בלאט 1 פון 3

שטיצט נישט קיין הערעסמענט

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:22 am
דורך סופר סתם
איך בין מקבל בעז"ה פון היינט ביז אייביג נישט צו געבן קיין איין רויטן גרייצער פאר סיי וועלכע ארגאניזאציע/קאמפאני/מענטש וואס רופט מיין טעלעפאן אן מיין רשות. איך שטעל מיר צוזאןם א ליסטע פון ארגאניזאציעס/קאמפעניס/מענטשן, יעדן מאל א ראבא קאל קומט אן צו מיר גייט דער נאמען ארויף אויפן ליסטע און פון מיר באקומט דער קיינמאל נישט קיין פעני. זאל זיין ווער ס'זאל זיין! אז גוגל רופט מיר סורטש איך פון היינט און ווייטער מיט בינג, אז קדם רופט מיר טרונק איך מהיום והלאה נאר ארמון. בלי שום יוצא מן הכלל.

די איינציגסטע וועג אז די רדיפות זאלן זיך אויפהערן איז אז עס וועט זיך נישט לוינען.

מי לה' אלי? ווער פון אייך איז גרייט צו חתמ'נען אויף אזא פּלעזש?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:37 am
דורך Programming
עס איז דא בעסערע קבלות טובות זיך פארצונעמען א טאג נאך יום כיפור

#לענ"ד

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:39 am
דורך טשאדעלע באדעלע
גא״מ להנ״ל.

לדוגמא, נייטרא ראפעל, מהיום והלאה אויב רופן זיי מיר דורך דעם רויבער קאל סיסטעם הידוע לשמצה, וועל איך זאגן ווי געטאן און געטאן ווי צוגעזאגט.

א גוט געבענטש יאר יעדעם איינעם. נישט פארגעסן צוצעגרייטן געלט אין טאש פאר געלט גייערס אין ביהמ״ד, און אזוי אויך צושטעלן געלט אינדערהיים געאייגענט פאר די מחזירים על הפתחים. די מצוה פון צדקה אין די זמנים איז ספעציעל גרויס, כמבואר.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:52 am
דורך לכאורה
איינער האט מיר געזאגט א געדאנק וואס קען מעגליך אפשטעלן די טעראר, כ'בין נייגעריג אויב עס איז אויסגעהאלטן להלכה:

הונדערט מענטשן זאלן 'געבן' א סכום הגון פאר דעם רויבער-קאלער, און דאן אנרופן די ק"ק פירמע דאס קענסלן. אזא זאך וועט אפקילן - און מעגליך איבערברעכן אינגאנצן - די קשרים צווישן די ק"ק פירמע און דעם רויבער-קאלער.

[רויבער-קאלער: רופט אויפן טעלעפאן נאכאנאנד, אין שווערע זמנים, טיילמאל נאכן רעדן מיט אים פערזענליך און פארלאנגען אראפצונעמען דעם נומער פונעם ליסטע, רויבט צו אייער צייט און נערוון]

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:52 am
דורך סופר סתם
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:גא״מ להנ״ל.

לדוגמא, נייטרא ראפעל, מהיום והלאה אויב רופן זיי מיר דורך דעם רויבער קאל סיסטעם הידוע לשמצה, וועל איך זאגן ווי געטאן און געטאן ווי צוגעזאגט.

א גוט געבענטש יאר יעדעם איינעם. נישט פארגעסן צוצעגרייטן געלט אין טאש פאר געלט גייערס אין ביהמ״ד, און אזוי אויך צושטעלן געלט אינדערהיים געאייגענט פאר די מחזירים על הפתחים. די מצוה פון צדקה אין די זמנים איז ספעציעל גרויס, כמבואר.

;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 12:19 pm
דורך nmi
Programming האט געשריבן:עס איז דא בעסערע קבלות טובות זיך פארצונעמען א טאג נאך יום כיפור

#לענ"ד

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 1:47 pm
דורך פעטער שמואל
סופר סתם האט געשריבן:איך בין מקבל בעז"ה פון היינט ביז אייביג נישט צו געבן קיין איין רויטן גרייצער פאר סיי וועלכע ארגאניזאציע/קאמפאני/מענטש וואס רופט מיין טעלעפאן אן מיין רשות

ווי אזוי באקומט מען רשות?
מען דארף אייך שיקן אן אפליקעישאן מיט א ריליעס פארם?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 1:48 pm
דורך סופר סתם
דעטס די פוינט

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 2:46 pm
דורך שטומפיג
הגם איך באקום נישט אזויפיל קאלס שטיץ איך די פעטיציע למען טובת הכלל.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 2:57 pm
דורך שטומפיג
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:גא״מ להנ״ל.

