ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29337
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער שמועס איז דא, אז @זארג נישט האט געשריבן אז אויב ביידן וועט זיין ביי די דעבאטע, וועט
אבער עס וועט מיר זיכער מאכען טראכטען צו איך בין נישט פארפארען און זיך פארעכענט ערגעץ אנדערש אויך.

נישט איבער ווער עס האט געווינען, פאר דעם איז דא אפאר אשכולות אין נייעס.
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

מען זאגט א ווערטל אז די האלבע וועלט נעמט פילן
אין די אנדערע האלב שעמט זיך צו נעמען פילן אדער האבן זיי מורא דערפון..

טראמפס פיל איז ברייט באקאנט געווארן ביי קאוויד 19, טייל האבן זיך אפילו געווערטלט אז: טראמפ זאל זיך נעמען זיינע פילן, אין איך מיינע פילן...
ער זאל מיר נישט אנטיילן וואס פאר א טאבלעטן צו שלינגן...

צום פינטל, ביידען נעמט פיינע פילן קעגן אלצהיימערס, דימענשיע אדער וועפן...

מיר זענען בכלל נישט באזארגט אז ער וועט פארפעלן זיי צו נעמען אלץ פרעזידענט ווייל ער וועט פארמאגן א שטאב פון משרתים, צווישן זיי אפילו א דאקטער. באצאלט דורך מיר שטייער צאלער אריינגערעכנט טראמפ...

די בעסטע חלק פון די דעבאטע איז געווען די חיזוק פאר די למעלה מן אהבת קידומים אידן אז אל תתיאש, עס איז וויירשיינליך דא א ווירקזאמע מעדעצין וואס היילט שווערע אלצהיימער פעלער, אין מען דארף נאר ווארטן אט אט וועט ביידען מיט אונז מיט-טיילן דער יסוד פון זיין הצלחה: זיינע ווירקזאמע טאבלעטן!
נו גוט, נו שוין!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

באטעמטקייטן האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:אויב געווינט ביידען גייט זיין א זייער אינטרעסאנטער מצב וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די אמעריקאנער געשיכטע. אויב די לעצטע פיר יאר איז געווען אינטרעסאנט, און אוי איז עס געווען אינטרעסאנט, וועט די נעקסטע פיר יאר זיכער זיין, סיי אויב ביידען געווינט אדער טראמפ געווינט. אבער אין דער אשכול איז דער ביידען פרעזעדענסי אדער "נישט פרעזעדענסי" דער טאפיק.

ביידען לעת עתה איז נאך נישט אין גאנצען עבר ובטל. ער קען נאך זאגען א גוטען צוגעגרייטען ספיעטש וואס ער האט אויף דעם א סאך פראקטעצירט און זאגט זאכען וואס ער זאגט שוין 50 יאר און קען עס אין שלאף מיטען גאנצען פאליטישען שפראך. אבער דיבעטיטען קען ער שוין מער נישט, דאס איז קלאר, און עס וועט נישט זיין קיין שום דיבעיט צווישען אים און טראמפ. דער תירוץ פאר דער באבע וועט זיין אז ער וויל נישט "לעגעטימיזירען" פרעזידענט טראמפ.

פיין, ער וויל נישט לעגעטימיזירין, ער האט רעכט. אין ערגעץ אין דער קאנסטיטוציע שטייט נישט אז ער מוז. און אויב זייינע וועלער זענען מסכים איז דאך גוט. אבער דא קום איך צום עיקר ציל פונעם אשכול, און דאס איז צו ארום רעדען ווי גייט אויס זעהן א ביידען פרעזעדענסי, ווער גייט מאכען די באשלוסען און ווער גייט פירען, און וויאזוי גייט עס צו גיין.

אויב ער ווערט ערגער, וועט מען אים דען באזייטיגען אינטער דער 25'סטע עמענדמענט וואס רעדט פון א פרעזידענט וואס דינט שוין נישט און מען דארף אים ריפלעיסען? אדער וועט מען זאגען אז ער דינט יא מיט-שכל אדער אן-שכל ווייל פאר דעם האט מען אים דאך עלעקטעד נאר צו זיצען אין דער פרעזידענטס טשעיר, און איז קיין שום נפקא מינה צו ער שלאפט אין בעט אדער זיצט אויפען קאוטש אינעם אוועל אפיס.

בקיצור ווער עס ווייסט אדער וויל שפעקולירען, ביטע קומט אריין און לאזט זיך הערען.

אהההמ....

נעקסט טיים, טראכט איבער צו טראמפ'ס רעטארק האט נישט קיין השפעה אויף דיר און דיין מיינונג...

