מעכטיגע געשלעג אויף לי ראדני.

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

מעכטיגע געשלעג אויף לי ראדני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א מעכטיגע געשלעג האט אויסגעבראכן אויף לי קארנער ראדני נאכדעם וואס גוגל טאלק מיט דזשימעיל האט היינט אינדעפרי אויפגעהערט צו ארבעטן, אויף בלעקבערי.

די פאליציי האט באקומען א רוף פון א דורכגייער אז עפעס העפטיגע געשלעגן גייען פאר, ס'האצעך ארויסגעשטעלט אז די געשלעג איז צווישן "מאשקע" די אנפיהרער פון די פירמע "בלעקבערי", און "גרויזאמער" די אנפיהרער פון די "גוגל" פירמע.

לויט ווי עדות אויף די סצענע גיבן איבער, האט די געשלעג אויסגעבראכן נאכדעם וואס א אנאנימער רופער האט אריינגערופן צו גוגל און געזאגט אז דזשימעיל ארבעט נישט אויף זיין בלעקבערי, און גרויזאמער האט עם געזאגט אז ס'האט נישט מיט גוגל, ס'איז בלעקבערי'ס פראבלעם.

יענער האט גראד געקאלט בלעקבערי, אבער מאשקע האט גטענה'ט אז ס'איז גוגל'ס פראבלעם, אבער יענער האצעך נישט געלאזט און ער האט געזאגט פאר מאשקע אז ער האט גערעדט מיט גרויזאמער, און גרויזאמער האט קלאר געזאגט אז ס'איז בלעקבערי'ס פראבלעים.

נאכן זיך ארומטענה'ן פאר א לאנגע צייט, איז געבליבן אז מאשקע מיט גרויזאמער גייען זיך טרעפן אויף א באהאלטענע פלאץ, און ס'איז באשטימט געווארן אז זיי גייען זיך טרעפן ביי "זעלדא'ס" אויף לי עוו.

דארט האבן זיך די צוויי ארומגעטענה'ט, ביז גרויזאמער האט געסטראשעט אז ער גייט אוועקכאפן מאשקע'ס ניק, און מאשקע איז געווארן ווילד, און סאט אנגעפאנגע גיין קולות, ביז די צוויי זענען ארויס פון צווישן די רענצלעך, און זיך אנגעפאנגען צו שלאגן אין פובליק.

לויט ווי ק. ר. א דורכגייער זאגט, האטער געהערט מאשקע שרייען אויף גרויזאמער, "זייט ס'איז נישט געווען קיין ראש כבש, קענסטו מער נישט נעמען קיין דורכפעהלער".. ס'איז דיין פראבלעם, און גרויזאמער האצעך נישט געלאזט און גראד צוריקגעשריגן, "או נאו, דו!!".. און מאשקע האט צוריקגעשריגן, "או יע!!" "או נאו!!" האט גרויזאמער צוריקגעשריגן.

דערווייל זענען באריכטעט געווארן אז 15 מענטשן ארום זענען פארוואונדעט געווארן, נאכן זיך שטיקן פאר געלעכטער, הערענדיג די ווערטער אויסטויש צווישן די צוויי.

א אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן צו דערגיין ווער ס'האט אנגעפאנגען, און ווער ס'האט די ערשטע צוריקגעגעבן.

ביי די "מאשקע" משפחה האט מען נישט אויפגעהויבן די טעלעפאון, און ווען מ'האט גערופן "גרויזאמער", האצעך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט געווען ער, ס'געווען די אנדערע גרויזאמער".

ריפארטינג לייוו, לי קארנער ראדני, וויכי, ק.נ.א. נעטווארק.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

חחחחח....

יעצט האלט איך פונקט אינמיטען אפירזוכן די "גימעיל קראכט" אשכול, צו באריכטן דעם פרישן קראך היינט.. און כ'האב מיך באגעיגענט מיט דעם אשכול.. יו ביסט גוט..
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

יא יא איך האב עס מיטגעהאלטען לייוו!
איך בין נאך אלס אינטער שאק, עס איז מיר שווער איבערציגעבן די שוידערליכע סצענע איך וועל דארפן עטליעסט אפאר חדשים צוזיך צוקימען
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

חחחחח ;l;p- ;l;p-

שוין לאנג נישט אזוי געלאכט..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

יוי ביסטו גוט וויכי, דו לייגסט דאך עס אראפ כאילו איך אליין וואלט עס געשריבן, שטעל דיך פאר!

אקעי חברה, די מצב טויג נישט, מאשקע איז גערעכט, ס'האט מיט אונז די פראבלעם (מאשקע סארי פארן ציען דיין פיאות).

אין אן אויסעראדענטליכע שריט האב איך געצה'ט פאר סורגעי אז לכבוד די ימים נוראים זאל ער בעטן דעם עולם צו טון עפעס לזכות אז די גימעיל קאנטעקטס זאל זיך נעמען צוריק צו ארבעטן, סורגעי האט ארויפגעלייגט די מעסעדזש Learn More

מיר האפן אז דער עולם וועט מוסיף זיין בלימוד התורה, און נישט בטלען די צייט מיטן ווארטן אויף אונז.

צייטי? לייג ארויף א סקרין שאט.
לעצט פארראכטן דורך גרויזאמער אום דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 11:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

....
אטעטשמענטס
Learn More.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

גרויזאמער האט געשריבן:(מאשקע סארי פארן ציען דיין פיאות)

עטץ מיינטס מאשקע איז עם געבליבן שולדיג? נע.. נישט פאר גרויזאמער! עטץ דארפטס זען וואס מאשקע האט געמאכט מיט גרויזאמערס בארד....

ווי נאר וויכי האט געפאוסטעט די נייעס איבער דעם געשלעג, בינעך גלייך אהינגלאפען (אלץ שומרים מעמבער.. ס'איז אריינגעקומען אן א צאל רופען צו שומרים בלי גוזמא..) איך קום אן צום סצענע, און איך זעה מאקשע ראנגלט זיך מיט איינעם (שפעטער בינעך געוואויר געווארן אז דאס איז גרויזאמער..) פארנט פון "זעלדאס" איך געב ענק איין געס ווער יענער איז. . . . . . נו? כאפסט נאך אלץ נישט?? ווער זיצט א גאנצן טאג ביי זעלדאס? כ'וויל נישט זאגן קיין נאמען צוליב גילי.. אבער זיין ניק קענט עטץ אלע "גרויזאמער" יאפס! דער מיט די לאנגע בארד וואס הענגט אראפ אויפן רוקן.. דער איז דאס!!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

גרויזי, סארי פארן ניצן דיין ניק ביים ארויפלייגן די סקרין שאט, איך בין פונקט געווען אריינגעסיינט אין גרויזאמער צו ליינען א וויכטיגע אישית.

וויכי, כ'לאך נאך אלץ. פארפאלן, אז ס'איז גוט אז ס'יז גוט!

אין א סטעיטמענט וואס ק.נ.א. האט גענומען פון "זעלדא'ס" האט ער (זי) זיך אויסגעריקט ווי פאלגענד:
"ס'איז אונז א מורדיגער כבוד אז דער געשלעג איז פארגעקומען ביינונז אין געשעפט, דערמיט האט אייועלט געבראכן די רעקארד צו זיין דער רעשטער וויזיטער ביינונז אין געשעפט זינט ערב סכות תשנ"ז"
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

לויט וואו איך הער פון אינטערערדישע קוועלער קומט דאס דורך גרויזאמער אלס נקמה אקציע קעגן וויכי נאכדעם וואס ער האט פראבירט צו דער גיין גרויזאמער'ס אידענטפיקאציע און באקומענדיג אסאך ווערטפולע געהיימע אינפארמאציע אויף זשימעיל איבער גרויזי

ווי אויך איז צום בייוואונדערן ווי וויכי האט זיך געגעבן שנעל א זעץ אראפ ביין קנא טישל און ריפארטעט פאלשע אינפארמאציע זיך גענצליך ארויס צו דרייען פונעם ביטערן פרשה כאילו ער איז נאר א בלויזע צוקוקער
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

מאשקע האט געשריבן:גוגעל איז קראנק היינט
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר האבן מזל אז די געשלעג האט זיך געענדיגט באצייטנס, ווייל איך הער פון אינסיידערס אז מרת גרויזאמער איז פיל גרויזאמער ווי איר מאן, און זי וואלט נישט געלאזט קיין גאנץ ביינדל אין מרת מאשקע'ס בארד.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

גרויזי, אזא נקמה? כ'קען נישט אריינגיין אין מיין גימעיל אקאונט! כ'האב שוין פרובירט אלע מיינע פעסווארד'ס וואס כ'האב נאר אמאל גענוצט, און גארנישט! סורגיי (גרויזאמער) האט געטוישט מיין פעסווארד.. וואס טוה איך?
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

וויכי, דו דרייסט דיך צופיל מיט מיכאל... איך האב מיך געקוילערט פון דיין באשרייבונג.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וויכי, הערליך, יישר כח פארן מאכן היינט שמייכל'ן. (היינט איז א רעקארד וויפיל שמייכל'דיגע ארטיקלען ס'איז אריין געקומען אין איין פיר און צוואנציג שעה פעריאד.)
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

שיינע באשרייבונג, גוטע צייטען געווען אמאל
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: מעכטיגע געשלעג אויף לי ראדני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

יוש געזען די קעפל און זיך געווינדערט צי סאיז הייד פארק דא( ווער סגעדענקט) ווער סאיז געבוירן שפעטער ווי די מ יארן כאפט נישט וואס די אשכול וויל דא
אגב פון די אלע גיטע ניקס דא איז גארנישט איבערגעבליבן אחוץ וויכי
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: מעכטיגע געשלעג אויף לי ראדני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

לייטער, דו ביסט שוין אזוי אלט? אקעי, דארפן מיר האבן פאר דיר אביסל רעספעקט.
אגב, וואס האסטו געטון פון היידפארק ביז 2018 אין אייוועלט?
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: מעכטיגע געשלעג אויף לי ראדני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

simcha האט געשריבן:לייטער, דו ביסט שוין אזוי אלט? אקעי, דארפן מיר האבן פאר דיר אביסל רעספעקט.
אגב, וואס האסטו געטון פון היידפארק ביז 2018 אין אייוועלט?

כהאב קיינמאל נישט געלייענט די טריפהנע הייד פארק, נאר געזעהן פרינט אוט צימאל( כהאב נישט געטארט זיצן ביים בעה'ב קאמפיוטער, צימאל האט מיר מיין בעה'ב געוויזן די לשה''ר און בייסיגע שטיקלעך, כמיין אז ער פלעגט שרייבן דארט... )
וואס איך האב געטיען פון דעמאלטס ביז יעצט? געארבעט אין כל מינע דזשאב'ס בנפשי יביא יביא לחמו מען געט נישט ארויס ווי, אויף אייוועלט בין איך שוין א צירקע צייט נאך ביפאר כהאב געהייסן @לייטער
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: מעכטיגע געשלעג אויף לי ראדני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

אקעי, פארשטיי מיר.
איר זענט געווען קראנק אז איר האט געדארפט מאכן א שינוי השם?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעכטיגע געשלעג אויף לי ראדני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לייטער האט געשריבן:
simcha האט געשריבן:לייטער, דו ביסט שוין אזוי אלט? אקעי, דארפן מיר האבן פאר דיר אביסל רעספעקט.
אגב, וואס האסטו געטון פון היידפארק ביז 2018 אין אייוועלט?

כהאב קיינמאל נישט געלייענט די טריפהנע הייד פארק, נאר געזעהן פרינט אוט צימאל( כהאב נישט געטארט זיצן ביים בעה'ב קאמפיוטער, צימאל האט מיר מיין בעה'ב געוויזן די לשה''ר און בייסיגע שטיקלעך, כמיין אז ער פלעגט שרייבן דארט... )
וואס איך האב געטיען פון דעמאלטס ביז יעצט? געארבעט אין כל מינע דזשאב'ס בנפשי יביא יביא לחמו מען געט נישט ארויס ווי, אויף אייוועלט בין איך שוין א צירקע צייט נאך ביפאר כהאב געהייסן @לייטער

ס'געווען אין היידפארק אן אפטיילונג וואס דזשעינעט האט דורכגעלאזט, ס'האט געהייסן בחדרי חרדים, ס'יז דאכצעך שפעטער געווארן א נייע סייט לגמרי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ישמעאל שמילאוויטש
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:38 pm

Re: מעכטיגע געשלעג אויף לי ראדני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמעאל שמילאוויטש »

געשלעג?? ווי איז דא א געשלעג?? איך לויף שוין אהין מיט מיין געווער
קומט אריין שרייבן מיט דעם ניק,
פעסווארד;
123654
אוועטאר
קליקע
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 1:33 pm

Re: מעכטיגע געשלעג אויף לי ראדני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקע »

עפעס הער איך אז סאיז היינט פארגעגאנגען דארט איינער האט מיטגעהאלטן?
אבי נישט ביי אידן.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: מעכטיגע געשלעג אויף לי ראדני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

קליקע האט געשריבן:
עפעס הער איך אז סאיז היינט פארגעגאנגען דארט איינער האט מיטגעהאלטן?
יא. ווי באריכטעט אינעם וויליאמסבורגע אשכול
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
קליקע
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 1:33 pm

Re: מעכטיגע געשלעג אויף לי ראדני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקע »

פופציגער האט געשריבן:
קליקע האט געשריבן:
עפעס הער איך אז סאיז היינט פארגעגאנגען דארט איינער האט מיטגעהאלטן?
יא. ווי באריכטעט אינעם וויליאמסבורגע אשכול
כהאב עס נישט געזעהן דארט.
לינק?
אבי נישט ביי אידן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מעכטיגע געשלעג אויף לי ראדני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

קליקע האט געשריבן:
עפעס הער איך אז סאיז היינט פארגעגאנגען דארט איינער האט מיטגעהאלטן?
קוקט אויס אז איהר זענט חוני המעגל וואס איז אויפגעשטאנען פון שלאף נאך 70 יאהר.......
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”