לדוגמא, נייטרא ראפעל, מהיום והלאה אויב רופן זיי מיר דורך דעם רויבער קאל סיסטעם הידוע לשמצה, וועל איך זאגן ווי געטאן און געטאן ווי צוגעזאגט.

א גוט געבענטש יאר יעדעם איינעם. נישט פארגעסן צוצעגרייטן געלט אין טאש פאר געלט גייערס אין ביהמ״ד, און אזוי אויך צושטעלן געלט אינדערהיים געאייגענט פאר די מחזירים על הפתחים. די מצוה פון צדקה אין די זמנים איז ספעציעל גרויס, כמבואר.

און אויך צוגרייטן געלט פאר די מוסדות וואס שיקן די רויבער-קאלס, ווען מ'טרעפט זיי אין ביהמ"ד זאל מען זיי אומבאדינגט שטיצן!

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 3:03 pm
דורך ארבעטער
לכאורה האט געשריבן:איינער האט מיר געזאגט א געדאנק וואס קען מעגליך אפשטעלן די טעראר, כ'בין נייגעריג אויב עס איז אויסגעהאלטן להלכה:

הונדערט מענטשן זאלן 'געבן' א סכום הגון פאר דעם רויבער-קאלער, און דאן אנרופן די ק"ק פירמע דאס קענסלן. אזא זאך וועט אפקילן - און מעגליך איבערברעכן אינגאנצן - די קשרים צווישן די ק"ק פירמע און דעם רויבער-קאלער.

[רויבער-קאלער: רופט אויפן טעלעפאן נאכאנאנד, אין שווערע זמנים, טיילמאל נאכן רעדן מיט אים פערזענליך און פארלאנגען אראפצונעמען דעם נומער פונעם ליסטע, רויבט צו אייער צייט און נערוון]

גוטע עצה, גיימער עס אי"ה טון נעקסט טיים ער קאלט, ווער נאך איז אין?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 3:20 pm
דורך ארבעטער
Programming האט געשריבן:עס איז דא בעסערע קבלות טובות זיך פארצונעמען א טאג נאך יום כיפור

#לענ"ד

עס זעט אויס אז די באקומסט נאכנישט זיינע קאלס, ווארט צו אפאר טעג ביז די וועסט אי"ה ארויף גיין אויף זיין טעראר ליסטע, און וועל מיר רעדן נאכדעם

חילול השם

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:04 pm
דורך קו הישר
אזא אשכול א קנאפע פאר שעה נאך יום הקדוש דארף א שטיקל חשבון הנפש.
איך ווער אויך נערוועז פון די ראבא-קאלס און איך טוה וואס איך קען עס צו סטאפן. אבער איך פיל אז די מהלך איז א גרויסע סתירה מיט מיינע תפילות פון נעכטן א גאנצן טאג.

איך גלייב נישט אז כעל זיך קענען ברענגען צו קויפן פון אזא סופר סתם אפילו אויב גייט ער נישט צו די בחירות

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:06 pm
דורך לכאורה
קו הישר האט געשריבן:אזא אשכול א קנאפע פאר שעה נאך יום הקדוש דארף א שטיקל חשבון הנפש.
איך ווער אויך נערוועז פון די ראבא-קאלס און איך טוה וואס איך קען עס צו סטאפן. אבער איך פיל אז די מהלך איז א גרויסע סתירה מיט מיינע תפילות פון נעכטן א גאנצן טאג.

אמת, עס דארף א שטארקע חשבון הנפש. און דער גורם צו די גאנצע זאך איז איין טמיר ונעלם'ניק וואס האט מצליח געווען צו ווערן כלל ישראל'ס מערסט פארהאסטער מענטש. ממש א שאד אז זיין גאנצע נאבעלע היסטאריע (אויב ער האט) גייט לטמיון צוליב די נארישקייט פון די פאון קאלס.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:31 pm
דורך עפל קאמפאוט
ארבעטער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:עס איז דא בעסערע קבלות טובות זיך פארצונעמען א טאג נאך יום כיפור

#לענ"ד

עס זעט אויס אז די באקומסט נאכנישט זיינע קאלס, ווארט צו אפאר טעג ביז די וועסט אי"ה ארויף גיין אויף זיין טעראר ליסטע, און וועל מיר רעדן נאכדעם

