תקנות, הגהות, און מקורות אויפן מגילות אסתר אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:44 pm

די לייצעס ליגן יעצט ביי @מיט א פרישקייט אין די הענט.
אפוועזנד.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:58 pm

איינער פליעט שוין מיילן אוועק, ער האט שוין נאך די גזירה פין המן,
מיר האלטן נאך פארן טרעפן אסתר....

מען דארף יענעם סטאפן
we make ivelt great again


די אויסגעוועלטע ראש הקהל דאייוועלט

איבערגעדרייטע בענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » דינסטאג פאברואר 18, 2020 4:32 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:איינער פליעט שוין מיילן אוועק, ער האט שוין נאך די גזירה פין המן,
מיר האלטן נאך פארן טרעפן אסתר....

מען דארף יענעם סטאפן



ברעיקינג: פרמתיא האט יעצט געמאלדן אז ער האט אינסייד אינפא אז די גאנצע מעשה פון וושתי ווערט געפירט פון א גרופע אידישע קאנספאריטרן אויף איי וועלט!
viewtopic.php?f=21&t=41538
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג פאברואר 18, 2020 6:03 pm

אקעי קלאצקאפ,

דערווייל איז עס געפארן בעסער ווי געראכטן... אבער כ'מיין אז ס'קומט צו א פוינט ווי מ'גייט יעצט שרייבן אלעס וואס גייט פארדרייען די אשכול. די עולם האט מער נישט וואס צו שרייבן אינעם נושא.

אפשר זאל מען אנהויבן מיט אסתר היינט נאכט... איך לאז פאר דיר ס'מאכן די סדר...

אזוי אויך מיין איך אז 24 שעה פאר א סאבדשעקט איז גענוג, אזוי גיט מען צייט פאר יעדן מגיב צו זיין, איינער איז דא בייטאג, איינער ביינאכט, איינער נאך כולל וכו'
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג פאברואר 18, 2020 7:04 pm

די אשכול דארף הייסן "הונטער די קוליסן".
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג פאברואר 18, 2020 7:34 pm

איך זוך נישט צו קריטיקירן, אבער ליינענדיג אין איין אטעם די לעצטע צען בלעטער יעצט, פיל איך אז ס'האט פארלוירן אסאך אויטענטישקייט די אשכול.
פארוואס דערמאנט מען הדסה, ווער ווייסט וועגן איר?? די גאנצע אשכול סאונד בעסיקלי ווי אפאר חברה וואס קענען שוין די מעשה פון פורים שרייבן עס איבער.. אבער ס'דארף סאונדן ווי מיר לעבן יעצט מיט די נייעס..

מ'דארף טרייען צו שרייבן וואס דו וואלסט געפילט ווען דו לעבט יעצט אין שושן 2500 יאר צוריק.. נישט עפעס וואס דו ווייסט, קענענ'דיג שוין פון פריער די מגילה..


ווי אויך האט לפענ"ד די מעשה פון וושתי גענומען צו לאנג.. שוין באלד לענגער ווי ס'האט עכט גענומען...

אחשוורש האט גע'פסק'נט טויט, זיך אויסגעטשוכעט, און חרטה געהאט.. מ'מעג צולייגן אבער ס'דארף מאכן סענס...

און ווי @מיט א פרישקייט האט שוין געטרייט צו דערמאנען, מיר האלטן שוין דריי יאר פון זוכן א מיידל, די זוכן האט גענומען זייער לאנג, און מ'קען עס נישט אזוי לאנג אויסציען, סאו מ'זאל נישט שרייבן אויף א וועג אז "די סעודה איז געווען א וואך צוריק"
מ'דארף עס מאכן ווי די סעודה איז פארגעקומען דריי יאר צוריק...



עני וועי סתם מיין אייגענע קאמענטארן על העתיד..
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג פאברואר 18, 2020 7:38 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דערמאנונג: נישט דערמאנען אסתר פאר דאנערשטאג.