כ'וויל פארשטיין פארוואס די האלטס אז ער האט גוט דיבעט. ווייל ער האט געלאכט יעדע דריי מינוט? ווייל מען האט אים אריינגעזאגט אינעם עיר פיעס ער זאל זאגן שאט אפ? ווייל ער האט גענוצט טראמפס שפראך מיטן זאגן די ווארט קלאון? יא ער איז געוועהן בעסער ווי געראכטן און אפילו די ביסט געוועהן שאקט. אבער אויף פאלעסי האט טראמפ אים הונדערט פראסענט געוואנען. סא ניין. ביידען איז נישט קיין גוטע דיבעטער און די וועסט זעהן ביים דאס זעהן ביים נעקסטן דיבעט.
אטעטשמענטס
11563.jpeg
11563.jpeg (75.91 KiB) געזען 1004 מאל

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

פרעזידענט האט געשריבן:מען זאגט א ווערטל אז די האלבע וועלט נעמט פילן
אין די אנדערע האלב שעמט זיך צו נעמען פילן אדער האבן זיי מורא דערפון..

טראמפס פיל איז ברייט באקאנט געווארן ביי קאוויד 19, טייל האבן זיך אפילו געווערטלט אז: טראמפ זאל זיך נעמען זיינע פילן, אין איך מיינע פילן...
ער זאל מיר נישט אנטיילן וואס פאר א טאבלעטן צו שלינגן...

צום פינטל, ביידען נעמט פיינע פילן קעגן אלצהיימערס, דימענשיע אדער וועפן...

מיר זענען בכלל נישט באזארגט אז ער וועט פארפעלן זיי צו נעמען אלץ פרעזידענט ווייל ער וועט פארמאגן א שטאב פון משרתים, צווישן זיי אפילו א דאקטער. באצאלט דורך מיר שטייער צאלער אריינגערעכנט טראמפ...

די בעסטע חלק פון די דעבאטע איז געווען די חיזוק פאר די למעלה מן אהבת קידומים אידן אז אל תתיאש, עס איז וויירשיינליך דא א ווירקזאמע מעדעצין וואס היילט שווערע אלצהיימער פעלער, אין מען דארף נאר ווארטן אט אט וועט ביידען מיט אונז מיט-טיילן דער יסוד פון זיין הצלחה: זיינע ווירקזאמע טאבלעטן!

לאמיר דיר פרעגן מיט א משל. די וואלסט גענומען א אלט אויסגעוועפטער זיידע וואס אסאך מאל קאלעכט ער יא און פון מאל צו מאל נישט. ער זאל דיר בויען דיין הויז? זיין דיין ביולדער?
נעעע.... דידנט טינק סא! און נאכדערצו ווען ס'רעד זיך פון איינעם וואס האט נישקיינאהנוג וויאזוי בויעט........
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אזא כבוד צו האבן דא די פרעזידענט אליינס...

----

די אלע וואס זענען קעגן טראמפ וועלן נעמען איינעם, אפי' ער וועפט, נישט ווייל ער איז בעסער וואו טראמפ.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פרעזידענט האט געשריבן:באצאלט דורך מיר שטייער צאלער אריינגערעכנט טראמפ...

צאלט ער דען טעקסעס? :lol:

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:די אלע וואס זענען קעגן טראמפ וועלן נעמען איינעם, אפי' ער וועפט, נישט ווייל ער איז בעסער וואו טראמפ.

צ"ל ווייל ער איז אטאמאטיש בעסער ווי טראמפ
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

הענדימען האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:באצאלט דורך מיר שטייער צאלער אריינגערעכנט טראמפ...

צאלט ער דען טעקסעס? :lol:

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:די אלע וואס זענען קעגן טראמפ וועלן נעמען איינעם, אפי' ער וועפט, נישט ווייל ער איז בעסער וואו טראמפ.

צ"ל ווייל ער איז אטאמאטיש בעסער ווי טראמפ

נישט פארשטאנען.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:נישט פארשטאנען.

די שטארקע אנטי טראמפער האלטן אז ער איז שלעכט אין יעדן הינזיכט און אפילו או מאנקי איז בעסער פון אים סאו ס'איז נישט עכט שייך אז זיי זאלן וואוטן פאר איינעם "אפילו ער איז נישט בעסער"
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
sky
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:42 pm

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sky »

What is this?
IMG_20201002_092028.jpg
IMG_20201002_092028.jpg (16.24 KiB) געזען 946 מאל
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

