א געטראפענע צעטל

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

א געטראפענע צעטל

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 12:07 pm

נעכטן נאכט ליל כ"א כסלו נאך חצות שפאצירענדיג אויף די גאסן אין וויליאמסבורג זעה איך א איינגעקנייטשטע צעטל ליגט זיך אזוי געמיטלעך אויף די סיידוואק (טראטור?). אבער אנדערש ווי אלע אנדערע צעטלך וואס ליגן אויפן פלאר האט די צעטל מיך זייער אינטערעסירט וואס עס שטייט דערויף, האב איך געטראכט מיר אז איך גיי שטילן מיין נייגעריגקייט מיטן זיך אראפבייגן און עס אויפהייבן.

איך בייג מיך איבער, און עס קומט א ווינטעל און עס גיט הייב אונטער די צעטל. האב איך געטראכט אז אפשר וויל נישט די צעטל אז איך זאל מיך בייגן פאר אים, נאר ער וויל ענדערש זיך הייבן פאר מיר און אריין קומען אין מיין האנט... אבער וואס ווען ווי, ער הייבט זיך און רוקט זיך פאראויס מיט אפאר פיס און לייגט זיך צירוק אראפ אויף די סיידווא(ל)ק.

איך קום נאכאמאל אן דערצו, יעצט גיי איך מיך שוין שנעלער אראפבייגן, ווייל איך וויל נישט עס זאל נאכאמאל אוועקפליען פון מיר (ווי גלייך איך בין בעל הבית). און עס איז געלאנגען, איך האב אים דערווישט.

איך האב אפגעליינט די צעטל, און איך האב געפרעגט א יעדם וואס ווערט דערמאנט אונעם צעטל צו איך מעג עס פארשפרייטן, און זיי האבן מיר געגעבן רשות דערצו.

דא האט איר עס.
צוגעלייגטע
123.JPG
123.JPG (41.53 KiB) געזעהן 2194 מאל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 12:29 pm

כ'מיין אז למעשה האסטו נישט געברויכט פרעגן רשות פון מער ווי 2 מענטשן... בין איך גערעכט?

---
דאס איז נאר געווען בדרך אגב, אבער אין אמת'ן וויל איך שרייבן: דאס איז א שיינע אריינפיר צום אינטערסאנטן צעטל!

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 12:52 pm

סאיז אמת מהאט מיך געפרעגט אבער ווי אינטערסאנט סקלינגט נאר איז אז איך בין נישט דארט געווען
מהאט געזוכט און פרובירט דורך מיין ברודער מיך צו דערשמעקן אבער איך בלייב ווייטער טמיר ונעלם

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 12:54 pm

קרעמער;

איך האף דו גייסט נישט באקומען קיין ווייסן בארד פון דיינע גרויסע זארגן, איך האב שוין אויפגעגעבן אויף אים

און דו?

לאך זיך אינטער, לאז עס לויפן, און פארטיג.

דער סך הכל פון יעקב אלי', ער לעבט אביסל אויף, ווען דו הערסט איינעם היינט שרייען אויף די גאס "יעקב אלי'"! קאסט דיר עס א שמייכל אמת...

דאס איז דער עיקר.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 1:03 pm

איך האב א קרוב יעקב אלי', גראדע נישט בראך, אבער דאך, איך ציטער זיך צו טרעפן מיט איהם, ווען כעל זאגן יעקב אלי' וועט עס מיר קאסטן א שמייכל.

צום ענין, פארוואס האט מען נישט ערווענט סאכדעס אויך אויפ'ן צעטל?

פארוואס האט מען אזא היסטאריש צעטל געלאזט זיך וואלגערן אויף די גאסן?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 2:04 pm

איין זאך איז זיכער, אז דאס צעטל איז אנגעקומען צו 'תרועה' (3X0), איז זיכער מנהשמים. ווי אזוי זעה איך דאס?. פשוט, מען וויל פון הימל אז 'תרועה' זאל זיך נעמען שרייבן כדבעי, ווייל ער קען דאך יא!. פון ווי זעה איך אז ער קען?. פון די אריינפיר צו דעם 'מציאת הפתקא'.

ואי קענסטע, עד השתא אמאי נישט געשריבן געהעריגע ארטיקלען כדבעי?

הער: אזוי, כ'ד-שטיי כ'ד-גיי, אזוי ווי דו שטייסט און גייסט, נעם דיך שרייבן אזש ס'זאל א רויעך גיין, אבער שוין!

מצה בעקערי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

תגובהדורך מצה בעקערי » זונטאג דעצמבער 30, 2018 2:25 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, אז דאס צעטל איז אנגעקומען צו 'תרועה' (3X0), איז זיכער מנהשמים. ווי אזוי זעה איך דאס?. פשוט, מען וויל פון הימל אז 'תרועה' זאל זיך נעמען שרייבן כדבעי, ווייל ער קען דאך יא!. פון ווי זעה איך אז ער קען?. פון די אריינפיר צו דעם 'מציאת הפתקא'.

ואי קענסטע, עד השתא אמאי נישט געשריבן געהעריגע ארטיקלען כדבעי?

הער: אזוי, כ'ד-שטיי כ'ד-גיי, אזוי ווי דו שטייסט און גייסט, נעם דיך שרייבן אזש ס'זאל א רויעך גיין, אבער שוין!

maybe you found another papar alredy?

אוועטאר
יש בו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 8:33 pm

תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות

אוועטאר
יש בו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 8:35 pm

תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 6 געסט