שרייען קולות - פארנדיג אין קאר!!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

שרייען קולות - פארנדיג אין קאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

בינעך אויפגעוואקסן מיט א רוסישן באס דרייווער, וואס בכיסו כוסו וכעסו פלעגט זיך גיסן פערל ווערטער פון זיין מויל... דאס מערסט באניצטער קללה זיינער אויף די שחורי'שע טראק-דאבל-פארקירטע דרייווערס איז געווען [נמחק] און דאס ליגט מיר נאך גוט אין די ביינער. כ'האב נאר יעצט בודק געווען וואס ס'מיינט (נאטינג אינטרעסטינג)...

הכלל, איז געבליבן ביי מיר דער נאטור, אז פארנדיג אין קאר שרייעט מען אויף אנדערע קארס און אויף די וואס פירן זיי, אויפן גאנצן סוס ורוכבו פעקעדזש. אבער, נאר ווען די פענסטערס זענען הערמעטיש (כ'גלייך אבער בעסער הערמאטיש) פארמאכט, כדי זיך נישט צו פארשעמען אין גאס.

כ'רעג זיך 100 מאל א טאג אויף דרייווערס, בעיקר צוליב מיין חתימה דא, און אויך וועגן 1000 אנדערע סיבות וואס נעמען ארויס א [שוין פון פריער אנגעצויגענעם] דרייווער פון די כלים מכלים שונים. און כ'שריי, כ'זידל. אבער פיל איך זיך אבער ווי א נאר. קיינער הערט מיר נישט. ממש א קול קורא במדבר שממה.

פיל איך פאר וויכטיג, צו עפענען א אשכול, א שרייען-אשכול. יא, כ'ווייס אז ס'שוין דא איינס. אבער דעיע (יא, דעיע) איז ספעשל געאייגנט צו שרייען אויף אנדערע דרייווערס, אויף די העכסטע טענער. דא זאל מען נישט פייפן, ווייל דאס איז שוין too much, כ'האב מורא אז דער סערווער וועט קראכן, אבער שרייען - דאס יא! ביז צום הייזעריגטום!

דאס קען אויסקומען און צוניצקומען ביים דרייוון, ביים זיצן אין טרעפיק, ביים זיין סטאק הינטער א גארבעזש-טראק, בשעת'ן 'אראפנעמען' די שפיגל פונעם דאבל-פארקירטע קאר, ביים זוכן פארקן און כדומה. ווען אימער ס'קומט אויס צו שרייען ביים דרייוון, you name it.

דער אשכול האט צוויי עיקר צילן:

1 זיך אויסצוגעבן דורכן שרייען.
2 מודיע צו זיין פארן עולם דא וועלכע סארט שרייערייען זענען די ווירקזאמסטע, די מערסט בדוק ומנוסה'דיגע, זיך צו בארואיגן דורכדעם, אדער גאר צו פארטרייבן דעם שטייטן דרייוון / חיה'שע דרייווער וכו' צו די בייזע רוחות.

אין א שפעטערע תגובה וועל איך מפרסם זיין (בל"נ ובלי שבועה חרמי קונמי קינוסי וכינויי וכו') וואס איך שריי ביים דרייוון...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

און דו קוקו, וואס שטעקט מיר אריין אלע פינף פינגערס, אינאיינעם מיטן טלית בייטל, אין מיין פראנט-ווינדאו פונעם קאר, כדי מיר צו צווינגען זיך אפצושטעלן און דיר געבן א היטש, האב איך א מעסעדזש: וואטש אויף דיינע פינגערס און אויף דיינע אנדערע belongings. ס'איז נישט אויף מיין אחריות. כ'גיי געבן געז און אריינפארן דערין.

עסטע פרעגן, אין א רואיגע מינוט אין סמעדרעש: פארוואס טאקע געבסטו מיר קיינמאל נישט א היטש? פארסטעך מיילע אראפ 14טע עוועניו?

על'עך דיר מסבירן ברחל בתך הקטנה: ווען דו ביסט אין קאר, שעם איך זיך צו שרייען. א דרייווער דארף האבן פולע-קאנצעטראציע, אפענע אויגן און אויערן, און אויך.. א מויל מיט צעקות, גרייט על כל צרה שלא תבוא. און אויב דו ביסט אין מיין קאר, ווערט מיין מויל פארשטאפט, און מיין גאנצע דרייוון איז איינגעשטעלט...

און נאכאמאל, דו, וואס שטעקסט מיר אריין דיינע זאכענעס דארט פאר א היטש: ש'כוח פארן מיר געבן די ערשטע סיבה צו שרייען היינט ביים דרייוון!!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:בינעך אויפגעוואקסן מיט א רוסישן באס דרייווער, וואס בכיסו כוסו וכעסו פלעגט זיך גיסן פערל ווערטער פון זיין מויל... דאס מערסט באניצטער קללה זיינער אויף די שחורי'שע טראק-דאבל-פארקירטע דרייווערס איז געווען Yob tvoyu mat. און דאס ליגט מיר נאך גוט אין די ביינער.

יאפ, (וכו'...) קיימאליש פארגעסן...

מיינער פלעגט צולייגן מעשוגענער בולעד... (כאף ס'ניש קיין מיעסע ווארט)
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:און דו קוקו, וואס שטעקט מיר אריין אלע פינף פינגערס, אינאיינעם מיטן טלית בייטל, אין מיין פראנט-ווינדאו פונעם קאר, כדי מיר צו צווינגען זיך אפצושטעלן און דיר געבן א היטש, האב איך א מעסעדזש: וואטש אויף דיינע פינגערס און אויף דיינע אנדערע belongings. ס'איז נישט אויף מיין אחריות. כ'גיי געבן געז און אריינפארן דערין.

עסטע פרעגן, אין א רואיגע מינוט אין סמעדרעש: פארוואס טאקע געבסטו מיר קיינמאל נישט א היטש? פארסטעך מיילע אראפ 14טע עוועניו?

על'עך דיר מסבירן ברחל בתך הקטנה: ווען דו ביסט אין קאר, שעם איך זיך צו שרייען. א דרייווער דארף האבן פולע-קאנצעטראציע, אפענע אויגן און אויערן, און אויך.. א מויל מיט צעקות, גרייט על כל צרה שלא תבוא. און אויב דו ביסט אין מיין קאר, ווערט מיין מויל פארשטאפט, און מיין גאנצע דרייוון איז איינגעשטעלט...

און נאכאמאל, דו, וואס שטעקסט מיר אריין דיינע זאכענעס דארט פאר א היטש: ש'כוח פארן מיר געבן די ערשטע סיבה צו שרייען היינט ביים דרייוון!!


חוח, פארסט קיין וויליאמסבורג? אפשר נעמסטו מיך מיט?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

שוין א האלבע שעה שטיל אין דעם אשכול. וואס מיינט דאס?
קיינער רעגט זיך נישט? אלע דרייווערס אין-פראנט פון דיר ביהעיווען? קיינער פלעשט דיר נישט פון אונטן מיט די הייבימס?
אדער פשוט קיינער פון אונזערע חברה דרייווט פונקט יעצט נישט? וואס איז געשען אז יעדער איז אהייגעקומען פרי היינט נאכט?
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

כאניש קיין קאר... קען איך נישט שרייען
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

"רוק זיך!! טראג אפ פון דא!! אקעי כ'ווייס אז סאיז פרידאם אוו וואדעווער, קענסט פארן ווי שטייט דו ווילסט אבער טו עס אין-בעק פון מיר, נישט אין-פראנט!! גיי אוועק!! לאמיך דורך!!"

"כ'בין שוין נישט געווען א יאר צייט אויף דעיע גאס, כ'האב דיר געגעבן א גאנצע יאר צו פארן דא אויף יעדנ'ס נערוון, פונקט יעצט ווען איך קום רוקסטו זיך דא אריין??!! פלי אוועק פון דא!!"
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

א מין אומדערהערטע חוצפה דאס? ממש אנבעליוועבל! אזוינס?
כ'פאר שוין א האלבע שעה around town און כ'האב נאכנישט געטראפן אויף וועמען צו שרייען!!
ממילא שריי איך אויפן אבנארמאלע סיטואציע!! וואו איז מענטשליכקייט? פונקט ווען כ'עפן אזא אשכול לויפן ענק אוועק פון מיר??
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שטא ווער סאל וואשן און דרייען,
כאניש אויף וועמען צו שרייען
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

חוח בין השושנים האט געשריבן:עסטע פרעגן, אין א רואיגע מינוט אין סמעדרעש: פארוואס טאקע געבסטו מיר קיינמאל נישט א היטש? פארסטעך מיילע אראפ 14טע עוועניו?

על'עך דיר מסבירן ברחל בתך הקטנה: ווען דו ביסט אין קאר, שעם איך זיך צו שרייען. א דרייווער דארף האבן פולע-קאנצעטראציע, אפענע אויגן און אויערן, און אויך.. א מויל מיט צעקות, גרייט על כל צרה שלא תבוא. און אויב דו ביסט אין מיין קאר, ווערט מיין מויל פארשטאפט, און מיין גאנצע דרייוון איז איינגעשטעלט...

:lol: :lol: :lol: :lol:
כ' האב אליין נישט געכאפט פארוואס איך גלייך נישט דעם מצוה, שכויח פאר'ן אזוי שיין מסביר זיין!
איך גלייך אויך מיט צו שרייען מיטן CD וואס שפילט. כ' דארף נישט דער מיטרייזענדער זאל טראכטן '' דער האלט אינאיין שרייען ער ברויך נישט קיין משקה און ביסדערווייל מאכט ער אזעלכע קולות א נס ער פארט נישט אריין אין בוים..." (ליפא געוואלדיג איז היינט ארויס געקומען)
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

איינער דארף אבער טעסט''ן צי מען קען טאקע נישט הערן פון גאס. כ' האב דעם פאבי''ע יעדער מאהל.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

היינט איז א גוטע טאג צו שרייען אין קאר. אויף וועמען שרייסטו? אויפן קאר פארנט פון דיר! נו, אז די פענסטערס זענען היינט אפן, עט כאטש יענער הערן דיין באגער.
אידן, ס'איז תרעין פתוחין היינט! שרייטס!!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

די שוטה! יא כ' האב דיר באמערקט שטיין ביים קראסוואק! ווייל כ' האב נישט אנגעהויבן פארן שטייטער גלייך אנהייב גאס מיינט נישט כ' האב דיר געפלאנט איבער צו פארן!
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

כ'קען וויסן פארוואס דו האסט זיך ארויפגעזעצט אויף מיין בעג?!
אזא חאלעמאק ביסטו?!
יעצט איז מיין גאנצע קעיק ציקוועטשט!
וואס עלעך עסן מארגן פאר לאנטש? הא?!
און מיין קאר איז שוין פסח'דיג!

נאכדעם העסטעך וואונדערן פארוואס כ'געב נישט קיין היטשעס...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

האסט עם געדארפט זאגן צו גיין צום אנדערן זיץ...

כ'בעט דיר געב נאך היטשעס.... כאניש קיין קאר...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

כדארף איהם גארנישט זאגן!
פאר דו זעצט זיך אראפ, בפרט ביי יענעם, קוק אויב עפעס ליגט דארטן!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

כ'הער.... כ'וועל פראבירן פון היינט אן....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אלטער דאונט ווארי!
דיר העלעך ווייטער היטשן,
ווען די זעהסט מיך דורכפארן ווייז מיר א סימן פון א אלטער יוד, העלעך מיר וויסן אפצושטעלן
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

נא נא זאלסט אבער נישט זאגן האסט נישט געזען....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כ'קען וויסן פארוואס דו האסט זיך ארויפגעזעצט אויף מיין בעג?!
אזא חאלעמאק ביסטו?!
יעצט איז מיין גאנצע קעיק ציקוועטשט!

חטאתי עויתי פשעתי לפניך אני וביתי, אבער... ס'דא א גוטע סיבה צו דעם. כ'האב זיך נישט פלעין גלייכגילטיגערהייט באקוועם געמאכט אויף דיין קעיק. נאר די מעשה גייט אביסל אנדערש.

זעענדיג ווי דו דרייסט זיך אויף דיין בענקעל אן אפשטעל, און דיין גאנצע קאר פארט אזוי מיט און אלעס דרייט זיך סחור סחור, די לעלו'ס און די קעיקס, האב איך פרובירט, לויט די בעסטע פון מיינע מעגליכקייטן, זיך אוועקצוזעצן פונקט אינצווישן, ווי נאר די קעיק פליט פארביי און דרייט זיך אוועק, כדי ס'זאל נישט צעקוועטשט ווערן.

מה עשה הקבה? האסט זיך פונקט געגעבן א שנעלערע דריי, אזוי איז דער קעיק געקומען צו פליען שנעלער ווי גערישט, און כ'האב זיך ארויפגעזעצט פונקט אויף דעם צעקוועטשנדיג די גאנצע מעשה.

נאך אלעם האב איך אפגעלעקט די קרים פון מיין רעקל... ס'גוט געווען. אבער אזוינע בויכוויי צו באקומען נאכדעם?? פארוואס האסטו דאס געטון צו מיר??
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

הייסט איך בין נאך שילדיג אויך!
זוי ווי דער גנב וואס האט געקלאגט דעם נגנב אז ער'ט זיך ציבראכן א ביין ביים זיך אריינ'גנב'נען,
און די ליבעראלע ריכטער האט געגעבן גערעכט דעם גנב..
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פאוואס וויסטע כ'זאל טראכטן צוויי מאל פאר כ'נעם אריין איינעם ווייל ער קעמעך נאך טרייען צווינגען צו טוהן די מצוה "בשלימות" הא?
האסטא ווייסע בארד? פארשעם עס נישט!
קענסט גוט די וועגן ווייל דו פארסט שוין 30 יאר? כ'ווייס כ'ווייס! אבער "איך" דרייוו די קאר וואס דער אייבישטער האט "מיר" באשערט און איך טוה וואס "איך" וויל! געפעלטעך נישט? פאר מיט א צווייטן! אה. קיינער וויל דיך נישט נעמען? אפשר איז צייט צו טראכטן פארוואס? איי איך נעם דיך ווייטער? אין מביאים ראי' מן השוטים!
נאכדעם ווינדערסטעך פארוואס אידן ווילן נישט טוהן אזא "גרינגע" מצוה? אמער. ער פארטעך סיי ווי?!


כ'ווייס נישט צי כאבעס געמעגט שרייבן דא ווייל עכט שרייעך נישט. כאמעך נאר דערמאנט ליינענדיג
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

א שטיקל מכת מדינה
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

די היסט! די האסט קאראנא און די נעמסט א היטש ביי מיר?! הייב דיך אויף און ארויס פון מיין קאר! שוין!
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: שרייען קולות - פארנדיג אין קאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אשכול איז נישט געווען אין באנוץ ב''ה לעצטעע צווי חדשים. אבער איך דארף עס שוין ניצען פון פריש.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”