רבותי, איך האב נישט גוט פאראויסגעשאצט אז ביידן וועט גיין צו א דיבעיט, און בין גראדע געווען סורפרייזד אז ער איז מער דא (ווען ער איז דא) ווי איך האב געמיינט (עפטער אול איך וואטש נישט קיין טעלעוויזשען און דאס וואס איך ווייס קומט בעיקר פון ליינען און הערן), אבער דאס מיינט נישט אז ער איז טאקע קלאר ביים דעת, ווי געזאגט, א צוגעגרייטע ספיעטש קען ער נאך זאגען, דעבאטירען אין א "קאנטראלירטע" אינווייראנמענט (100% פעיבארעבעל פאר אים) קען ער נאך אויך, כאטש ער ווייס נישט אלעמאל וואס ער איז, פרעזידנעט אדער סענאטאר, און ווי אויף דער וועלט ער געפינט זיך. מען רופט עס "עתים חלים עתים שוטה" און ער וועט זיין מער שוטה ווי חלים.

אלזא, היות עס זעהט אויס ווי דער פעלשונג איז געלונגען און ער וועט "פיגורירען" אלס פרעזדיענט, דערובער באניי איך נאכאמאל דאס אשכול און פרעג, ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

ער קען נאך דערווייל אינטערסיינען און וועט אלעס סיינען וואס דע גבאים ברענגען, אבער ווער וועט שטיין אינטער די גבאים? דער ווייס פרעזידענט לכאורה נישט, ווייל זי נעמט נאר איבער ווען מען דערקלערט אפיציעל אז דער פרעזדיענט איז "אינקאפעסיטעיטעד", איז דערובער דער שאלה, ווער יא?

א גוט שבת
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

צק
@ארענדאר
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שטומפיג האט געשריבן:צק
@ארענדאר

יא! שט(ומפ)י(ג)מט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

אזוי וויי איך בין זייער נייגעריג צו וויסען וויפיל איך בין געווען גערעכט, האב איך באמערקט דער פאלגענדע תגובה אין א אנדערע אשכול
נקדימון האט געשריבן:ביידען איז היינט געווען אויפן טעלעפאן מיט עטליכע וועלט פירער. טרודו פון קאנאדע, מערקעל פון דייטשלאנד, דזשאנסאן פון ענגלאנד און מארטין פון אירלאנד.

און געטראכט אז פיר פירערס האבן אים פערזענליך גערופען און מסתמא אויך עפעס געשמועסט און נישט נאר סתם אים גראטולירט, איז מיר געווען אינטרעסאנט וואס זיי האבען געהאט צו זאגען צו זייער שמועס און צו ער האט נאר מיט געשאקלט דער קאפ אדער טאקע מיט געהאלטען "אין גאנצען" דער שמועס, אלזא איז דאך דא דער פלאץ צו ברענגען אזעליכע זאכען וואס ווייזען מיט וויפיל ער קאלעכט יא אדער נישט.

פרעמיער טרודאו זאגט אז ער האט געשמועסט מיט ביידן עטליכע זאכען (ווי וועגן כינע) און נאכדעם פירט אויס אזוי:
Asked whether he thought Biden would put greater pressure on Beijing or possibly look to take an alternate approach to Huawei executive Meng Wanzhou’s extradition case during a Monday morning press conference, Trudeau voiced confidence about the role the Democratic administration will play

אינטערסאנט צו באמערקען (אויב עס זאגט אונז שוין עפעס) אז ער האט נישט געזאגט אז ער האט קאנפידענס אין ביידן, נאר אין זיין "אדמיניסטראציע". האט ער זיך פארעדט?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

פריים מיניסטער פון אירעלאנד האט אויך "געשמועסט" מיט ביידן, און א אינטרעסאנטע זאך האט ארויס גערינען אז
Mr Martin caused confusion earlier in the day when a post on his official Twitter account claimed that he had “just finished a very positive chat” with Mr Biden.

However, it emerged that the message was posted in error and that the phone was still being arranged.

The message was quickly deleted from social media but screen grabs of the deleted tweet were quickly shared on Twitter.

א "ווערי פאזיטיוו טשעט" ווען עס האט נאך נישט פאסירט. קשיא איז צו דער ווארט "טשעט" (א שמועס) איז צוגעגרייט געווארען פאראויס "אינעסענטלי"?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

צ/ק
אז לכאורה קען פירן די וועלט, קען ער נישט פירן א לאנד?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך וואלט געלאזט "זארג נישט" דאס פירן (מיט די הילף פון די טיפע שטאט, פארשטייט זיך)
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

צ.ק.

און ווער וועט פירן אויב ער קען ווען יא?
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איך געדענק ווען טראמפ האט געוואנען האבן זיך מענטשען געוויצעלט אז ער ווייסט נישט וואס צו טוען, ווייל ער איז געלאפען פאר זיין שטאלץ וכדו' ער האט אבער נישט געטראכט אז ער גייט עס טאקע מאכן, אזוי אויך איז ער געווען זייער שוואך אין אלע אנטקעטעס, און ער איז בכלל נישט גרייט דערויף. יעצט איז די זעלבע מעשה, די דעמאקראטען האבן געוואלט ארויסווארפען טראמפ אבער וועם האבן זיי אריינגעברענגט, איז ער דען טויגליך, איך וואלט נישט אויפגענומען איינעם אין די עידש און צושטאנט פאר קיין שום אחריות'דיגע פאסטען.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

מען קען מיך אלץ אריינרופן אויף מיין פרייוואטע נומבער, און איך וועל פרובירן צו זיך משתדל זיין און אוועקגעבן פון מיין טייערע צייט צו פירן דאס לאנד.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

חבקוק האט געשריבן:מען קען מיך אלץ אריינרופן אויף מיין פרייוואטע נומבער, און איך וועל פרובירן צו זיך משתדל זיין און אוועקגעבן פון מיין טייערע צייט צו פירן דאס לאנד.

אקעי מיין טוילעט איז צובראכען, דאס איז גאר א וויכטיגע אישו דא אין לאנד. פליז געב מיר דיין נאמבער און ווען די קענסט דא זיין עס צו פיקסען.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

לכאורה האט געשריבן:איך וואלט געלאזט "זארג נישט" דאס פירן (מיט די הילף פון די טיפע שטאט, פארשטייט זיך)

א יישר כח פאר אייער וואוט אוו קאנפידענס. ווען מיר זאלען עס פירען, וואלטן מיר דאס ערשטע זאך ארויס געווארפען די באמ'ס אין די סטעיט דעפארטמענט (ובלע"ז דיעפ-סטעיט) און אויך באזייטיגט אלע זייערע עסעטס (מאולס בלע"ז) אין אלע עדזענסיעס און געפירט דאס לאנד מיט א קיטשן קעבינעט אזוי ווי דער ערשטע פרעזידענט האט געטוהן.

פאר אמעריקע איז דאס דער גרעסטע פארלוס מיטען פארלירן טראמפ, וואס וואלט אין די נעקסטע פיר יאר זיך נוקם געווען אין זיינע באצווינגערס און געפורדשד די NSA, CIA, FBI, און אלע 21 פריוואטע עדזענסיס, און דער דורהעם ריפארט וואלט געווען דער סאמע ערשטע שריט. אזוי ווי אבער עס זעהט נישט אויס בדרך הטבע (א נס קען אלעמאל געשעהן) אז טראמפ זאל עס מאכען, דערובער וועט די דורהעם ריפארט מסתמא קיינמאל נישט ארויס קומען, און אויב יא, גלייך דערשטיקט, און די אלטע גווארדיע פון פאר דער פוטש אין וואשינגטאן מיט פיר יאר צוריק וועלען צוריק זיין צו זייערע מעשים טובים און אינטערדריקען די וואס האבען זיי צוריק געברענגט, און צום קעפל (דער וואס טראכט נאך מיטן קעפל) וועלן זיי "ווייטער" פירען דאס לאנד.

פאר אונז אידען איז דער פארלוס כפל כפלים שטערקער, ווייל צוריק מיט די סדום'ער מהלך וכו' וכו' וכו', ווי א סאך האבן שוין עס ארויס געברענגט דא הונדרעטער מאל, און דאס מאל האבען עס צוויי און זיבעציג מיליאן אמעריקאנער בירגער פארשטאנען (א אסטראנאמישען סכום נאכען האבן אלעס קעגן זיך חוץ די מענטשן) און געגעבען (נאר דערפאר) פאר טראמפ זייער שטימע. ב"ה פאר דעם אז אזוי פיל אמעריקאנער פארשטייען עס טאקע.

און יעצט צום ניק, טייערע ברידער זארגט ענק נישט, דער באשעפער פירט דער וועלט און לב מלכים ושרים ביד ה', און מיר דארפען מתפלל זיין אז דער באשעפער זאל האלטן זיין רעכטע האנט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

צ.ק.
וואס איז געבליבן, ווער גייט פירען???
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

טאמטי פאר מעיער...
ועלעכע?...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

tesla האט געשריבן:טאמטי פאר מעיער...
ועלעכע?...

כפארשטיי נישט דיין קישא!...
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: ווער וועט פירען דאס לאנד אויב ביידען וועט נישט קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

באטעמטקייטן האט געשריבן:
tesla האט געשריבן:טאמטי פאר מעיער...
ועלעכע?...

כפארשטיי נישט דיין קישא!...

וועלעכע שטאט...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”