אויב האסטו מער נישט וואס צו שרייבן (כ'מיין נישט קיינעם פערזענליך), דאן בלייב שטיל און לאז איבער דאס ווארט פאר די מיט א ברייטערן כח הדמיון. ס'וועט גארנישט געשען אז ס'וועט נישט זיין קיין אפדעיטס יעדע האלבע מינוט.

צו לאנג ביז דאנערשטאג מיין איך.

צו לאנג פאר וואס?

ווי געזאגט, ס'מוז נישט זיין קיין אפדעיטס יעדע רגע, און ווער ס'האט נישט וואס צו שרייבן קען בלייבן שטיל.

ווען מ'כאפט צו שנעל נעמט מען צו די געלעגנהייט פון די וואס קומען אן שפעטער זיי זאלן נאך קענען אריינרעדן אין די פריערדיגע קאפיטלען.

ווילאנג ווילסטו רעדן פון די מיידלעך פארכאפונג??

עס איז נישט אזאאאא אינטערעסאנטע קאפיטל וואס מ'קען אזוי לאנג אויסצויען, איך מיין אז 24 שעה איז גענוג פאר דעם, ניין?
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג פאברואר 18, 2020 7:40 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:יעצט אדורך געליינט אלע צוואנציג בלעטער אין איין אטעם, לענ"ד איז @מיט א פרישקייט דער בעסטער און ארגינעלסטער שרייבער דארט, @קלאצקאפ'ס בילדער זענען אטעם-אפשטעלנד.

טענקס @שמארטיקל פאר די איידיע.

אבער ס'קומט פאר א שטיקל עירוב פרשיות, נישט אזוי ווייט אז די טיימליין וואס מ'האט דא אפגעשמועסט שטומט נישט, נאר ניק'ס רעכענען זיך נישט מיט תגובות וואס זענען געשריבן געווארן דארט זעלבסט, למשל, @קלעצל האט געפאוסט א צעטל אז די דרשה פון מרדכי וועט פארקומען 9:30, נאך פאר ניינ'ע האבן שוין ניק'ס באריכטעט אויסצוגן פון די דרשה, בלית ברירה האט זיך קלאצקאפ מיט געשטעלט.

אפשר קענט איר צואווארטן ביז 9:30? איר מוזט די ערשטע ברעכן די נייעס איבער א האלבע שעה פריער ווי יענער האט געשריבן?!

אזוי אויך נאך עטליכע מאל, ווען @מא"פ האט געשריבן זייגערס און קיינער האט זיך נישט גערעכנט דערמיט, יעצט שטייט אז די ענדגילטיגע פסק וועט ארויסקומען 12:00, וועל מיר זען צי ס'וועט טאקע אזוי זיין.

ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, דו קענסט נישט מיטלעבן מיט די עכטע צייט, אויב יא העסטו ענדיגן צען יאר ארום...
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:20 pm

שניי באל האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:לדברי האומרים אז ושתי איז גע'הרג'עט געווארן, שטייט דען ערגעץ אז מ'האט איר געהאנגען?

איך פרעג נאר.


די תירוץ לכאורה איז אז דא גייט זיין די ערשטע מקור.

חוץ אויב איינער גייט עס נאך פארדרייען.

ס'א בפירושע 'פורים שפיל' פון גדי פולק
גראדע האט מען לשיטתו גהאנגען שפעטער בגתן ותרש אויף גענוי דיזעלבע תליה עי"ש ודו"ק.
ס'איז א מקור ראשון אויף אסאך חידושים, ואיב די צייט וועט מיר ערלויבן וועל איך פרובירן מעלה צו זיין אינעם אשכול בהמשך.
לדוגמא דער גאנצע מעשה איבער דעם סוער סיסטעם פון (מיין שכן) המן עי"ש ותמצא נחת.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:52 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, דו קענסט נישט מיטלעבן מיט די עכטע צייט, אויב יא העסטו ענדיגן צען יאר ארום...

ווער רעדט פון די עכטע צייט, אזויפיל זיך צו רעכענען אז איינער האט שוין געשריבן א זייגער בעפאר אייך, און זיך האלטן דערצו.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:55 pm

שמארטיקל האט געשריבן:אקעי קלאצקאפ,

דערווייל איז עס געפארן בעסער ווי געראכטן... אבער כ'מיין אז ס'קומט צו א פוינט ווי מ'גייט יעצט שרייבן אלעס וואס גייט פארדרייען די אשכול. די עולם האט מער נישט וואס צו שרייבן אינעם נושא.

אפשר זאל מען אנהויבן מיט אסתר היינט נאכט... איך לאז פאר דיר ס'מאכן די סדר...

אזוי אויך מיין איך אז 24 שעה פאר א סאבדשעקט איז גענוג, אזוי גיט מען צייט פאר יעדן מגיב צו זיין, איינער איז דא בייטאג, איינער ביינאכט, איינער נאך כולל וכו'

ס'גייט מיר נישט אן ווער ס'שרייבט די פארשריפטן, און מ'קען עס טוישן לויט'ן געברויך, אבער ווילאנג מ'(=סיי ווער) האט נישט פארגעשריבן קיין אנדערע זמנים דארף מען זיך האלטן צו די פריערדיגע.
אפוועזנד.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:58 pm

#מיין ארימע מיינונג
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:נאכאמאל איבערצו'חזר'ן די זמנים:


דינסטאג הייבט מען אן זוכן א נייע רעביצין

מרדכי ואסתר - דאנערשטאג מיטוואך

מזל טוב -די גרויסע חתונה - זונטאג תרומה

בגתן ותרש - דינסטאג תרומה

אחר הדברים האלה - פרשת המן - מיטוואך תרומה

גזירות המן להשמיד ולהרוג- פרייטאג תרומה

פרשת תצוה - תליית מרדכי, בלילה ההוא, וכו'
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:59 pm

ווען וועט זיין דער 'ובהגיע תור אסתר בת אביחיל דוד מרדכי '?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:04 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:איך זוך נישט צו קריטיקירן, אבער ליינענדיג אין איין אטעם די לעצטע צען בלעטער יעצט, פיל איך אז ס'האט פארלוירן אסאך אויטענטישקייט די אשכול.
פארוואס דערמאנט מען הדסה, ווער ווייסט וועגן איר?? די גאנצע אשכול סאונד בעסיקלי ווי אפאר חברה וואס קענען שוין די מעשה פון פורים שרייבן עס איבער.. אבער ס'דארף סאונדן ווי מיר לעבן יעצט מיט די נייעס..

מ'דארף טרייען צו שרייבן וואס דו וואלסט געפילט ווען דו לעבט יעצט אין שושן 2500 יאר צוריק.. נישט עפעס וואס דו ווייסט, קענענ'דיג שוין פון פריער די מגילה..


ווי אויך האט לפענ"ד די מעשה פון וושתי גענומען צו לאנג.. שוין באלד לענגער ווי ס'האט עכט גענומען...

אחשוורש האט גע'פסק'נט טויט, זיך אויסגעטשוכעט, און חרטה געהאט.. מ'מעג צולייגן אבער ס'דארף מאכן סענס...

און ווי @מיט א פרישקייט האט שוין געטרייט צו דערמאנען, מיר האלטן שוין דריי יאר פון זוכן א מיידל, די זוכן האט גענומען זייער לאנג, און מ'קען עס נישט אזוי לאנג אויסציען, סאו מ'זאל נישט שרייבן אויף א וועג אז "די סעודה איז געווען א וואך צוריק"
מ'דארף עס מאכן ווי די סעודה איז פארגעקומען דריי יאר צוריק...



עני וועי סתם מיין אייגענע קאמענטארן על העתיד..

אט אזוי!

נאר ווי געזאגט פריער, מ'קען נישט טיילן שכל פאר מענטשן, און ס'איז געווארן אזא געיעג אז יעדער טרייט צו זיין ווער ס'גייט כאפן די נעקסטע נייעס, אנשטאט לאזן דעם עולם אויסרעדן.

לערנט אייך אויס פון אזעלכע ווי @מיט א פרישקייט! פראביר צו טראכטן אז די מעשה אנטוויקלט זיך יעצט, און די נעקסטע שטאפל וועט ווירקליך נישט זיין ביז איבערמארגן, און וויאזוי א געווענליכע נייעס אנקטוויקלט זיך מיט קאנספיראציע טעאריעס און שמועות, אבער נישט די טיפיקל זאכן וואס דער אין די פריערדיגע האט געשריבן. אויב קענסטו לערנען דאן לייג צו פון מדרשים, און אויב נישט ניץ דיין קריעטיוויטי צו באזאלצן די מעשה לויט דיין געשמאק.
אפוועזנד.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:31 pm

@וואס טוט זיך, אויב רוקסטו דאס, דארפסטו רוקן די אנדערע זמנים אויך.
אפוועזנד.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:34 pm

עניוואן מיט א קלארע טיימליין?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:43 pm

אלע תגובות פון בואש, גיוס בנות, גזירות, ולהבדיל פעלאוסי, שומער, מעקאנעל, קען בהרחבה געמעקט ווערן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:47 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:עניוואן מיט א קלארע טיימליין?

דו!
אפוועזנד.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:49 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:אלע תגובות פון בואש, גיוס בנות, גזירות, ולהבדיל פעלאוסי, שומער, מעקאנעל, קען בהרחבה געמעקט ווערן.


איין פלאץ האב איך גע'פלאצ'ט... "א פרישע פרשת שוכמאכער".

וואס איז שוכמאכער? א שוואגער פון אשמדאי? ווער בימי המן ואסתר האט געוואוסט פון שוכמאכער למען השם?
לעצט פאראכטן דורך מיט א פרישקייט אום דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:49 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:אלע תגובות פון בואש, גיוס בנות, גזירות, ולהבדיל פעלאוסי, שומער, מעקאנעל, קען בהרחבה געמעקט ווערן.

און צום דריטן מאל: מ'קען נישט טיילן קיין שכל פאר מענטשן, און היות ס'ווערט געשריבן אויף א פובליק פארום וועט עס נישט זיין פערפעקט.

אגב, מעגסט אויך צולייגן א האנט..
אפוועזנד.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:51 pm

איך קען נאר קריטיקירן....

איך דמיון וויפיל איך קען נאר, דאס איז דאס מערסטע...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:54 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:@וואס טוט זיך, אויב רוקסטו דאס, דארפסטו רוקן די אנדערע זמנים אויך.

מעגליך, אבער איך מיין אז דאס נעמען אסתר איז דא מער צו דמיונ'ען פון...
ווי אויך געב איך נישט צופיל צייט איך געב נאר איין געהעריגע טאג, דאנערשטאג, וואס דעמאלטס קעמען באריכטן אלע דיטעילס פונעם חתונה וואס גייט פארקומען..
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:56 pm

די גאנצע זאך פון אסתר דארף ווען זיין א (אומגעראכטענע) 'ברעיקינג ניוז" און נאכדעם שפעקאלאציעס, יא אמת, נישט אמת, ווער איז זי, וכו'ש נישט מ'זאל שוין שפעקאלירן פון פארדעם...
באמת חבל!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:57 pm

למעשה גייט דאס גאנץ גוט אבער סערטן זאכן וואלטן געקענט זיין סך מאל בעסער
אפשר אין די פדף וועט מען קענען צענזורירן..

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג פאברואר 18, 2020 11:21 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:אלע תגובות פון בואש, גיוס בנות, גזירות, ולהבדיל פעלאוסי, שומער, מעקאנעל, קען בהרחבה געמעקט ווערן.


איין פלאץ האב איך גע'פלאצ'ט... "א פרישע פרשת שוכמאכער".

וואס איז שוכמאכער? א שוואגער פון אשמדאי? ווער בימי המן ואסתר האט געוואוסט פון שוכמאכער למען השם?

ווער האט געוויסט פון אייוועלט דעמאלטס, און ווער האט געקענט אידיש?
ליין איבער די תקנות
1. די ציהל איז מען זאל עס קענען ארויספרינטן ערב פורים און ליינען ווי א מעשה כאילו ס'געשעט יעצט.

מ' דארף זיך נישט דמיונ'ן אז מ'לעבט פאר 2500 יאר צוריק


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט