זאגזש'ע אידעלע! וואס איז אייער דיעה איבער חנוכה פארטי'ס
אחראי: אחראי
זאגזש'ע אידעלע! וואס איז אייער דיעה איבער חנוכה פארטי'ס
ליידער איז געווארן לעצטענס איינגעריסן אז אין די לעכטיגע ימי החנוכה מאכט מען אזעלכע מסיבות וואס מען רופט מיט דעם ניק נאמען "חאַניקֶע פארטי" און מען טיילט מתנות פאר די קינער און אייניקליך, און לכאורה האט מען עס נישט געזעהן ביי אונזערע עלטערן, דערפאר וועלן מיר דא אביסל דיסקיסורן אין דעם נושא, און לאמיר הערן דעם דעת הקהל.
א איד פון דערהיים, מלא חן...
זאנוועלע טיייערער! דו דארפסט פארשטיין, עס איז א גרויסע חילוק פון א פארטי וואס נשים צדקניות מאכן, צו די אזוי גערופענע "חנוכה פארטי". וואלסטו אפשר געזאגט פאר דיין זוהן אדער טאכטער, פרייטאג צונאכטס איידער די סעודה, מען גייט שוין עסן די "שבת פארטי"! זיכער אז נישט! ווייל די הייליגע שבת סעודות רופט מען אן אנדערש מיט מער געפיל און רעספעקט. און די זעלבע איז אויך לגבי די הייליגע יו"ט חנוכה.
ואל תתמה וואס די נשים רופן אזוי זייערע צדקה מסיבות! דען די נשים קענען נישט אזוי גוט לשה"ק, דעריבער ווייסן זיי צו זאגן פון "פארטי" אנשטאט
מסיבה"
ואל תתמה וואס די נשים רופן אזוי זייערע צדקה מסיבות! דען די נשים קענען נישט אזוי גוט לשה"ק, דעריבער ווייסן זיי צו זאגן פון "פארטי" אנשטאט
מסיבה"
א איד פון דערהיים, מלא חן...
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4030
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
דאס מתנות געטיילעריי איז א ריין אמעריקאנער מנהג [אותיות גהנ"ם] און דאס קומט פון ווילן געפעלן און נאך מאכן דעם גוי מיט זיינע חגאותארפכשד האט געשריבן:מען טיילט מתנות פאר די קינער און אייניקליך, און לכאורה האט מען עס נישט געזעהן ביי אונזערע עלטערן.
א פריש געשעפט עס איז שוין דען אזוי שטארק נשרש אז כדברך מ'קענישט זאגן אז מ'זאל עס בטול מאכן. משתה ושמחה און משפחה ומשפחה שטייט ביי פורים, ביי חנוכה איז די מצוה להודות ולהלל, ועוד לאלקי מלין בעזהי"ת.שמיי_דריי האט געשריבן:חנוכה פארטיס איז א גוטע זאך. מ'טרעפצעך מיט משפחה. מ'קענישט זאגן אז מ'זאל עס בטול מאכן. נאר וואס? אלעס דארף א גדר און א גבול און מ'דארף וויסן אליינס א גדר. איש על מחנהו ואיש על דגלו. יעדע משפחה דאף וויסן וואס ביי אים איז כשר און וואס נישט
ועמך כולם צדיקים
קרעמער: ביים שיין פון די חנוכה ליכט
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic
זייער שיינע ארטיקל, פון אמאליגע שרייבער'ס פונעם קרעטשמע (ירידת הדורות)
נ.ב. געהערט עס אבער ביים "חנוכה" אשכול
נ.ב. געהערט עס אבער ביים "חנוכה" אשכול
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אפשר גערעכט אז דער נאמען פארטי, טיילן מתנות, שפילן געים'ס וכדו' איז גואיש,
אבער סאיז זיכער א שיינע זאך זיך צוזאמצונעמען אלע משפחות אינאיינעם, כ'מיין אז איך האב געשוויסטער מיט וועמען איך זיץ נישט איבער איין טיש מחנוכה לחנוכה. איך רעדט זיי אויפן טעלעפאון אמאל דא און אמאל דארט, אפילו ביי שמחות איז מען פארנומען אויפצונעמען און מכבד זיין דעם עולם, אבער זיך צוזאמקומען בלויז לשם צוזאמקומען איז זייער א שיינע זאך. סתם אזוי אינמיטן יאר האט נישט פשט, אבער חנוכה איז יו"ט לויט די פוסקים איז אן ענין צו מאכן א סעודה און זיין פרייליך, חוץ פון דעם נאך ליכט צינדן איז נאך דא א גרויסע נאכט, אודאי איז א שיינע זאך זיך צוזאצונעמען.

לעצט פאראכטן דורך אלף בית אום מאנטאג דעצמבער 01, 2008 7:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אז מען פרעגט וועל איך מיטיילן מיין מיינוג
א)ווען מען קומט זיך צוזאם ביי אן עלטער זיידע און עס טרעפן זיך דארט בוז צווייטער געשוועסטער קינדער וואס ווען דאס איז א בר מצוה וואלט געווען א מחצה וואס איז דא אדערשט?
ב)אויך ביי א גרויסער משפחה דארף מען עס שוין מאכן אין א זאל מען זיכט צו שניידן פון חתנות פון בר מצוה וכו' וכו' באלאנגט דעס נישט
ג)וואס איז א שמחה געמאכט זיך צו טרעפן און טאמער עס איז א קליינער משפחה וואס האט נישט אזויפול שמחות טרעפט מען זיך יעדער צווייטער שבת
ד)עס איז זייער א שיינער זאך אבער נישט ווען עס איז א "מוז" איז דאס א עול (עס איז דא דיע וואס ווילן גיין צו א רבי'ן ר"מ וכו' )

טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6673
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
אלף בית האט געשריבן:אפשר גערעכט אז דער נאמען פארטי, טיילן מתנות, שפילן געים'ס וכדו' איז גואיש,
אבער סאיז זיכער א שיינע זאך זיך צוזאמצונעמען אלע משפחות אינאיינעם, ......
שטייט און ספר החיים פון מהר"ל מפראג'ס ברידער אז עס איז א גלייכע זאך אז א יעדע משפחה זאלען זיך ציזאם קומען איינמאל א יאהר און מאכען א סעודה צינאזאם.
א ראיה ברענגט ער וואס עס שטייט ביי שמואל הנביא 'זבח משפחה'
the SCY is the limit
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5055
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
לדעתי איז ר' אלף בית גערעכט, בפרט נאך וואס ר' שמחה האט שוין געברענגט פון א קדמון אזוי, און דער אמת איז, אז מיינע עלטערן האבן שוין דאס פאריאר אנגעהויבן, אז אזוי ווי חנוכה איז טאקע זייער שווער מיט יעדן איינעם פון זיינע מסיבות און טישן וכדו', ממילא האבן זיי איינגעפירט אז מען קומט זיך טאקע צאם אזוי א וואך צוויי נאך חנוכה.
און דאס איז טאקע די סיבה, אז פשוט מ'זאל זעך אמאל טרעפן די גאנצע משפחה צוזאמען, פשוט לשם זיך צוזאמעקומען און פארברענגען אביסל אלס משפחה, און די אלע ארומיגע זאכן איז טאקע נאר אזוי אויף יוצא צו זיין, די פרעזענטס וכדו', מ'מאכט נישט קיין עסק דערפן.
און איך מיין אז עס איז טאקע א גוטע זאך

חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6673
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
ביי מייר גייט שוין אהן א היפש פאר יאהר דאס ציזאם קומען. בדרך כלל פלעגט מען ציזאם קומען איינע פון די נעכט פון חנוכה, אלטס ביי אן אנדער קונד.
היי יאהר האבען מיינע חברה געמאכט מיט מיר א שטיקעל. זיי האבען מיך איינגערעדט אז מעקומט ציזאם ביי מיר פאר מלוה מלכה דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת פרשת וישלח,
היות וויא איין אייניקעל ווערט בר-מצוה די דריטע טאג חנוכה, און עס וואלט געווען זייער שווער פאר מיין טאכטער זיך באטייליגען און א ציזאמקום, ווען זי איז ביזי מיט איהר שמחה.
דער סוף איז הוברר הדבר, אז דער גאנצע תירוץ פונעם בר-מצוה איז נאר געוען אן אויסרייד, און די מלוה מלכה איז געווען לכבוד מיין יום הולדת דעם פארגאנגענעם שבת.

ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט