בלאט 3 פון 14

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:43 pm
דורך לכאורה
גוטגעזאגט האט געשריבן:די קאמאדא רב אין מאנסי גייט ווייס אנגעטוהן גאנץ שבת אפילו אין שול.

נו, ברוך שם, "מאנטיסעלאו-קאמאדא" רב.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 4:03 pm
דורך זארג נישט
יעקב99 האט געשריבן:א חלק פון דע הבטחות פאר ווער עס וועט גיין ווייס שב"ק:

כתב הצדיק הקדוש מקאמארנא זיע"א (בספר שולחן הטהור הלכות שבת סימן רס"ב) על לבישת בגדים לבנים בשב"ק:
ואיצטלית זו ראוי לכל בר ישראל, כידוע ממעשה נורא שהיה לאיש אלקים מוהר"ר רבי יצחק דראביטשער בק"ק הרחוב, ויקבל עלבונות ויסורים וצער ומסירות נפש, וילבש לבנים בשבת, ויהיה ניצל מכל עבירות ומיצר הרע ומאש של גהינם, ויקרב הגאולה.
ואילו היו כל ישראל לובשין לבנים בשבת, כבר היה הגאולה בבחינת אחישנה. כך ידוע ממעשה הנ"ל של הקדוש מוה"ה רבי יצחק מדראהביטש.
על כן אל יקל בעיניך כי בזמן הזה המר, אין כאן יוהרא כלל, אלא סבלות וחרפות ועלבונות, ואשרי לו.


עוד כתב הצדיק הקדוש מקאמארנא זיע"א (בספר זוהר חי פרשת וישב דף קפ"ב ע"ב):
ואמר הצדיק רבינו משה הגדול מפשעוורסק, כשאדם לובש ארבעה בגדי לבן בשבת, מוחלין לו על כל עונותיו.

ווייסע העמד
ווייסע זאקן
2 ווייסע וועש

א ווייסע קאפל
א ווייסע פרוכת'ל

מיט א ווייסע בעקישע האלט מען שוין ביי 7

א ווייסע גארטל וועט עס מאכן 8

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:43 pm
דורך דממה דקה
און די ווייסע שאל מיט די ווייסע טאשטיכל.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:09 pm
דורך יעקב99
על פי האר"י ז"ל:
דער עיקר איז דער בגד עליון זאל זיין ווייס,
און זאל מען גיין פיר ווייסע בגדים אלעס צוזאמען.

די אנדערע בגדים דארפן נישט זיין ווייס.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:10 pm
דורך יעקב99
הרה"ק מטאהש זיע"א.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:10 pm
דורך יעקב99
הרה"ק מטאהש זיע"א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:11 pm
דורך יעקב99
הרה"ק מטאהש זיע"א.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:11 pm
דורך shimon7323
נו, ברענגט ארויס אייערע געפילן גייענדיג די וואך שבת מיט א ווייסע בעקישע?

מיר וועלן טון וואס אונז האבען געזען ביי אונזערע עלטערען און מנהיגים, און זיך נישט אוועק רוקן קיין כל שהוא דערפון.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:13 pm
דורך יעקב99
shimon7323 האט געשריבן:מיר וועלן טון וואס אונז האבען געזען ביי אונזערע עלטערען און מנהיגים, און זיך נישט אוועק רוקן קיין כל שהוא דערפון.


הרה"ק מסקולען זיע"א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:15 pm
דורך shimon7323
ניין מיר וועלן נישט נאך טוהן אלעס וואס אונזערע מנהיגים טוהן, עס איז דא זאכן וואס זענען פאר זיי און עס איז דא זאכן וואס זענען פאר די המון עם.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:16 pm
דורך יעקב99
הרה"ק מקרעטשניף זיע"א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:43 pm
דורך יעקב99
יעקב99 האט געשריבן:על פי האר"י ז"ל:
דער עיקר איז דער בגד עליון זאל זיין ווייס,
און זאל מען גיין פיר ווייסע בגדים אלעס צוזאמען.

די אנדערע בגדים דארפן נישט זיין ווייס.

בפשטות דאס איז דער טעם אז דע שטריימל איז נישט ווייס.

אבער, עס איז איז באווסט אז דער הייליגער צמח צדק האט יא געהאט אין שטריימל א ווייסע קאפל .
וכן נהג הרה"ק החלקת יהושע מביאלא.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:57 pm
דורך אברהם בן ארי'
זעה איך אז ארום די אדמו"רים זי"ע שטייען אידן מיט בארד און פיאות אן א ווייסע בגד עליון..

איר האלט אז די אדמו"רים האבן נישט געקענט משכנע זיין זייערע ארומיגע זיך עס אנצוטאן?

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:17 pm
דורך בן ישי
יעקב99 האט געשריבן:הרה"ק מקרעטשניף זיע"א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.

א פרײליכע וואך
אדרבא איר זאלט נאר גײן אין זײערע װעגען, נאר גײן אויף דע פלעצער וויא דע צדיקים זענען געגאנגען, עסן אזוי ווי דע צדיקים האבן געגעסן, דאװענען אין לערנען אזוי ווי זיי, א טובה טוען א איד אזוי ווי די צדיקים,
עס איז דא אפשר 8 בענדער עבודת עבודה עס גיט דורך לערנען אין מקײם זײן וואס דארט שטייט דאס איז דער אמתער אפטײטש פון "בדרכיו נלך" דע וועגן וואס דע צדיקים האבן אונז געלערנט ציא גײן.
הרה"ק מסקווירא האט אמאל געזאגט פאר אײנעם וואס האט געפרעגט וויא אזוי דע רבי מאכט דע חוליות אויף דע ציצית "קודם זאל ער ניט טועהן וואס מיר טועהן ניט נאכדעם זאל ער טועהן װאס מיר טועהן יא" ודוק כי עמוק היא

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:24 am
דורך עקבי הצאן
יעקב99 האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:על פי האר"י ז"ל:
דער עיקר איז דער בגד עליון זאל זיין ווייס,
און זאל מען גיין פיר ווייסע בגדים אלעס צוזאמען.

די אנדערע בגדים דארפן נישט זיין ווייס.

בפשטות דאס איז דער טעם אז דע שטריימל איז נישט ווייס.

אבער, עס איז איז באווסט אז דער הייליגער צמח צדק האט יא געהאט אין שטריימל א ווייסע קאפל .
וכן נהג הרה"ק החלקת יהושע מביאלא.

כמדומה אז דער ישמח משה איז אויכעט געגאנגען מיט א ווייסע קאפל אינעם שטריימל.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 5:02 am
דורך Think and Thank
יעקב99 האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:על פי האר"י ז"ל:
דער עיקר איז דער בגד עליון זאל זיין ווייס,
און זאל מען גיין פיר ווייסע בגדים אלעס צוזאמען.

די אנדערע בגדים דארפן נישט זיין ווייס.

בפשטות דאס איז דער טעם אז דע שטריימל איז נישט ווייס.

אבער, עס איז איז באווסט אז דער הייליגער צמח צדק האט יא געהאט אין שטריימל א ווייסע קאפל .
וכן נהג הרה"ק החלקת יהושע מביאלא.

וואס טוט זיך מיט ווייסע שווענץ?
און וועלכע פארב איז געווען דער אריז"ל'ס שטריימל?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:38 am
דורך farshlufen
אויב דו ברענגסט א ראי' פון מרן אדמו"ר מטאהש זי"ע.

ער איז נישט געגאנגען אזוי כל ימיו.

אנגעהויבן ערגעץ אין די מ"ם יארן דאכט זיך.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:48 am
דורך טטט
farshlufen האט געשריבן:אויב דו ברענגסט א ראי' פון מרן אדמו"ר מטאהש זי"ע.

ער איז נישט געגאנגען אזוי כל ימיו.

אנגעהויבן ערגעץ אין די מ"ם יארן דאכט זיך.


ירושלימע'ר רב ר' משה אריה איז אויכט געגאנגען שבת ווייס, אבער נאר פון שנת תשמט
23.jpg
23.jpg (20.29 KiB) געזעהן 1250 מאל

22.jpg
22.jpg (26.64 KiB) געזעהן 1250 מאל

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:23 pm
דורך חושב מחשבות...
צו אנשים פשוטים דארפן גיין מיט ווייסע בעקיטשעס שבת בין איך נישט זיכער אז אונדזערע רבי'ס האבן עס געוואלט, הגם איך ווייס נישט טאמער ס'וואלט זיי שטארק געבאדערט טאמער א יחיד גייט פאר זיך אינדערהיים מיט בגדי לבנים.

אבער איך וויל אדרעסירן א געוויסע געפיל וואס קומט אריין אין הארץ ווען מ'הערט אזעלכע גערעדיכצער:

ביי עובדי השם אידן וואס זוכן צו זיין נאנט צום אייבערשטן, אבער זיי זענען ארומגענומען מיט כמה שיעובדים, הן פון די קהילה ווי מ'באלאנגט צו פון אייגענע חברים מיט וועם מ'דרייעט זיך, די ווייב, אדער אסאך מאל פון זיך אליינס... די אלע שיעובדים צוימן איין די מענטש אז ווען ס'קומט ווען ער וויל זיך אמאל מתפשט זיין און טוען לויט זיין אייגענע געפיל און טעיסט, אין יעדע הינזיכט אין עבודת השם, האט ער געוויסע אינערליכע מעצור וואס זאגט איהם 'אויב ווילסטו בלייבן אנגענומען און מסודר צווישן דעם עולם מוזסטו אויפגעבן אויף געוויסע תשוקות און התפשטות, דו קענסטיך נישט אינגאנצן פארשפרייטן אן קיין גרעניצן'.

ווען אזא סארט איד לייענט דעם אשכול, קען אמאל געשען אז ס'זאל זיך אנצינדן א געוויסע פארדרוס אין זיין הארץ אויף די נושא, פילנדיג 'וואס וויל דער כותב דא? איך זאל זיין א משוגענער? אפילו איך וויל נאכגיין מיינע משוגעתן, קען איך נישט, ס'פשוט אוממעגליך' ערגעץ ווי שפירט מען א שטילע קנאה געפיל אז 'קוק דער האט השגות ער קען נאכגיין זיינע רוחניות'דיגע תאוות, אוטש ס'טוט וויי! פארוואס קען איך נישט?? ניטאמאל קען איך טראכטן אין דעם ריכטונג...

מהאי טעמא וועלן מענטשן אסאך מאל אראפרייסן מיט אזעלכע אויסריידן ווי 'נישט משנה זיין' וכו' וכו', ווייל דאס שטילט אפ זיין צער, אז אפילו 'דו' מעגסט אויך נישט, און קום מיר נישט איינרעדן אז ס'דא א וועלט פון אידן וואס האבן די בריאה אין טאש אין קענען טוען יעדע משוגעת ככל העולה על רוחם.

די זעלבע אידן וואס שרייען דא 'מסורה' וכדו' ווען ס'קומט צו צענדליגע אנדערע זאכן האבן זיי נישט עכט קיין פראבלעם דערמיט, ווי למשל לאמיר זאגן האבן א סמארטפאון וואס לכו"ע איז עס די גרעסטע בגידה אין מסורה, וואס קען שאטן מער פאר אונדזערע דורות ווי האבן א סמארטפאון? אבער דעיס אידאך שוין אנגענומען אין גאס אין קיינער קוקט מיך נישט אראפ דערפאר, איז קען מען רואיגערהייט שלאגן כפרות מיט די 'מסורה'.


שוין געקומען צייט זיך צו מתבונן זיין מיט א ניכטערע בליק, ווען מ'האקט אויף א זאך, צו איך האק נישט דערויף ווייל איך וויל עס פונקט אזוי, נאר פשוט איך קען נישט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 2:01 pm
דורך Think and Thank
חושב'ל, איך זאג דיר צו אז דער פוה"א איז (כמעט) דער איינציגסטער אייוועלט ניק מיט א תאוה צו גיין א ווייסע בעקישע. רובא דרובא שרייבער פארשטייען אזוי ווייט נישט די תאוה (רוחניות צו גשמיות) אז זיי קוקן אן איינעם דערמיט אלס טאטאלער משוגע'נער.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:31 pm
דורך פליגל
איינער מיט א רוחנית'דיגער תאווה דערפאר דרייט זיך לכאורה נישט אויף אייוועלט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:50 pm
דורך עפל קאמפאוט
יא איך האב טאקע געוואלט פרעגן הרב יעקב99 צו די אלע צדיקים וואס די ברענגסט דא וואלטן געווען פארנומען מיט פיקטשער'ס און מיט אייוועלט? (נישט אז אייוועלט מיט פיקטשער'ס איז שלעכט, אבער אויב די ווילסט גיין אין זייערע וועגן, דאן גיי די גאנצע וועג, הייב נישט אן ביי די אנדערע עק)

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:01 pm
דורך יעקב99
הרה"ק מנאדבורנא זיע"א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:02 pm
דורך יעקב99
הרה"ק מנאדבורנא זיע"א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:02 pm
דורך יעקב99
הרה"ק מנאדבורנא זיע"א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.