זאכן וואס מאכן מיך וויינען
אחראי: אחראי
זאכן וואס מאכן מיך וויינען
שוין א וויילע וואס איך דריי זיך ארום מיט א געדאנק צו גרונדן אזא סארט אשכול, און יעצט איז עס אונטערגעקומען.
וויאזוי זאגט דער עולם דא לעצטנס? "ברוכים הבאים"...

עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
עס זענען דא זאכן וואס קענען מיך אימער מאכן אויסברעכן אין א געוויין, נאכדעם זענען דא זאכן וואס פון מאל צו מאל קען דאס גורם זיין א בכיה.
איינע פון די זאכן וואס מאכן מיר שטענדיג וויינען, איז...
- זעהן א קינד שלאפן זיס
איינע פון די זאכן וואס מאכן מיר שטענדיג וויינען, איז...
- זעהן א קינד שלאפן זיס
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
לכאורה האט געשריבן:שוין א וויילע וואס איך דריי זיך ארום מיט א געדאנק צו גרונדן אזא סארט אשכול, און יעצט איז עס אונטערגעקומען.
וויאזוי זאגט דער עולם דא לעצטנס? "ברוכים הבאים"...
די אלע מינע אשכולות זענען געווענטלעך געעפנט דורך מנהלים אדער אחראים
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
אבער וואס ברענגט מיך צו גרונדן דעם אשכול פונקט יעצט, איז צוויי עפיזאדן וואס איך האב מיטגעלעבט היינט צופרי.
1) א בחור'ל איז אריינגעקומען צו מיין דאווען צימער, זיך געשטעלט צוויי טישן פארנט פון מיר, אנגעטוהן די תפילין, און במשך די גאנצע צייט וואס ער איז דארט געווען (גראדע נישט צו לאנג, ער איז אריינגעקומען בערך ביי שמונה עשרה און ארויס בעפאר עלינו) איז ער געווען פארנומען - סאבקאנטשעסלי, או.סי.די. סטיל - צו פארריכטן דעם תפילין של ראש, דעם קאפל, און אויסטוהן און אנטאן דעם הוט
עס איז נישט דאס ערשטע מאל איך האלט מיט ווי דער בחור'ל מוטשעט זיך נעבעך מיט זיינע פראבלעמען, אבער איך האב עס ממש נישט אויסגעהאלטן און געמוזט וויינען אויף זיין ביטערע מצב.
2) נאכ'ן דאווענען טרעף איך אן אייניקל פון א איד וואס איך ווייס אז ער ליידט שוין חדשים לאנג פון די קאראנע ווירוס אבער גייט ב"ה צוביסלעך צו בעסערונג. פרעג איך אים "איז דא עפעס נייעס ביים זיידן?"
ער זאגט מיר אז יא, ב"ה, ער ווערט בעסער און בעסער. ער קען נאכנישט רעדן, צוליב די 'טרעיק', אבער ער קען שוין שרייבן.
ער פירט אויס "ער האט שוין אפילו געבעטן א הגדה און א מחזור"...
איך וויין נאך יעצט!
טראכט אריין, דער איד איז שוין פארשלאפט זינט אדר, גאנצע דריי חדשים פארלאפן אויפ'ן קאלענדער בשעת ער ליגט בין שמים לארץ, און יעצט האלט ער אינמיטן לאנדען ב"ה, אבער ער מיינט נאך אז מיר שטייען אין די טעג בעפאר פסח.
וויינט מיט מיר פאר אלע חולי ישראל.

לכאורה האט געשריבן:אבער וואס ברענגט מיך צו גרונדן דעם אשכול פונקט יעצט, איז צוויי עפיזאדן וואס איך האב מיטגעלעבט היינט צופרי.
2) נאכ'ן דאווענען טרעף איך אן אייניקל פון א איד וואס איך ווייס אז ער ליידט שוין חדשים לאנג פון די קאראנע ווירוס אבער גייט ב"ה צוביסלעך צו בעסערונג. פרעג איך אים "איז דא עפעס נייעס ביים זיידן?"
ער זאגט מיר אז יא, ב"ה, ער ווערט בעסער און בעסער. ער קען נאכנישט רעדן, צוליב די 'טרעיק', אבער ער קען שוין שרייבן.
ער פירט אויס "ער האט שוין אפילו געבעטן א הגדה און א מחזור"...
איך וויין נאך יעצט!
טראכט אריין, דער איד איז שוין פארשלאפט זינט אדר, גאנצע דריי חדשים פארלאפן אויפ'ן קאלענדער בשעת ער ליגט בין שמים לארץ, און יעצט האלט ער אינמיטן לאנדען ב"ה, אבער ער מיינט נאך אז מיר שטייען אין די טעג בעפאר פסח.
וויינט מיט מיר פאר אלע חולי ישראל.
איך האב געהערט פון אפאר מענטשן וואס האבן זיך אויפגעוועקט א חודש צוויי נאך פסח און געבעטן מצה
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
@לכאורה, שוידערליך!
א קדיש פון א קינד מאכט מיר וויינען.
א חופה
זעהן רב הירש צוגרייטען פאר אידען דעם שבת קודש.

שרייב שוין עפעס
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 16856
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
א גוטע געדאנק דער אשכול
ווען איך לייען א ארטיקל וואס איז געשריבן געפיליש, וויין איך אסאך מאל
בפרט די מעשיות וואס אנטהאלטן סאושעל דיסעפוינטמענטס, יתמות (נאך מער לעבעדיגע יתמות) וכדו'

נאך אזאך וואס מאכט מיך וויענען, האבעך לעצטנס באמערקט,
ווען איך זעה די חתן זיצט נעבן די כלה ביי מצווה טאנץ, קאסט דאס מיר יעדעס מאל אפאר טרערעלעך,
-----------
אויך איינמאל האב איך מיטגעהאלטן ווען די זיידע פון די כלה (וועם איך קען פרעזעהנליך, און איז נעבאך דייעגנאוזט געווארן ל"ע) (איך בין געוועהן פון די חתן זייט א קרוב) האט געענדיגט מצווה טאנץ, האט די כלה איהם אנגעווינטשן, כ'האב געמוזט ארויסלויפן פון זאל פאר כ'האב אויסגעבראכן מיט א געוויין!

-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6441
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
יעדע געפילישע ארטיקל מאכט מיינע באקן נאס.
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
מטעמים האט געשריבן:@לכאורה, שוידערליך!
א קדיש פון א קינד מאכט מיר וויינען.
א חופה
זעהן רב הירש צוגרייטען פאר אידען דעם שבת קודש.
אה, כ'האב הנאה, דער עולם קומט אריין צוביסלעך
- קדיש פון א קינד, אדער טאקע מערערע קדישים אויף איינמאל - ווי אין יעצטיגן סעזאן ליידער
א חופה איז טאקע א טריגער, אבער צומאל אויך --
- ווען דער חתן קומט אריין און די נאנטע קרובים, טאטע, זיידע, שווער, וכו', נעמען אים ארום מיט א צירקל און מען טאנצט מיט רויע געפילן
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען
- גרויסע עם הארץ
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8769
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- לאקאציע: אייוועלט
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
צ׳׳ק ווען איינער וועקט אויף מיינע געפילן
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אין א שיינעם העלן טאג...
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דעס מאכט מיך אייביג ווייענען
הרג'סט מיך...
"דער בריוו טרעגער" תנועה איז אן ערנסטע טרערן-טריגער
לאמיר צולייגן אויך
- אהבה רבה ניגון
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2093
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
צ"ק
ווען איך זעה א בחור'ל וואס בלאנדשעט כשה אובד ל"ע, און דער טאטע שטרענגט זיך אן חוץ לדרך הטבע ווייטער צו משפיע זיין אהבה וקירוב פארן קינד.

קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:נאך אזאך וואס מאכט מיך וויענען, האבעך לעצטנס באמערקט,
ווען איך זעה די חתן זיצט נעבן די כלה ביי מצווה טאנץ, קאסט דאס מיר יעדעס מאל אפאר טרערעלעך,
אפשר דארף מען מאכן א באזונדערע אשכול אויף "ביאורים" אויף "זאכן וואס מאכן מיך וויינען" אשכול... אבער דערווייל וועל איך שרייבן דא:
עס איז מעגליך אז דיין טריגער איז, ווייל דו דערמאנסט דיך די זיסע מינוטן ווען דו ביסט דארט געזעצן, און דו בענקסט זיך צוריק צו יענע געשמאקע מאמענטן ווען כל העולם כולו כדאי הוא לו, מען ווערט ארומגעפירט כמלך בגדוד, מלך ביפיו תחזינה עיניך, מ'שוועבט אין אנדערע אטמאספערעס
און דאן געבסטו זיך א וועק אויף צום רעאליטעט, אז דאס לעבן איז נישט אלעמאל שמעקעדיגע רויזן, און דו הייבסט אן רחמנות באקומען אויף דעם פרישן פארפאלק וואס שמייכלט צו די וועלט און די וועלט שמייכלט צו זיי, דו ווילסט זיי ווארפן א פריינטליכע ווארנונג פונדערווייטנס: 'פסס, פסס, כאפ אריין ווילאנג די וועלט לאכט ארום דיר, עס האלט נישט אן אויף אייביג, איך קום שוין פון דארט'
(כ'סאונד שוין ווי 'נשמה'?)
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען
Re:
סטיטשינער האט געשריבן:צק
גארנישט.
עפעס Wראנג מיט מיר?
גארנישט? פרוביר דיך צו דערמאנען (א פראסק פון א רבי? דיין אייגענע חופה? געבורט פון א קינד?)
---
- א לוי' פון א אינג בחור'ל רח"ל
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען
- סטיטשינער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14944
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
לכאורה האט געשריבן:כאניש וואס צו טון האט געשריבן:נאך אזאך וואס מאכט מיך וויענען, האבעך לעצטנס באמערקט,
ווען איך זעה די חתן זיצט נעבן די כלה ביי מצווה טאנץ, קאסט דאס מיר יעדעס מאל אפאר טרערעלעך,
אפשר דארף מען מאכן א באזונדערע אשכול אויף "ביאורים" אויף "זאכן וואס מאכן מיך וויינען" אשכול... אבער דערווייל וועל איך שרייבן דא:
עס איז מעגליך אז דיין טריגער איז, ווייל דו דערמאנסט דיך די זיסע מינוטן ווען דו ביסט דארט געזעצן, און דו בענקסט זיך צוריק צו יענע געשמאקע מאמענטן ווען כל העולם כולו כדאי הוא לו, מען ווערט ארומגעפירט כמלך בגדוד, מלך ביפיו תחזינה עיניך, מ'שוועבט אין אנדערע אטמאספערעס
און דאן געבסטו זיך א וועק אויף צום רעאליטעט, אז דאס לעבן איז נישט אלעמאל שמעקעדיגע רויזן, און דו הייבסט אן רחמנות באקומען אויף דעם פרישן פארפאלק וואס שמייכלט צו די וועלט און די וועלט שמייכלט צו זיי, דו ווילסט זיי ווארפן א פריינטליכע ווארנונג פונדערווייטנס: 'פסס, פסס, כאפ אריין ווילאנג די וועלט לאכט ארום דיר, עס האלט נישט אן אויף אייביג, איך קום שוין פון דארט'
(כ'סאונד שוין ווי 'נשמה'?)
you nailed מיינע געפילן צום פינטל, אבער אנע טרערן.
"האבן ענק געטוישט וועש ווי מען האט ענק געהייסן?"
"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"
"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"
- גרויסע עם הארץ
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8769
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- לאקאציע: אייוועלט
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
סטוטשי, ס׳וועט קומען א צייט וואס די וועסט קענען וויינען
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אין א שיינעם העלן טאג...
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
(וויינען מיינט נישט אלעמאל מיט טרערן, מ'קען זיך סתם אזוי געבן א צוכליפעץ און געגאנגען ווייטער)
- א קינד'ס וויינען נאכ'ן ברית
- א קינד'ס וויינען נאכ'ן ברית
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען
- סטיטשינער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14944
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
לכאורה האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן:צק
גארנישט.
עפעס Wראנג מיט מיר?
גארנישט? פרוביר דיך צו דערמאנען (א פראסק פון א רבי? דיין אייגענע חופה? געבורט פון א קינד?)
---
- א לוי' פון א אינג בחור'ל רח"ל
זאכן וואס האבען מיך געמאכט וויינען ? אויף דעם קען מען אנפילען בלעטער... אבער נישט אין די אשכול...
גראדע ביי מיין חופה האב איך ממש שלא כדרכי געוויינט ווי א בעיבי. כידוע איז ראפשיצער רב נישט געגאנגען צו א חופה פאר די חתן האט געלאזט טרערן, און מיין רבי האט געמאכט א גוטע דזאב פון דעם....
"האבן ענק געטוישט וועש ווי מען האט ענק געהייסן?"
"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"
"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
זיך דערמאנט נאך א שטארקע זאך ביי מיר
- א הכנסת ספר תורה (סיי ווען, סיי וואו, דאס זעהן אידן טאנצן אויף די גאס מיט א ס"ת)
- א הכנסת ספר תורה (סיי ווען, סיי וואו, דאס זעהן אידן טאנצן אויף די גאס מיט א ס"ת)
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען
- גרויסע עם הארץ
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8769
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- לאקאציע: אייוועלט
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
לכאורה האט געשריבן:(וויינען מיינט נישט אלעמאל מיט טרערן, מ'קען זיך סתם אזוי געבן א צוכליפעץ און געגאנגען ווייטער)
- א קינד'ס וויינען נאכ'ן ברית
(ס׳דא מענטשן וואס האבן זייער טיפע געפילן אבער זיי זענען געווארן מיט די יארן [געווענדליך צווישן די יארן וואס די מענשט דיוועלאויפט זיך - אלץ קינד / ימי הבחרות] אזוי אביוזד אז זיי טראכטן אז זיי זענען נישט קיין געפילישע מענטשן. אבער מיט די צייט מיט אביסעלע ארבעט קען מען ארויסנעמען די אלטע זאכן וואס האבן פארטעמפט די געפילן און פילן געהעריג אזויווי יעדעם)
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אין א שיינעם העלן טאג...
- גרויסע עם הארץ
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8769
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- לאקאציע: אייוועלט
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
לכאורה האט געשריבן:זיך דערמאנט נאך א שטארקע זאך ביי מיר
- א הכנסת ספר תורה (סיי ווען, סיי וואו, דאס זעהן אידן טאנצן אויף די גאס מיט א ס"ת)
כמיין אז די ליסט פון זאכן וואס מאכן דיר נישט וויינען איז קלענער וואו די וואס מאכן דיר יא וויינען
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אין א שיינעם העלן טאג...
Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען
לכאורה האט געשריבן:זיך דערמאנט נאך א שטארקע זאך ביי מיר
- א הכנסת ספר תורה (סיי ווען, סיי וואו, דאס זעהן אידן טאנצן אויף די גאס מיט א ס"ת)
געמיינט אז נאר איך בין אזוי
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נו גוט נו שוין און איין גאסט