ולקאמפיוטער אמר ער זאל אריינלייגן אין די מעטאמאטיק אז די שאלה אליינס האט 10% 9 40% 4 וכו' און אזוי קען זיין אז ס'וועט זיין מער אקוראט]


אגב איך האב שוין געמאכט די טעסטס, און ס'געווען אמאל וואס ס'ממש נישט געווען צום זאך און אמאל יא [נאכן כאפן זייער מהלך המחשבה ארבעט עס בעסער, אבער אויסצוגעפינען מתחילה דיין נומער פארן בכלל קענען די נאמבערס איז בפשטות נישט צו אקוראט, פארשטייציך ווענד זיך וועלכע טעסט]
סוף מעשה במחשבה תחילה.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

נשמה האט געשריבן:אן עצה פאר א פירער פאר הרהורים לא טובים איז אז מ'זאל זוכן דעם הייליגן באשעפער וואס ער איז ידיד נפש. און מ'זאל זיין שטאלץ מיט זיך, ויגבה לבו בדרכי ה' און מ'זאל נישט אויפגעבן דעם אייגענעם דעת. ווייל א פירער זוכט דאך זיין חלקי הנפש, מיינט ער אז ס'איז אינעם חן עולם הזה און ער ווערט בטל דערפאר, אבער ס'איז די חלק אלוקי ממעל וואס מ'דארף טרעפן אין זיך, ס'איז די דביקות אינעם הייליגן באשעפער.

מתבונן האט מיר היינט נאכאמאל געזאגט, אז ער קוקט אן דעם עניאגראם ווי כוחות אינעם מענטש. יעדע מענטש האט א דאמינירענדער טייפ, אבער יעדער האט אין זיך אלע כוחות.


דער 4ער קען האבן א ספעציעלע פראבלעם מיט הרהורים לא טובים מער פון אנדערע נומערן?
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

להודיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:אן עצה פאר א פירער פאר הרהורים לא טובים איז אז מ'זאל זוכן דעם הייליגן באשעפער וואס ער איז ידיד נפש. און מ'זאל זיין שטאלץ מיט זיך, ויגבה לבו בדרכי ה' און מ'זאל נישט אויפגעבן דעם אייגענעם דעת. ווייל א פירער זוכט דאך זיין חלקי הנפש, מיינט ער אז ס'איז אינעם חן עולם הזה און ער ווערט בטל דערפאר, אבער ס'איז די חלק אלוקי ממעל וואס מ'דארף טרעפן אין זיך, ס'איז די דביקות אינעם הייליגן באשעפער.

מתבונן האט מיר היינט נאכאמאל געזאגט, אז ער קוקט אן דעם עניאגראם ווי כוחות אינעם מענטש. יעדע מענטש האט א דאמינירענדער טייפ, אבער יעדער האט אין זיך אלע כוחות.


דער 4ער קען האבן א ספעציעלע פראבלעם מיט הרהורים לא טובים מער פון אנדערע נומערן?


יא, ער קען, וויבאלד ער האט א ספעציעלע כח הדמיון. אבער מצד שני קען ער אויך גרינג אריין גיין אין א צווייטע וועלט אינגאנצען.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

חרש וחושב האט געשריבן:אמע"כ נשמה אדער אנדערע וואס זענען אויסגעקאכט:

זענען די online tests אקוראט?

די ערשטע זאך איז ענטפערן אלע שאלות דעם ריינעם אמת..
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

בלעטל האט געשריבן:
חרש וחושב האט געשריבן:אמע"כ נשמה אדער אנדערע וואס זענען אויסגעקאכט:

זענען די online tests אקוראט?

די ערשטע זאך איז ענטפערן אלע שאלות דעם ריינעם אמת..


וואס דאס איז די שווערסטע זאך צו טון פאר איינעם וואס נעמט זיך די ערשטע מאל אריינטראכטן אין זיך.

ווי חושב מחשבות האט שוין געשריבן, איז טאקע כמעט נישטא קיין אמת'ע אקוראטע טעסט. די בעסטע וואס איז לכאורה דא איז די טעסט פון ריסו און הודסן, וואס האט 144 שאלות, און די מעלה דערפון איז, אז ס'פרעגט דיר צוויי שאלות אויף אמאל, אזוי אז ס'צווינגט דיר אז דו זאלסט מוזן עפעס טראכטן און בוחר זיין וואס שטומט בעסער פאר דיר. דאס צינד אביסל אן דער כח המחשבה מער פון אלע אנדערע טעסטס. אבער אפילו מיט דעם קען זיך א מענטש נאך אלס נער'ן, בעיקר ווען ער באגעגענט זיך מיט עפעס וואס ער האט נישט ליב אין זיך, ווען באמת איז ער אזוי, און פאר דעם איז דאס בעסטע עס צו טון מיט נאך איינער וואס קען דיר גוט (ווייב וכדו'), וואס זאל דיר קענען זאגן אויב דו גייסט ראנג.

הצלחה.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א לינק צו די דערמאנטע טעסט פליז?
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

http://www.roitzur.co.il/enneagram.asp#.WBOUC-ArLIU

[זאת מצאתי אבל אינו מריסו]
סוף מעשה במחשבה תחילה.
חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2016 10:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרש וחושב »

א
לעצט פארראכטן דורך חרש וחושב אום זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
mobileapp
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2016 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mobileapp »

ווי אזוי קען איך פרינטן די גאנצע אשכול?
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

געהערט אז א איד האט אויסגעארבעט א מהלך פון בלויז 4 נאמבערס, געבויט אויף די ד' יסודות עפר רוח אש מים, האבן די מומחים דאהי געהערט דערפון און האבן א מיינונג דערוועגן?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יא, ער הייסט שמעון גרין, ער האט לעצטנס א אינטערוויא אויף קול מבשר, ער דארף זיין זייער גוט. שוין געהאלפן אסאך מענטשן.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

מה פתאום??? האט געשריבן:יא, ער הייסט שמעון גרין, ער האט לעצטנס א אינטערוויא אויף קול מבשר, ער דארף זיין זייער גוט. שוין געהאלפן אסאך מענטשן.

דירעקציעס צום אינטערוויו האסטו?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ער זאגט נישט דארט וואס די מהלך איז, ער זאגט נאר וויאזוי א מהלך צו וויסן די טבע פון מענטשן קען העלפן מחנך זיין קינדער וכו'.

פאר די אינטערוויא דרוק 3 1 און נאכדעם 1453#.

ער פירט אן "להאיר" קורסן פאר מלמדים צו פארשטיין ריכטיג צו די תלמידים לויט די מהלך פון די 4 נומערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”