אמת טאקע, אבער דאס כשר'ט נאכנישט אלע מיטלען. עס איז דא גדרים פאר א איד אפילו ווען ער איז מיליאן פראצענט גערעכט.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 5:02 pm
דורך ארבעטער
אדרבה לאמיר זען וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט טון אלס איד,

נישט געבן געלד איז לכל הדיעות מותר, עס איז מיין געלד און איך מעג נישט געבן פאר וועם איך וויל, כש"כ פאר איינער וואס טעראזירט מיך (און איך האלט אז קיין איין דאלער גייט נישט פאר צדקה, עס קען נישט זיין אז פון אזא טעראר ארגאניזאציע זאל ארויסקומען א גוטע זאך).

ווייטער אים צו קאלען אינדערהיים איז דאך לשיטתיה נישט קיין שום פראבלעם.

ווייטער וואס איז די פראבלעם מיט דיספיאטען ק"ק, ס"ה גייט ער האבן גוטע קאפ וויי, וואס עס איז ווייטער נישט קיין פראבלעם לשיטתיה, לויט די קאפ וויי וואס ער מאכט מיר אן,

אדרבה זאל איינער פרעגן א דיין, איך האלט אז עני זאך וואס איינער טוט וואס קען סטאפן די קאלס, טוט ער א גרויסע מצוה, ער העלפט ארויס זייער אסאך אידן אין זייער קלעם, עס איז די בעסטע זאך צו טון א טאג נאך יום כיפור

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 5:20 pm
דורך שטומפיג
ארבעטער האט געשריבן:אדרבה לאמיר זען וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט טון אלס איד,

עד כדי כך???
א בלאט גמרא איז נישט חשוב'ער?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 5:22 pm
דורך עפל קאמפאוט
ארבעטער האט געשריבן:אדרבה לאמיר זען וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט טון אלס איד,

ווייטער וואס איז די פראבלעם מיט דיספיאטען ק"ק, ס"ה גייט ער האבן גוטע קאפ וויי, וואס עס איז ווייטער נישט קיין פראבלעם לשיטתיה, לויט די קאפ וויי וואס ער מאכט מיר אן,

אדרבה זאל איינער פרעגן א דיין, איך האלט אז עני זאך וואס איינער טוט וואס קען סטאפן די קאלס, טוט ער א גרויסע מצוה, ער העלפט ארויס זייער אסאך אידן אין זייער קלעם, עס איז די בעסטע זאך צו טון א טאג נאך יום כיפור

קען זיין לשיטתי' איז דאס נישט קיין פראבלעם, אבער יתכן אז על פי תורה טאר מען זיך נישט אזוי אומגיין אפילו פאר א בעל עבירה. אדרבה פרעג א דיין.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 6:16 pm
דורך רואיג!
איז דא א וועג ארויפצוגיין אויף די ליסטע? איך האב אפאר נאמבערס וואס איך דארף וויכטיג צולייגן...

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 12:34 am
דורך צל עובר
מען פארלאנגט ניטאמאל מען זאל נישט געבן קיין געלט פאר חסדי טובים מאורות, ווער עס וויל האבן א חלק אין זיינע צדקות, קען און זאל אים געבן געלט וויפיל ער וויל, אבער! בשום אופן נישט רעספאנדן צו קיין רויבער קאל מיט קיין נדבה, בשום אופן נישט! נישט פון חט"מ, און נישט פון קיין שום הייליגע צדקה, יהי' מי שיהי'.

נאכאמאל געבן צדקה דורך אריין קאלן אדער טרעפן די עסקנים אדער אנליין, דע מאר דע בעדער, אבער ח"ו, נישט געבן קיין פעני אין רעספאנס צו קיין שום רויבער קאל פון קיינעם נישט.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 3:03 am
דורך שמואל אלצווייסער
ארבעטער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:עס איז דא בעסערע קבלות טובות זיך פארצונעמען א טאג נאך יום כיפור

#לענ"ד

עס זעט אויס אז די באקומסט נאכנישט זיינע קאלס, ווארט צו אפאר טעג ביז די וועסט אי"ה ארויף גיין אויף זיין טעראר ליסטע, און וועל מיר רעדן נאכדעם

איך באקום עס פונקט ווי יעדעם. עטליכע מאל ערב יוה״ק, מוצאי יו״ט, ערב שבת, וכו׳ וכו׳ אבער אזוי צו פארשעמען און באשמוצן א איד ברבים??? איך בין מוחה אויף דעם מיט אלע מיינע כוחות!!!

עס זאל נאר נישט גיין אויף מיין קאנטע אז איך האב גארנישט געטוהן דערצו. די גרעסטע בעלי עבירה היינט צוטאגס באקומען נישט אזא שרעקליכע באהאנדלונג פון כלל ישראל! חברה טוטס תשובה אפילו דו ביסט מיליאן פראצענט גערעכט! מבזה זיין א איד ברבים איז א שפיל מיט פייער!

געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2019 1:02 pm
דורך Think and Thank
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:

דאס איז א איבערגעטריבענע גוזמא, און דערצו גאר א נארישע. א בעל עבירה פאר זיך וואס טשעפעט נישט קיינעם באקומט נישט אזא באהאנדלונג? מעגליך. דא רעדט מען אבער פון איינעם וואס טעראריזירט אנדערע. בעלי עבירות (און אפילו להבדיל אלף אלפי הבדלות בעלי מצוות, א שטייגער ווי רמ"ד ניעדערמאן שליט"א) וואס אפעקטירן אנדערע באקומען נאך עניטיים אזא טריעטמענט. וויאזוי רעדט מען וועגן מאסטער? לאפיד? ליבערמאן?

געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2019 3:19 pm
דורך פאטאקי08
רואיג! האט געשריבן:איז דא א וועג ארויפצוגיין אויף די ליסטע? איך האב אפאר נאמבערס וואס איך דארף וויכטיג צולייגן...

איך האב געהערט אז ער נעמט די נאמבערס פון קאל מבשר
סאו רוף קול מבשר פון די אלע נומבערס

ביידעוועי ווען טמ"נ קאלט קענסטו דריקן גלייך נומער 9 איך האף אז עס ארבעט

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 10:15 am
דורך שמואל אלצווייסער
Think and Thank האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
ארבעטער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:עס איז דא בעסערע קבלות טובות זיך פארצונעמען א טאג נאך יום כיפור

#לענ"ד

עס זעט אויס אז די באקומסט נאכנישט זיינע קאלס, ווארט צו אפאר טעג ביז די וועסט אי"ה ארויף גיין אויף זיין טעראר ליסטע, און וועל מיר רעדן נאכדעם

איך באקום עס פונקט ווי יעדעם. עטליכע מאל ערב יוה״ק, מוצאי יו״ט, ערב שבת, וכו׳ וכו׳ אבער אזוי צו פארשעמען און באשמוצן א איד ברבים??? איך בין מוחה אויף דעם מיט אלע מיינע כוחות!!!

עס זאל נאר נישט גיין אויף מיין קאנטע אז איך האב גארנישט געטוהן דערצו. די גרעסטע בעלי עבירה היינט צוטאגס באקומען נישט אזא שרעקליכע באהאנדלונג פון כלל ישראל! חברה טוטס תשובה אפילו דו ביסט מיליאן פראצענט גערעכט! מבזה זיין א איד ברבים איז א שפיל מיט פייער!

דאס איז א איבערגעטריבענע גוזמא, און דערצו גאר א נארישע. א בעל עבירה פאר זיך וואס טשעפעט נישט קיינעם באקומט נישט אזא באהאנדלונג? מעגליך. דא רעדט מען אבער פון איינעם וואס טעראריזירט אנדערע. בעלי עבירות (און אפילו להבדיל אלף אלפי הבדלות בעלי מצוות, א שטייגער ווי רמ"ד ניעדערמאן שליט"א) וואס אפעקטירן אנדערע באקומען נאך עניטיים אזא טריעטמענט. וויאזוי רעדט מען וועגן מאסטער? לאפיד? ליבערמאן?

טרעף מיך נאך איין איד וואס איז געווארן פערזענליך אזוי באשמוצט דא אויפן וועלטל אזוי ווי ער.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 10:16 am
דורך עושר וכבוד
פאטאקי08 האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:איז דא א וועג ארויפצוגיין אויף די ליסטע? איך האב אפאר נאמבערס וואס איך דארף וויכטיג צולייגן...

איך האב געהערט אז ער נעמט די נאמבערס פון קאל מבשר
סאו רוף קול מבשר פון די אלע נומבערס

ביידעוועי ווען טמ"נ קאלט קענסטו דריקן גלייך נומער 9 איך האף אז עס ארבעט

שטותים, ער האט נישט מיין סעל פון וואו איך רוף יעדן טאג קול מבשר.