שר חמש מאות - שמחי

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

לרגל מיין שר חמש מאות זיך הייבן,
כמנהג המקום וועל איך זיך דא צוזאמקלייבן,
אפאר שורות וויל איך דא פארשרייבן,
עס זאל אויף אייביג פארבלייבן.

אין גראמען בין איך זייער שוואך,
דאס איז בכלל נישט מיין פאך,
איך טוה דאס נישט קיין סאך,
איך קען שוין בעסער פון דעם שפילן שאך.

בעצם האב איך טאקע גארנישט געפלאנט,
צו שרייבן היינט,
דא אויף דעם זייט,
פון דעם אייוועלט בלאט.

אבער למעשה האט אנדערש פאסירט,
און איך האב מיך פארלירט,
און זיך געטראפן זינגען א ליד,
אויף דעם וועלטליכע איד.

וואס זאל איך זאגן אייך מיינע גוטע פריינט,
איך זע נאר ווי אלעס דא עס שיינט,
און דעם טינקעלן דור אזוי ווייט,
איז נאך דא א הייליג ווינקל ווי עס לייכט.

די שווארצע געוועב איז גאר גרויס און ברייט,
אלץ איז דא נייעס אפילו ווען עס שנייט,
יעדע מאל פרישע שטותים איבערגעקייט,
עס איז נישט דא קיין ענדע צו די געוועב'ס נידערטרעכטיקייט.

אזויפיל אידן שלא מרצונם אזוי ווייטע פארפאלן,
צוקלאפט און צוזעצט פון אלע זייטן באלן,
אריינגעכאפט אין די נעץ'ס פאלשע שטראלן,
און פארשוועמט אין די ווילדע שטורמישע וואלן.

א אידיש קינד טרעפט זיך אויף די פילע זייטלעך,
עס איז צו א אידיש נפש אזוי פיינטליך,
אבער א איד דארף דאך מאכן פרנסה און האבן פילע געלט בייטלעך,
און היינט גייט אלעס אויף די ווירטואלע שאכטלעך.

אבער א פינק פון העלדישע אידישקייט,
טרעפט מען אין איין זייטל אזוי בא'חנ'ט,
יא, די פשוטע ווערטער פון הארץ ארויס דא מען שרייבט,
פיל מיט הארץ און געפיל אזוי באטעמ'ט.

צענזור ארויף צענזור אראפ נאר אזעלכע פראבלעמען,
די הנהלה דא האט נישט וואס זיך צו שעמען,
און אפילו צומאל מען רעגט זיך דערויף מיינט מען בכלל נישט צו בלעמען,
ווייל נאר אזוי קען מען האבן אזא ריינע ארט עס זאל נישט אויסקוקן ווי בעהמען.

קרעטשמע, פארברענגען, וועלטליך, נייעס און ידיעות התורה,
כי טוב סחרה מכל סחורה,
אויף דעם ארט קען מען זאגן חיים לנו עוז ואורה,
דא קען א ערליך א איד ארויפקומען אן קיין שום מורא.

דור הולך ודור בא אויף דעם פלאץ,
יעדער מיט זיין שיינקייט און זיין געווענטליכע זאץ,
אלעס ווערט דא סערווירט אויף א גאלדענעם טאץ,
מיר האבן דא אפילו אזא ניק וואס איז שאץ מאץ.

בפרט דא אין פארברענגען,
דא לאזט מען קיינעם קיינמאל נישט הענגען,
מען טוט דא פאר יעדעם א גוט ווארט שענקען,
און אז מען גייט אוועק פון דא א טאג טוט מען זיך שוין אהער בענקען.

א יעדע איד קען שטענדיג פארנעמען און נוצן א גוט ווארט,
ער האט אייביג פאר דעם אין זיין הארץ א ארט,
עס איז מער ווערט ווי א גרויסן געבורטסטאג טארט,
מען בעט נישט צופיל נאר שענק אים א גוט ווארט דארט.

דער ארט דא איז א זעלטענהייט,
און מען דארף אנהאלטן דעם לאנגן קייט,
עס זאל שטענדיג שיינען און זיין א שיינקייט,
און עס זאל דא חלילה נישט זיין קיין אפארטהייד.

יעדער זאל ווערן אויפגענומען שיין,
קיינמאל קיינעם נישט זאגן ניין,
אמאל ראטעוועט'סטו איינעם פון ווייט אוועקגיין,
שטרענג דיך אן און זאג 'דו ביסט אזוי פיין'.

ווערטלעך און פרייליכע ווערטער איז די שענסטע זאך,
דאס צו קענען טון דארף מען זיך נישט לערנען א פאך,
אז דו מאכסט יענעם געבן א לאך,
איז עס אן א שיעור ממתיק די חרון אף,

זאל יעדער איד דא זיך פילן די פלאץ,
און נישט פארקערט חלילה קיין האס,
און קיינער זאל צוליב מיר נישט מאכן זיין קישן נאס,
נאר מען זאל שטענדיג זען נאר ווייס.

די דאזיגע שורות איז ארויסגעקומען פון אינטער מיין פענע,
עס קוקט באלד אויס ווי די צאינה וראינה,
און עס האט א פנים ווי יענע,
אבער דאך איז עס כאטש עפעס און נישט א אפגעשיילטע בענענע.

איך בין נישט קיין גראמער און בדחן,
איך שרייב קיינמאל אין קיין ירחון,
אבער דאך בעט איך מען זאל די דאזיגע שורות נישט אוועקווארפן,
און נישט מיינע ווערטער גענצליך אוועקמאכן.

איך בין טאקע געווארן א שר חמש מאות,
הגם איך פארשטיי נישט וואס איז די גרויסע נייעס,
אבער כאטש טראכט איך אז צווישן מיינע תגובות איז אויך געווען פאר יענעם גוטע דעות,
און חלילה קיינעם נישט מצער געווען וואס דאן איז וויי איז.

אויב האב איך אביסל איינעם מיט א גוט ווארט באקרוינט,
דאן האט זיך אלעס געלוינט,
און גוט אז איך האב נישט מיינע תגובות אפגעשוינט,
און מיט שטאלץ קען איך זאגן דא א איד וואוינט,

טייערע ברודער דא אויפן געוועבל,
איך וויל זיין מיט ענק דא ווי א שטיק מעבל,
צוזאמען זיצן שטענדיג אין פרידן ביי איין טעיבל,
און צוזאמען גיין קעגן דעם גרויסן גואל.

אייער פריינט
שמחי
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

קיין איין תגובה נישט געמעקט!!!

מזל טוב! מזל טוב! כן ירבו, און אזוי שנעל ווי דו שפרינגסט אויפן לייטער דא.., אזוי שנעל זאל דיין באנק אקאונט וואקסן.
און זאלסט ווייטער קענען ברענגען א שמייכל אויפן פנים פון אידישע קינדער.


קענסט שוין אנפאנגען שרייבן פארן טונזענטער, קומט בקרוב ממש.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קודם מזל טוב, באלד גיימער ליינען אי"ה
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דו שרייבסט אזוי לייכט, ממש ווי ס'רעדט זיך!

איך האב מיר נאר אביסל "פארלוירן" ווען דו האסט זיך "פארלירט"...

אדער דען דעט איז געווען א פלעזשער צו ליינען...

און מזל טוב צו דיין חמש מאות!
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

WOW!!!!
קיפ אן!
נישט געטראפן א בעסערע עמאודזשי ווי דעם!
אטעטשמענטס
16792.png
16792.png (16.48 KiB) געזען 432 מאל
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין געשריבן ר' שמחה
דו שרייבסט דאך ווי א ממחה

דיינע תגובות איז זיך צום באלעקן
זעסט דאך קיין איינס נישט געטון מעקן...

מזל טוב צו דיין הויעך ראנג
זע אבער דאס זאל נאר זיין א דורך גאנג

ווייטער נאר שטייגן העכער
און זע צו מאכן זעכער

נאר שרייבן וואס א שמייכל קען ברענגען
די אלע אנדערע זאכן לאז הענגען

איך ווינטש דיר אבער פריוואט
אז שרייבן דא זאלסטו מער נישט האבן קיין צייט...

זאלסט מיט פרנסה זיין פארנימען
מליאנען אין באנק אריין שווימען....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מזל טוב!!!
מצוה גדולה ליהות עם ר' שמחה תמיד.
איר זענט די באדייט פון פרישקייט! האלטס אונז אלע יונג.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

שכויעך סטיטשי, בלא בלא, מחשב נו גוט נו שוין, ו פאר די שיינע תגובות צו מיר.בראשם אלטער, פאר די הערליכע גראמען צו מיר, wow, אזוי שיין, עס שטעלט אין שאטן מיין גאנצע גראמעריי....
גיי מיר ווייטער אי''ה, ווי אלע האבן פה אחד געזאגט דא.
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

מזל טוב
#500
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

מזל טוב
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

אזוי זיכענדיג איז מיר ארויף געקומען אלטע זכרונות.....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

אלטער האט געשריבן:אזוי זיכענדיג איז מיר ארויף געקומען אלטע זכרונות.....

זיכענדיג וואס ?
הצלחה
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

אין בעסמענט
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אוי, די ברענגסט מיר ארויף טרערן דערמיט.
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

נ'אפשר דאך קעמענעם צוריק ברענגען
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שר חמש מאות - שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

הערשט יעצט באמערקט. מזל טוב שמחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”