איך האב מיך א נאמען געגעבן שטילערהייט, ווייל איך האב ליב ווען עס איז שטיל, רואיג, און קיינער שטופט זיך נישט אריין די נאז און מען לאזט מיך לעבן.
איי איז דאך א וודאי שווער פארוואס עפעס אין ענגליש הרגעסט דאך אוועק די גאנצע חן פון די קרעטשמע ווי אלעס איז מיט אזא חן אויף אונזער מאמע לשון?
וועל איך אייך ענפערן נישט אויף אלע קאמפיוטערס האב איך אידיש, האב איך עס געדארפט מאכען אין ענגליש איך זאל קענען צוקומען דערצו פון ארבעט אויך. קאפשויסט.
סאכדעס האט געשריבן:איך הער אנשטאט זאלסט שרייבן פשט אין דיין ניק, האסטו סתם אזוי אפגעשראקן דעם ציבור מיט דברים שלא היו מעולם.
קודם כל, ברוך הבא, מיין ערשטע תגובה פון היינט וואס איז געוואנדן דירעקט צו דיר, איך האב שוין איינמאל דא געשריבן פשט, האב איך נישט געהאלטן אז איך דארף שרייבן נאכאמאל,
און צווייטענס וואס מיינסטו צו זאגן אז איך האב סתם אפגעשראקן דעם ציבור?
סאכדעס האט געשריבן:איך הער אנשטאט זאלסט שרייבן פשט אין דיין ניק, האסטו סתם אזוי אפגעשראקן דעם ציבור מיט דברים שלא היו מעולם.
קודם כל, ברוך הבא, מיין ערשטע תגובה פון היינט וואס איז געוואנדן דירעקט צו דיר, איך האב שוין איינמאל דא געשריבן פשט, האב איך נישט געהאלטן אז איך דארף שרייבן נאכאמאל, און צווייטענס וואס מיינסטו צו זאגן אז איך האב סתם אפגעשראקן דעם ציבור?
דו זאגסט אז סיז א שטיקל סכנה צו גיין אין אלט-שטאט, כ'פארשטיי אז אויב רעדסטו פון ירושלים ביסטע גערעכט, אבער אויף די אלט-שטאט קרעטשמע? פארוואס?
איברא נאכן זעהן די תגובה דא פון ידידנו שלאק, קען זיין אז דו ביסט גערעכט.
העלמיר מוזן פרעגן דעם אלטן דאיען.
כאב דיר וואס צו ענפערען אבער פרעג עס ביטע אין אנאנדער אשכול, אפשר ביי די טישלעך, אקיצער נישט דא, דא זאל יעדער פון די איבער 80 ניקים פארשרייבן די סיבה פון זייערע נאמען.
לעשות רצון סאכדעס, וועל איך איבערשרייבן וואס איך געשריבן אין די אלטע קרעטשמע.
ווען איך בין געווען א יונגע בחור האט מיך מיין מגיד שיעור איינמאל אנגעשריגן, אז איך בין א ליידיגייער, און איך האב נישט גארנישט אין מיר, און איך בין גארנישט מיט נישט,
האב איך אים געפרעגט, נאר דעס בין איך?
האט ער מיר גענטפער איז איך בין נישט נאר איינמאל גאנישט מיט נישט , נאר "דריי מאל גארנישט".
ומכאן הקריאה יוצאת, צו די אלע וואס האבן זיך נאכנישט גענומען די מיה, צו דערציילן זייערע איבערלעבענישן, וואס האט געברענגט דערצו זיי זאלן זיך אויסוועלן זייערע ניק נעים'ס.
אגוטן טייערע אידן.
שוין עטליכע וואכן וואס איך ליין דא פון צייט צו צייט ווען איך האב אפאר פרייע מינוט, וואס זאל איך זאגן, דער פארום איז מלא חן מלא טעם מיט געשמאק, אז עס שפירט זיך ענליך צו ריח ניחוח וואס דערקוויקט א נשמה. טאקע דערפאר האב איך געקליבן דעם ניק נעים אין אנדענק פון יענעם ריח וואס האט זיך אנגעשטעקט אין מיר.
איך האף ווייטער צו פארוויילן דא, קיין שרייבער בין איך נישט ווי איר זעהט, אבער דא דארט קען איך אריינווארפן א הערה א ווארטל, מיטן געמיינזאמען ציהל מהנה זיין אנדערע אידן.