עצות: וויאזוי דרייט מען זיך ארויס פאר פסח פון הויז? (אפדעיט)

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

עצות: וויאזוי דרייט מען זיך ארויס פאר פסח פון הויז? (אפדעיט)

תגובהדורך אלטעבחורל » מאנטאג מארטש 31, 2008 1:06 pm

נישט פאר קיין שוואכע הערצער (פרויען)... [קרעדיט יגר'תי מצאתי]

וואס טוט מען, איך גלייב אז יעדער האט דער פראבלעם, אדער דומה צו דעם פראבלעם. מאנכע זאגן אז דאס איז נישט קיין פראבלעם, אבער לויט די גירסא אז עס איז יא טא וואס טוט מען?

וועלן מיר דא פרובירן צו ברענגן עצות וואס איז דורך ביי די ניו יארק סיטי קאוד. אין עס ארבעט ערשט קלאסיג.

עצה נומ. 1: למשל פארגאנגענ'ס מוצ"ש האט מען מיר געבעטן אז איך זאל מיר גיין נעמען רייבן א ריינער לייכטער אין עס פסח'דיג מאכן וואטס פעלט עס אויס? אבי מיר געבן ארבעט [ביי די וועי אן אלטער מחלוקה, וויאזוי זאגט מען - פסח'דיג אדער פסח'יג. העמער נישט אריינגיין דערינען איצט, עס קען נאר פארשפילן די צייט חלילה, אין יודישע קינדער ווארטן אויף די עצות, ווייל עס איז שוין ממש קלאטץ הנפש).

וואס טוט אלטער, פסח'דיג מאכן? או נאו! נישט פאר מיינע נערווען, געב מיר אן אפשען פון קייען ניסלעך פאר א שטונדע איז מיר בעסער ווי רייבן א קלינע לייכטער מיט א לעכערדיגער שמאטע. אבער אז מען בעט, קען מען דען אפזאגן?

בסדר! איך זעץ מיך על הלייכטער וה'שמאטע, מגיימער באווייזן א זאך וואס איז נגד הרצון של ה'נערווען.

איך פוץ אין קריץ, אלעס איז שוין אויסגעקריצט, ארבעט וואס עס קען ווען נעמען א צען מינוט אויפן זייגער, האב איך געמאכט אין א שעה צען מינוט! גאנץ שנעל הא? אהה ווענדט זיך פאר וועם. (איך גלייב אז אויב אנדי זעצט זיך צו געט ער א קלאפ מיט די צוויי הענט עי' בילד מ'אנדי - אין פארטיג). איך געב א קוק אויפן זייגער, שוין דורך גענוג לאנג? יעפפפס, מגיימער ווייזן די אויסגערייניגטן לייכטער'ל, וואס איז געווען די רעאקציע פונעם ארבעט געבער?

זאגט זי מיר אזוי: עההה אלטער דאס איז נישט פאר דיר, דו גיי בעסער אריין אין קרעטשמע אין טו וואס דו האסט צו טוען.

כך הווה דער עצה האט געארבעט שטוינענד גוט. מען האט מיר אויסגעלייזט, דאונט וואטרי מארגן איז אודך מיט'ן זעלבן וויץ, עעעם אלטער מדארף מאכן פסח'דיג - פסח'יג, אבער פאר דערווייל איז דאס געווען גענוג.

*

יעצט ווער עס האט עפעס עצות זאל ביטע מעלדן דא, אין מען וועט פרובירן צו אפדעיטן דעם עולם דא
לעצט פאראכטן דורך אלטעבחורל אום זונטאג אפריל 06, 2008 3:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מארטש 31, 2008 1:15 pm

מיין עצה איז א לעסט רעזארט עצה, אויב קיין איין אנדערע עצה ארבייט נשיט דאן נוצט מיין עצה בדוק מנוסה.

יאר רעדי?

אקעי! העיר ווי גאו..........

אלטער האט דאך שוין דערמאנט מיין בילד, גיבט א קוק אויף מיין בילד און טוט די זעלבע זאך, אבער איר דארפט שטיין א האלבע פוס אונטער די ווייב.........

בדוק ומנוסה!!!!!!!! איך רעד פון עקספיריענס!!!!!!!

אלטער עי וואן נאדיר א גרינע מענטשעלע........ אקעי איך האב נישט קיין כח צו נעמען איינס פון די שאנק גיי נעם די אליינס, זאג זיי אז איך לאז.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 31, 2008 1:26 pm

איך האב פאר ענק גאנץ אן אנדערע געדאנק, מ'נעמט ארויס די גמרא פון שאנק, און מ'זעצט זיך לערנען מיט אפעטיט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מארטש 31, 2008 1:27 pm

farshlufen האט געשריבן:איך האב פאר ענק גאנץ אן אנדערע געדאנק, מ'נעמט ארויס די גמרא פון שאנק, און מ'זעצט זיך לערנען מיט אפעטיט.


איך האב דאס געטרייט איין מאל, און מיין ווייב האט זיך גענומען שרייען, א גאנץ יאר מאכסטו נישט אויף קיין ספר און פלוצלינג ווערסטו מיר א משמיד? מאך צו די גמרא און נעם דיך שראצען שוין יעצט!



