אפאר גוטע ווערטער

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

אפאר גוטע ווערטער

תגובהדורך ברוך » זונטאג דעצמבער 21, 2008 2:51 pm

א גוטן טייערע און חשובע חבירים כל אחד בשמו הטוב יבורך.
אן צו לאנג מאריך זיין, דער עולם איז אוודאי פארנומען בעניני דיומא,
ווי באקאנט איז א מנהג צו געבן סיי וועלכע צייט א טיפ פארן מלמד אפגעזעהן די סיבה דערצו צו דאס איז אפרישיעשאן אדער חניפה וכדו'.
און איצטערט חנוכה איז איינע פון די גאר אנגענומענע זמנים דערצו.
נאכן מאכן מיינע מאטעמאטיקס און חשבונות זעה איך אז איך קאן נישט געבן פארן מלמד וויפל עס קומט זיך אדער וויפל איך וויל אים געבן.

אבער נאכן רעדן מיט א קלוגע איד האט ער מיך געזאגט אז אפאר ווערטער איז געווענליך מער ווי דאס גאנצע געלט (נישט אז יעצט זאל מען נאר שיקן די פאר ווערטער). וואלט איך ווען געוואלט בעטן אז ווער עס האט די צייט און די פאר ווערטער וואס איך קען צושרייבן זאל עס ביטע מיטטיילן. זאלן אנדערע אויך הנאה האבן.
שכוח פון פאראויס

אוועטאר
דזשאמבא
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2008 10:38 am

תגובהדורך דזשאמבא » זונטאג דעצמבער 21, 2008 2:56 pm

אדרבא, זייער א גוטע זאך, א גוט ווארט פמאכט אייביג אויס, אגב שכח ברוך,

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » זונטאג דעצמבער 21, 2008 3:09 pm

לכבוד ידידי הרה"ח המפואר, יפה פרי תואר, נודע לתהלה, בקרב עם סגולה, מרביץ תורה לעדרי צאן קדשים במסירות נאמנה, לו יאתה שיר ורננה, ה"ה מוה"ר פלוני מלמד שליט"א.

לא אוכל להתאפק מלהביע רגשי לבבי המלאה ששון ושמחה בראותי כי בני חביבי הילד היניק והחכים כמר פלוני ני"ו הולך בדרך הטובה והישרה כראוי וכיאות, וניכר בו פרי עמלו של מע"כ שליט"א, שמשקיע מיטב כוחותיו בצעירי צאן קדשים הן בלימוד תורת ה', והן בהשרשת מדות טובות, והתנהגות ישרות, לזאת באתי בכתב רשום עלי ספר כתוב, למען יהיה לך לחיזוק להלאה.

והשי"ת יעזור שנזכה לראות רב תענוג ונחת דקדושה מכל יו"ח, ותראה ברכה בעבודתך הקודש, עדי נזכה לוערכתי נר למשיחי, וכמ"ש במדרש תנחומא שבזכות נרות חנוכה נזכה להגאולה שלימה, אמן ואמן.

הכו"ח יום א' דחנוכה שנת תשס"ט לפ"ק

הק' ברוך

אוועטאר
דזשאמבא
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2008 10:38 am

תגובהדורך דזשאמבא » זונטאג דעצמבער 21, 2008 3:27 pm

קענסט מיר (קענסט מיר יא קענסט מיר נישט), די בעסטע איז נאר אפאר ווערטער, מיינט ממש אפאר ווערטער, איינמאל מען שרייבט שוין לאנגע מגילות איז שוין נישט אינטערעסאנט, לענ"ד.

נישט אזוי? דאס הייסט - די ערשטע שורה איז ממש ווי געגעאסן ווי עס פאסט זיך פאר א מלמד... אבער משא"כ דער "לא אוכל להתאפק"... איז איבעריג. קיינער איז נישט נייגעריג צו הערן די געפילן וואס עס האט דיר געמאכט שרייבן, ריכטיג? יענער וויל נאר הערן ואוס דו האסט צו זאגן, אויב האסטו... אזוי ווייס איך אז ביי א בריוו וואס מען וויל יענער זאל ליינען, אין שפורן אז מען רעדט צו אים, דארף מען שרייבן קורץ אין שארף. שטימט?

אבער די איבריגע איז זייער גוט! דארפזסט מיר נישט צוהערן,
קענסט שרייבן וויאזוי דיר שמעקט... עס איז דא מענטשן ואוס שרייבן לאנגע מגילות, עס איז א נאטור,

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » זונטאג דעצמבער 21, 2008 3:38 pm

אויך מיר א לאנגע מגילה...

אבער אז דו ווילסט דווקא? וועל מיר עס מאכן קורץ און שארף.

די ערשטע שורה איז דאך גוט זאגסטו, אלזא לאמיר אנהייבן ביים צווייטן שורה.

הנני מעריץ מאוד (איך שעץ זייער) עבודתך הקודש (דיין הייליגע ארבעט)

און די איבריגע איז דאך אויך גוט זאגסטו, וועל מיר עס לאזן אזוי.
הק' ברוך (דזשאמבא)


גוט?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 21, 2008 9:58 pm

דער עיקר אז דאס קליין צעטעלע זאל מיטקומען מיט חנוכה געלט. עס מוז נישט זיין קיין הונדערטער, אבער לייג אריין וויפיל דו קענסט זיך יא ערלויבן. דער מלמד איז אויך אויף צרות די יעצטיגע טעג, און ער וויל זעהן עפעס מער ווי אפאר גוטע ווערטער. די גוטע ווערטער זענען נאר ווי א גוטע נאכשפייז אדער צושפייז צום געלט. (פאר מער אינפארמאציע ליינט די ארטיקל "רבי געלט" אין מעלות כסלו תשס"ט).

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » זונטאג דעצמבער 21, 2008 10:10 pm

קרעמער האט געשריבן:דער עיקר אז דאס קליין צעטעלע זאל מיטקומען מיט חנוכה געלט. עס מוז נישט זיין קיין הונדערטער, אבער לייג אריין וויפיל דו קענסט זיך יא ערלויבן. דער מלמד איז אויך אויף צרות די יעצטיגע טעג, און ער וויל זעהן עפעס מער ווי אפאר גוטע ווערטער. די גוטע ווערטער זענען נאר ווי א גוטע נאכשפייז אדער צושפייז צום געלט. (פאר מער אינפארמאציע ליינט די ארטיקל "רבי געלט" אין מעלות כסלו תשס"ט).

אז מען רעד שוין פון דעם וואלט איך געוואלט צולייגן אז ס'איז אויך וויכטיג צו געבן עפעס א קלייניקייט פארן באס דרייווער, און פארן באס רבי, איר האט נישט קיין אנונג ווי שטארק זיי ווארטן אויף דעם, איר קענט זיך ממש איינקויפן עוה"ב פארן מחי' זיין א איד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 21, 2008 10:17 pm

אודאי אודאי. עס איז גראדע דא אין קרעטשמע אן אשכול וועגן חנוכה אדער פורים געלט, לאמיר דאס אויפזוכן.

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:38 pm

רבותי! איך האב מיך גערישט אויף א גרעסערע ריספאנד,
געקלערט האביך אז איך וועל מיך קענען וועלן,
עס איז נאך אפען מען קען נאך אריינשטעלן נוסחאות.
שכוח

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:09 pm

אין מיי נאט סאו האמבל אפיניען וויל איך צולייגן אפאר שפיצן.

איזאזוי...

א גוט ווארט טוט נישט וויי פאר קיינעם. עס געט נאך אן א שיעור חיזוק אויף ווייטער. וכן נוהגין במשפחת שטרוי אז פון צייט צו צייט שרייבט מען צו צו די מצוה צעטל אפאר גוטע ווערטער פאר מיינע שותפים די עוסקים בעבודת הקודש. (דאס איז חוץ די כסדר'דיגע טעלעפאנישע שמועסן ואכ"מ). ובפרט ווען מען שיקט אפאר $ איז אויפן פלאץ צו שרייבן טאקע בפה (בפען) מלא ווי שטארק מ'עפפרישיעיט זיין הייליגע ארבעט.

מען מעג אפילו זיך אנטשולדיגן אז עס איז שווערע צייטן בלא בלא בלא... און אז השי"ת וועט העלפן לכשירחיב... אבער פטור בלא כלום אי אפשר... מוז איך שרייבן אפאר ווערטער ווי שטארק מוישעלע האט מצליח געווען דאס יאר... השי"ת זאל העלפן... א פרייליכן חנוכה... אמן ואמן.

לדעתי מוז עס נישט זיין מיט מליצות, עס מוז נישט זיין מיט גראמען, עס מוז אפילו נישט זיין אין לשוה"ק. עס איז פיל בעסער ווען עס איז דברים היוצאים מן הלב, פשוט מאמע לשון די געפילן פון הכרת הטוב פון הארץ ארויס.

און פראקטיש גערעדט דער חשובער מלמד קען גאר זיין איינער פון אונזערע חברים און עס וועט אים זייער קענטליך זיין דיינע שיינע פאר שורות. אדער וועט ער באקומען 20 אזעלכע שיינע בריוון פון 20 טאטעס. עס קען נאך זיין א חוזיק אין די לענג...
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 8:38 pm

ענינא דיומא
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:07 pm

איך דארף אויך א גוטע לשון וואס צי שרייבן פארן מלמד, ווער סקען אריינקימען מיט אפאר אויסוואלן, אידיש און לשה''ק.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 6:10 am

מיין נוסח צום מיין זוהן'ס מלמד:

ימי חנוכה תשע"ט
לכבוד המלמד ---- הי"ו
אין די געלעגנהייט וויל איך נעמען אפאר קורצע ווערטער ארויסצוברענגן די געפילן און דאנקבארקייט פאר אייערע געטרייע און איבערגעגעבנע עבודת הקודש וואס איר טוט מיט מיין זוהן ---- נ"י, דורכאויס די גאנצע יאר.
אייער געטרייע ארבעט דערקענט זיך אויף מיין זוהן ב"ה און אלע הינזיכטן, זיין גוטע התנהגות און זיין שטייגן אין לערנען,
מיט א ברכה איר זאלט קענען ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת ויתר עוז, און הצלחה וברכה אין די עבודת הקדוש.
מיט שעצונג און עהרע:
------
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט