בלאט 1 פון 459

תשובה שאלה (פארקערט) – פלעכטן אשכול

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 1:57 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
אזוי ווי כ'האב זיךפארזינדיגט און אנגעפאנגען א אשכול וואס איז שוין פארהאן אזא אשכול (ממש ווי א צווילינג), כאטש כ'האב דאס אליין מחשב געווען, למעשה גרעניץ זיך דאס מיט השגת גבול, וויל איך נישט ח"ו עובר זיין גבול שגבלו הראשונים איבערהויפט ווען דער מחבר איז אונזער חשובער ראש הקהל ר' שמערי בערי הי"ו

איז מיר געקומען אויפן געדאנק א נייע המצאה אלץ תשובת המשקל: א תשובה שאלה (מיטן פיטם אראפ) – פלעכטן אשכול, וועלכע ארבעט אז דער ערשטער וועט שטעלן א ענטפער און דער צווייטער וועט שטעלן די פראגע אויפן פריערדיגן ענטפער. דער צווייטער מוז אויך שטעלען די נעקסטע ענטפער (די קומענדיגע ענטפער מוז האבן א המשך מיטן פראגע).


ווי מער קאמפלעצירט דער ענטפער איז אלץ שווערער וועט זיין צו שטעלען די פראגע
ביישפיל
דזשארדזש: די זון שיינט אין דער הימל איז בלוי!

שמעריל: וויאזוי איז דער וועטער היינט?
שמעריל: ניין, היינט בין איך גאר פארנומען איך ברויך פארן אויף פישקיק-לאדין!

טשאטשקע: די האסט אפשר אביסעלע צייט פאר מיר?
טשאטשקע: ס'איז שוין לאנג נישט געווען אזוינע צייטן!

-----------------------------------------------------------

פיפצען מינוט אין ציין חלקים נאך ניין!

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 1:58 pm
דורך סתם_אזוי
ווען ביסטו היינט צופרי אויפגעשטאנען?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 2:31 pm
דורך bailout
פארוואס בין איך אזוי מיד?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 2:33 pm
דורך סתם_אזוי
בעילאוט האט נישט געכאפט וויאזוי דאס ארבעט.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 2:34 pm
דורך bailout
פארוואס?

איז נישט דיין תגובה א ענטפער צו מיין?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 2:36 pm
דורך סתם_אזוי
מיין תגובה איז אן ענטפער צו אהרןס תגובה

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 2:40 pm
דורך bailout
דעמאלט האסטו פארגעסן צו שרייבן דיין צווייטע ליין.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 2:46 pm
דורך סתם_אזוי
סארי. איך האב געשריבן מיין תגובה נאך פאר אהרן האט פאראכטן זיין תגובה. יעצט לאמיר נישט פארדרייען די אשכול.


------
ווייל איך בין מיד.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 3:29 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
פארוואס שלאפסטו אינמיטן דרייוון?
ס'האט מער פוס-פלאץ ווי די אנדערע!

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 3:32 pm
דורך שמערי בערי
פארוואס האלטסטו דיין פוס אויף די זייט?

----


וויילך כ'האב נישט וואס צו טון

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 3:36 pm
דורך סתם_אזוי
פארוואס גייסטו מיר אויף די נערוון?
----
ווייל ווען מען גיבט א שמייכל ווערן אלע פראבלעמען פארשווינדן.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 6:41 pm
דורך מבין נומ 1
וואס לאכסטו דא, זעסט נישט כבין דא אנגעזעצט?
------
ווייל פאריגעס מאל האט דיין טשעק געקראכט!

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 9:42 pm
דורך קרעמער
ווארום בארגסטו מיר מער נישט קיין געלט?
-----

ווייל א קוש אין נאז!

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 11:41 pm
דורך וויכטיג מאכער
קרעמער, פארוואס שרייבסטו אזעלעכע פאני זאכן?..

ווייל ס'איז פאני.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 23, 2009 12:36 am
דורך צום זאך
פארוואס זאגט נישט דיין ניק צו ביסט א אייניקל פון אהרן הכהן פון דיין טאטענס זייט צו פון דיין מאמעס זייט?
------
ווייל יענעמס גראז איז אייביג גרינער ווי מיינס!

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 23, 2009 6:27 am
דורך קרעמער
פארוואס קוועטשסטו אריין דיינע ברילן אין די נאז צו קענען באטראכטן בעסער דיין שכן'ס אייגנטום?

---
ווייל איך האלט נאך פארן דאווענען.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 23, 2009 8:56 am
דורך צייטליך
פארוואס ביסטו נישט טועם אביסל פון די דעלקעלעך?

--
פשוט, כ'וואלט עס קיינמאל נישט געקענט צוריק אראפשלעפן.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 23, 2009 9:18 am
דורך מבין נומ 1
פארוואס ציסטו נישט איינמאל פאר אלעמאל ארויף דיין פארזשאוועטע שלאק?
--------
איך האב דיר פארפאקט!

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 23, 2009 9:33 am
דורך צייטליך
אפשר ריקסטו שוין דיין קאר פון דא, כ'ברויך די פארקינג.

--

איהכ"נ. כ'וואלט עס געברויכט מער אפשיילן.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 23, 2009 11:01 am
דורך מבין נומ 1
פעעעעעך! די שאלאכטס פונעם איי גיסטו מיר אין מיין אייער שפייז?
----

כבין געפערליך פויל יעצט.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 23, 2009 11:04 am
דורך סתם_אזוי
ווען וועסטו מאכן סדר אין אפיס פאר א גוט יאר?

-----
קום אריין כאפן א גלעזעלע ברוינפן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 23, 2009 11:06 am
דורך מבין נומ 1
דריי אזייגער אינמיטן די נאכט שטייסטו דא ביים קרעטשמע?
---------

יא, אבער כציטער אז מגייט געוואויר ווערן.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 23, 2009 11:09 am
דורך צום זאך
פארוואס איז די נייע סטייל צו האבן זילבערנע אותיות אויפן תפילין בייטל?
-----
אז מ'מאכט א U טורן קומט מען צוריק צום זעלבן דירעקציע פון ווי מ'איז געקומען.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 23, 2009 1:25 pm
דורך איך_הער
וויזוי קענעך אנקומען צוריק צו די אנדערע זייט?

--------

איך קענעס נישט באווייזן, סארי. (גאנץ א פיינע איידיע פון אן אשכול.)

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 23, 2009 2:16 pm
דורך שוועמל
קענסט עס שרייבן אנע הקדמה?

---

פאר גלייך, רעכטס אויף ראסס סט. ביי די קארנער איז עס!