און פאר דעם טאקע האב איך געמוזט נומען מיין עצה.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 31, 2008 1:57 pm

אלטער, וואס האסטע געטון? מיין ווייב האט עס געליינט, ס'מוז אזוי זיין, ווייל זי מאכט שוין פייסעכדיג די זעלבע לעדל 4 וואכן
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג מארטש 31, 2008 2:23 pm

עס ווענדט זיך אויב קען אייער רביצין אייער ניק
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 31, 2008 5:32 pm

אלטער, (איך טראכט אויב איך זאל רעדן צו דיר...) ישר כח פאר די גוטע עצה, עס האט שוין גראדע געהאלפן פאריאר, אבער נישט מיט קיין לייכטער, מ'האט מיר געגעבן ס'מנורה, עס האט גענימען לענגער ווי דאס גאנצע סדר פסח אויפדערנאכט.

אנדי, איך ציטער צו פראבירן דיין עצה, קודם זאג מיר ביי וועם עס האט שוין געהאלפן.....
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 31, 2008 5:42 pm

אונזער עצה: זעץ דיך ליינען אן ארטיקל פון אלטער בחור'ל. זי וועט דיך בשו"א נישט קענען אויפהייבן פון פלאץ...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג מארטש 31, 2008 5:47 pm

שכוח אלטער, ווען די ביסט דא ווייס איך אז איך בין נישט קיין פארלוינער, דיינע עצות איז געוואלדיג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מארטש 31, 2008 6:05 pm

אלטער, בעק טו די גוד טיימס הא, צוויי שטיק א טאג, דעטס גוד ניוס.

מיין ווייב זאגט מיר אז אויף די 'הכל בסדר' דעילי ליין (פאר די וואס ווייסן נישט דערפון קענעך נאר וואונטשן 'איר זאלט קיינמאל וויסן...') געבן זיי איידיעס וויאזוי צו מאכן די מענער ארבעטן אויף פסח (גיי זאג זיי אז דאס טוען מיר א גאנצן טאג) אבער עס קוקט נישט אויס אז עס איז צו ווירקזאמע ווייל איך העלף נאכנישט דערווייל...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 31, 2008 6:10 pm

אאאאאאאא, אאאאאא, נאופס, מיר וועלן דאס נישט צולאזן.


מיר גייען קרעקן דעם האט-ליין, כ'האב טאקע לעצטענס געהערט פון דער ליין, מיין ווייב טענה'ט אבער אז זי ברויך נישט אנקומען צו יענעם'ס הילף, זי טוט טאקע גענוי ווי יענער הייסט..

שוין, עפעס האמער פארדינט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מארטש 31, 2008 8:37 pm

עצה טובה קמשמע לן, עני פראבלעם, ווענדט זיך צו אלטער בחור, אויף זיין אימעיל אדרעס, עצהטובהעטאלטערבחורדאטקאם.

חטאת שמינה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 08, 2008 8:27 pm
לאקאציע: מוזט נישט אלעס וויסען

תגובהדורך חטאת שמינה » דינסטאג אפריל 01, 2008 11:49 pm

טרייט'ס דעם עצה,

מאכט'ס נאס דער שמאטעס , און בעט'ס פון ס'ווייב אז יאך דארף פרישע שמאטעס, [פארשטייט זיך אז זי וועט זיך נעמען בילען ווי א מצורע]

מאכט'ס ווייטער פסח'דיג בתמימת נפשך, מאך זיכער אז דער פרישער שמאטעס זאל גיכער נאס ווערען, און בעט'ס נאךאמאל פון ס'ווייב נייע שמאטעס,

טוט דאס א 2 -3 מאל, זי עט אייך שעלטען אז זי האט שוין מער נישט קיין שמאטעס,

דאן זענט איר פטור איר וועט ארויס גיין לחירות,
המגדל כלב רע בתוך ביתו מעלה עליו הכתוב כאילו ....ילדו [בשם ספה"ק]

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך אפריל 02, 2008 1:10 am

לא משמאטותיהן אנו חיים דאן קומט די די בעזעם מיטן מאפ

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אפריל 02, 2008 2:19 am

עטליכע עצות:

1) אן אלטער בחור,
2) א זיידע
3) נעקסטיים צערייס נישט דיין העמד וועט נישט זיין קיין שמאטעס
4) נעם א גויטע
5) מאך נישט חמצ'יג וועט נישט זיין צו מאכן פסח'יג.
6) אונזער עצה: פרעג עס אן אין קאלא וואסער
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

חטאת שמינה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 08, 2008 8:27 pm
לאקאציע: מוזט נישט אלעס וויסען

תגובהדורך חטאת שמינה » מיטוואך אפריל 02, 2008 4:51 pm

זיידעניו האט געשריבן:לא משמאטותיהן אנו חיים דאן קומט די די בעזעם מיטן מאפ


אנטשולדיגט מיר זיידעל'ע, יאך דארף דיר דא אביסעלע אויסבעסערן, לא משמאטותיהן אנו חיים, רק משמטותיהן אנו מתים רח"ל,

דער בעזעם מיטן מאפ פראבלעם, האבען מיר דאך אגאנץ יאר, שמאטותיהן איז דער פראבלעם.
המגדל כלב רע בתוך ביתו מעלה עליו הכתוב כאילו ....ילדו [בשם ספה"ק]

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » זונטאג אפריל 06, 2008 3:56 pm

עצה נומבער צווייע (2)
*
טיפיקעל מוצ"ש וואס טוט מען, מען גייט נאכאמאל איינשפאנען די מענערי'שע האטרס פאוער מען גייט מאכן פסח'דיג, אוואס גייט מען מאכן. מגייט נאך זוכן.

נו שוין וויפיל מאל קען מען דען אפזאגן - אפזאגן האט דך אויך א שיוער איז דער תירוץ.

וואס טוט מען, האט מען די וואך אזוי געטאן - אין עס האט געארבעט עפ'ס'געוואלדיג.

מ'האטמער געגעבן דעם אויסגעוועטשטען שמאטע אין האנט אריין "נאט הייב אן וואשן אין רייבן דעם מאנטל" פארשטייט זיך פוץ אויס דאס טאש'ל אויכעט, אין דערנאך שטעל זע אין א זייט אין גיי אין א רייע איינע ב'איינע נאכעס איינע, והנה איך האב באקומען אינסטרוקציעס וויאזוי דאס ברויכט געמאכט ווערן די סדר אין די רייע.

אבער מיר איז פייגעבאלן אז מען קען דאס מאכן דגורך אן אנדערע וועג, אין יעדעס רגע האב איך פארדרייט די סיסטעם, אנשטאט וואשן האב איך קודם געבלאזן מיטן מאשינקע וואס דערשרעקט פיצלעך, ווען מען האט געברויכט נוצן דער מאשינקע האב איך געהאקט מיטן בערשטעל, ממש ווי א תם האב איך פארדרייט דער סיסטעם. (ווייסעך דעניש וויאזוי די סדר איז?)

אין די רגע ווען מען האט באמערקט ווי דער ארבעט גייט פונקט פארקערט מען ווישט מיט די טרוקענע שמאטע, אין מען גיסט וואסער מר. קלין אויף האטלץ אריין אין א מאחנטל. האב איך באקומען דער קאמפלימענט "אלטער - פונקט אזוי ווי אונז פארשטיי מיר נישט צו קרעטשמע, פארשטייסטו נישט וואס עס ברויך געטאן ווערן בעפאר אין וואס נאכדעם" אבער איך האב מיך נישט צוריק געהאלטן, איך האב מיך געהאלטן ס'מייניגע אז איך פארשטיי יא. אין אזוי איז עס געגאנגען אהין אין צוריק "איך פארשטיי יא" - "דו פארשטייסט נישט".

פון דא אין ווייטער ברויך איך שוין נישט זאגן, 'זה פונה לש'מאחטעלע - ואני פונה לקרעטשמע' אין טאקע דא בין איך...

*

וויאזוי וואלט איר גערעיט דער עצה? ממש נשגב אידאטס געוועזען.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אפריל 06, 2008 4:24 pm

פארוואס? אזוי שפעיט?

ווען כ'ווייס ווען נעכטן האסטע ווען קאמפאני אין קרעטשמע!

וואס נאך? אקעי כ'וועל ניצן איינמאל א צייטליך סטייל שכוח, אלטער, ווערי גוד, כ'האב אבער מענטשען דא סאו כ'קענישט שרייבן, אקעי?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אפריל 06, 2008 6:12 pm

א שיינע מעשה, זונטאג דערציילטער, אז עריז דא אין קרעטשמע מאצעשאבעס, געהערט א מעשה?

אלטער, טענקס.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג אפריל 07, 2008 10:29 am

באקומען אויף טעקסט.

SHOLOM BAYIS ALERT : Dust is not chometz and your husband is not the
korben peasach....please forward to all woman....
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג אפריל 07, 2008 4:50 pm

איינער זאגט מיר, אז ווען זיין ווייב בעט אים ער זאל איר העלפן פאר פסח, זאגט ער איר, ווען די וועסט מיר העלפן שלעפן די ברעטער מיט די סכך פאר סוכות, וועל איך דיר העלפן פאר פסח...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 07, 2008 6:22 pm

כאילו ס'העלפט עם
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אפריל 07, 2008 7:08 pm

וואס טוהסטו מיט מיר טריאו? פונקט היי יאר האט די רעבעצין ארויפגעשלעפט רוב סוכה ברעטער...

חטאת שמינה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 08, 2008 8:27 pm
לאקאציע: מוזט נישט אלעס וויסען

תגובהדורך חטאת שמינה » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 9:48 pm

אויב אזוי קרעמער ביסטו טאקע א רחמנות
המגדל כלב רע בתוך ביתו מעלה עליו הכתוב כאילו ....ילדו [בשם ספה"ק]

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:53 pm

וואס איז שוין אזוי שלעכט צו זיין א רחמנות? אבי נישט קיין אכזר וואס העלפט נישט אין שטוב


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט