999 סינדראם #3

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פאר אלעם, הייבט'ס נישט אהן צו שרייען און לינקעווען אז ס'איז שוין דא אזא אשכול, און אפילו צוויי, ווייל אזאנס ווי דעם איז נאכנישט דא!
היות ווי איין אשכול איז אויפ'ן 99 סינדראם, און די אנדערע אשכול איז אויפ'ן 99999 סינדאם, בעת ווען דער פאלגנדע אשכול באציהט זיך צו די 999 סינדראם, ויש לחלק בדוחק ודו"ק.


-----------------

זיץ איך מיר שוין א פאר שעה, און כ'ווארף מיר פאר שרעק. ס'דרייט זיך דאך ארום דא אויפ'ן ‏וועלטל א שרעקליכע סינדראם, וואס איז זייער אנשטעקיג, און טאקע בעיקר ביי מער עלטערע ‏ניקלעך, נעמליך דעם באקאנטן 999 סינדראם. אנאליזן און מחאות זענען שוין אפגעהאלטן געווארן ‏איבער דעם מחלה שוין ימים מקדם, און עדיין מרקד ביננו אט דעם מיסטעריעזן מחלה.‏

היינט אינדערפרי, געב איך בטעות אזא קוק אויף די לינקע זייט, און והנה איך זעה מיר מיט 999 ‏תגובות, א שאק און א שוידער האט מיר ארומגענומען! גיי איך אויך פארכאפט ווערן אין דעם ‏שרעקליכן אומהיילבארע מחלה, אדער העל איך עס אריבערשוויצן. אזש די פאניק אליינס האט מיר ‏אוועק גענומען די מעגליכקייט פון שרייבן!‏

שוין, אידאך באקאנט אז ווען איין חוש ווערט אפגעשוואכט, ווערט דער צווייטער שטערקער, איז ‏הגם נארמאל פיר איך מיך נישט צו נוצן דאס חוש המחשבה, בעת ווען איך ניץ דעם חוש ההאקעריי ‏אויף קיבערדל, אבער זייענדיג אזוי פאראליזירט, האבן זיך די רעדלעך אין מיין דזשעלי זיך ‏גענומען דרייען מיט אייפער און אימפעט.‏

נישט צו בטל'ן קיין צייט, האבעך מחליט געווען צו פרובירן אפצולערנען דעם מאדנעם סינדראם ‏לארכה ולרחבה ע"פ פשט וע"פ רמז, צו פארשטיין די צדדים און צדי צדדים פון דעם, ואולי ירחם אז ‏כ'וועל אפקומען מיט דעם, חז"ל זאגן דאך כל העוסק כאילו קיים ממש.‏

איז מיר געבליבן למסקנא אפצולערנען דעם סינדראם אויף דריי וועגן, וכל המוסיף מוסיפין לו.‏

א. כמות ואיכות
ס'דאך באקאנט (פאר וועמען ס'איז באקאנט) די חקירה פון הג"ר יוסף ענגיל זצ"ל, וואס איז ‏חשוב'ער ריבוי הכמות אדער ריבוי האיכות.‏
למשל, און לאמיר טאקע עס מאכן איינס מיטן נמשל. ‏
שטיי איך יעצט פאר די מעגליכקייט צו האבן לשמאלי דריי נומערן, וואס טראגן די העכסטע ווערד ‏וואס א נומער קען פארמאגן, נעמליך דריי ניינערס! ומצד שני האב איך די מעגליכקייט עס ‏אויפצוטוישן אויף פיר נומערן, אבער פיר נישטיגע נומערן, דהיינו דריי זיראו'ס מט איין איינסער.‏
יעצט שטעלט זיך די חקירה (מ'קען שוין דרייען מיט די פינגער) וואס איז חשוב'ער דריי ווערדפולע ‏נומערן, אדער פיר קליינע נומערן?, ובקיצור איכות אדער כמות?‏
בעצם אז מ'איז זיך מתבונן, איז דער חקירה תלוי אין א פלוגתא צווישן גדולי האחרונים, מצד אחד ‏האמיר דער בעל הסולם וואס טענה'ט חי וקיים אז דא אויפ'ן וועלטל איז אנגענומען אז איכות איז ‏חשובער, ומצד שני האבן מיר דעם ראש הקהל וואס טענה'ט אז כמות איז וויכטיגער.‏

ב. יחיד ורבים
לויט ווי דערמאנט אינעם פריערדיגן חקירה, האמיר דא פון איין זייט א מעגליכקייט צו האבן דריי ‏‏9'נערס, אדער האבן דריי זיראו'ס מיט אן איינסער. אבער דאס אלץ איז ווען מ'קוקט אויף יעדן ווי א ‏יחיד, יעמאלט איז דא א צד אז דריי ניינער'ס זאלן זיין מער ווי די פיר אנדערע נומערן. ‏
אבער ווען מ'קוקט אהן אלעס מיט א כלליותדיגע בליק, זענען די נישטיגע נאמבערס מער ווי די ‏פרעסטיזשפולע ווערטפולע נאמבערס!‏
אין אן אנדערע שפראך ווענד זיך עס צו מ'קוקט אויף כח היחיד, און די דריי ניינערס קענען זיך ‏הייבן די קעפ, אדער כח הרבים איז עדיף און מיט א פאראייניגטע כח זענען די זיראו'ס מיט'ן ‏איינסער בראש מאכטפולער.‏

ג. גברא וחפצא
איצטער העמיר ברענגן נאך א מהלך, וואס איז אחד שהוא שתים, סידאך ידוע וואס חז"ל זאגן אז ‏העולה לגדולה מוחלין לו כל עוונותיו. הגם כ'ווייס נישט צו ס'גייט אויך אן אויף העכערונג אין ראנגן ‏אויף דעם וועלטל, עכ"פ לגבי די עוונות דא אויפ' וועלטל ווערט עס עכ"פ מחול ווען מ'העכערט זיך ‏אין ראנג, און אפילו דערוילעם איז נישט מסכים מיט די מחילה, געבט עס כאטש א מעגליכקייט זיך ‏אליינס מוחל צו זיין אויף שלעכטע תגובות דא אויפן עולם הזה.‏
קומטעך אויס אז וואס לענגער מ'ווארט מיט עלייה לגדולה, קעמען אריינכאפן מער עבירות, ‏אראפצו-ווישן מיט'ן עליה, אבער מצד שני זאגן דאך חז"ל אחטא ואשוב אין מספיקין בידו, און אפשר ‏איז עס שייך אויך דא.‏

וראיה לדבר, פון כמה וכמה ניקלעך, וואס האבן טאקע פרובירט צו ווארטן, און ס'איז מקויים ‏געווארן דעם אין מספיקין לעלות לגדולה, און זיי זענען געבליבן ביים אלטן מיט זייערע שטאלצע ‏ניינערלעך!‏

איייייי העטעטץ פרעגן, ווי אזוי קען מען אריינכאפן נאך עביירעלעך ווען דער ניק שטייט פארהאקט ‏מיט די ניינערלעך, און איין עבירה איז מסוגל קאליע צו לייגן די גאנצע פלאן. העליך מגלה זיין א ‏סוד שאין מגלין אלא לצנועין, אז ס'איז דא אזא זאך ווי דאפלטע ניקס! ס'פארהאן אזוינע וואס ‏פארמאגן מער ווי איין ניק אין זייער באזיץ!‏

אבער יעצט ווערן מיר פארפלאנטערט אין א פרישע חקירה! דהיינו, צו די עליה לגדולה פון איין ניק ‏איז חל נאר איוף דעם ניק וואס אונטער זיין זייגער האט מען אנגעקאטשקעט די אלע תגובות, אדער ‏איז עס חל אויף אלע ניק'ן וואס געפונען זיך אונטער דעם בעל הבית.‏

ובדרך הלומדות, איז דאס תלוי אין אנאנדערע חקירה פון הגר"י ענגיל, דהיינו צו די מחילה פונעם ‏עליה לגדולה איז חל אויפ'ן חפצא פונעם ניק, אדער אויפ'ן גברא? און וואס טוט זיך ווען דער גברא ‏איז אליינס א חפצא? ויש להאריך בזה עוד ועוד.‏

והעולה למסקנא
אין די ערשטע חקירה, אידאך בכלל נישט קיין שאלה, אז כבר הורה זקן, ה"ה ראש הקהל המיועד ‏דעולמנו, אז דער כמות וועגט איבער דעם איכות, וממילא איז סאך חשוב'ער צו האבן פיר ביליגע ‏נומערן, ווי די דיי שטאלצע ניינער'ס.‏

איצטער די צווייטע חקירה, הגם וואס מ'האקט און מבראקט ארום לעצטנס מיטןכח היחיד, למעשה ‏גייט דער כח הרבים אהן מיט'ן גרעסטן אימפעט, ממילא מיט פאראייניגטע כוחות זענען די פיר ‏ביליגע נומערן מער ווערד ווי די דריי ווערדפולע!‏

און לגבי די דריטע, בינעך געבליבן טאקע מיט א תיקו.‏

למעשה, העמיר ברעכן דעם אייז אין פארשיקן די ניינערלעך אויף אן אמבאשטימטן ארט, און ‏האפנטליך העמיר זיך צוריק זעהן מיט זיי אינגיכן ביי 1999 אנס"ו.‏


שרייט'ס אלע צוזאמען כָאֵאֵאֵ֫לֶה, אופס, כ'מיין צו זאגן וְאֶת הָאֶֶ֜לֶף
לעצט פארראכטן דורך אוראייניקל אום זונטאג יולי 12, 2020 2:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אייזן פיין! דאס בעלאנגט אין קרעטשמע נישט אין פארברענגען...
איין הערה הרב אור אייניקל, "העמיר זיך צוריק זעהן מיט זיי אינגיכן ביי 1999" צ"ל 9999!

כ'האב מיר דערמאנט דעם ארטיקל היינט ביים ליינען... לדאבוננו האט אבער דער בעל קורא אפגעכאפט דעם כאאאלה און די גאנצע סמעדרעש איז געבליבן מיט אפענע מיילער ה"י...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

גאר פיין!
(חוץ איין פיצי טעות.. אבער שוין.. העמער יעצט נישט אריינגיין...)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:גאר פיין!
(חוץ איין פיצי טעות.. אבער שוין.. העמער יעצט נישט אריינגיין...)

כ'וואלט עס אפשר פאראכטן, אבער וואס זאל איך טוען אז אונזער ראש הקהל (אופס, נאכאמאהל...) האלט נישט פון טוישן.
שוין העט עס מוזן בלייבן אזוי!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

פיינע נייעס דעס!

אבער אויב האלט איך אז דו כמות איז וויכטיגער, יעמאלט לאמיר געבן א קליק אויפן שיק קנעפל וועט די כמות ארויף פארן... אבער אויב דארף איך מער איכות, זאל איך דאס שיקן?

איז נמנו וגמרו נוח לו לאדם להרבות בכמות שהוא איכות..... און געגאנגען


שיק.....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

הרב.PNG
הרב.PNG (31.24 KiB) געזען 1089 מאל
נו טאקע, וואס וועט זיין אז די תגובה איז 1999.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

וואס זאגט די דאקטאר?
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

פארגעסען צו באדאנקען פארן פותח האשכול, בעצם בין איך אריין דא אן פלאנען זיך וויסענדיג צו מאכען פון די לאנגע דרשה נאר שרייבען מיין ווייטוג אפי' איז נישט לעניינו, ווייל סוף סוף הייבט דאס די תגובות פונעם אשכול, "און דער כמות אידאך וויכטיגער פון איכות".

אבער בין שוין דא לאמיך דיר זאגען האסט דעליווערט א שיין שטיקל.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:נו טאקע, וואס וועט זיין אז די תגובה איז 1999.

דאס איז שוין צו א שווערע נידון, כ'העל עס מוז'ן לאזן פאר'ן מרא דאתרא אדורך צוטוהן...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

סטוושינער
5999
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אני הקטן 499
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ניין און יא האט געשריבן:אני הקטן 499

כשטעלדער אויפן חזקה...
ס'מסתם נאר די העדר קודם להויה...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
ניין און יא האט געשריבן:אני הקטן 499

כשטעלדער אויפן חזקה...
ס'מסתם נאר די העדר קודם להויה...

שששששששששששששששש
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

וואסדי שישקעריי?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

ניין און יא האט געשריבן:אני הקטן 499

איך האף אז ס'קומט א גוטס!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואסדי שישקעריי?

סטעי טונד.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מארעץ האט עפעס אינסייד אינפא...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מארעץ האט עפעס אינסייד אינפא...

ביסט יעצט געוואויר געווארן?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ניין
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ר'שרייבטעך קלאר א שכח נ'יעדע פאעט...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ניין און יא האט געשריבן:אני הקטן 499

נאמאר
מותר לך
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:37 pm

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מותר לך »

איך גיי יעצט ארויס פון דעם!
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

איינער האט אפשר געזעהן דא חבקוק?
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: 999 סינדראם #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

סיז מסודר האט געשריבן:איינער האט אפשר געזעהן דא חבקוק?

כאמור במז"ט אשכול, עריניש דא.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קומיר ווידער אן אין די לאפעס פון דער סינדראם....

בררררררר
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”