אנקעטע: זענט איר א טראמפ שטיצער?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אנקעטע: זענט איר א טראמפ שטיצער?

אלעמאל
51
41%
נאר ווען ס'מאכט סענס
35
28%
אמאל יא אמאל נישט
22
18%
קיינמאל
17
14%
 
סך הכול שטימען: 125

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

אנקעטע: זענט איר א טראמפ שטיצער?

תגובהדורך גיב א שמייכל » דינסטאג יולי 09, 2019 5:26 pm

זענט איר א טראמפ שטיצער?
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג יולי 09, 2019 5:29 pm

געוועלט פאר די ערשטע
אבער ריכטיג איז די צווייטע, אז נאר ווען ס'מאכט סענס

דא עקא, אז אלעמאל מאכט ער סענס
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
יש בו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג יולי 09, 2019 6:23 pm

שמו האט געשריבן:געוועלט פאר די ערשטע
אבער ריכטיג איז די צווייטע, אז נאר ווען ס'מאכט סענס

דא עקא, אז אלעמאל מאכט ער סענס

ביזדערווייל
תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג יולי 09, 2019 6:46 pm

אמאל יא און אמאל נישט. איך האב נישט געשטימט פאר אים אין 2016 - אבער לויט ווי עס זעט אויס וועל מיר שטימען פאר אים אין 2020.

איך בין א דעמאקראט אין פרינציפ, אבער די היינטיגע דעמאקראטן'ס שיטה צו באפארצוגן מאדנע אנטשויאונגען און שטעלן נארמאלע לעבנסשטייגער מענטשן אין בעק פון די באס, לאזט מיר צווייפלען צו עס עקזיסטירט נאך א פאליטישע ארעם וואס נעמט זיך אן פאר די רעכטן פונעם פשוט'ן המון.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג יולי 09, 2019 8:09 pm

ער האט א חשבון אמאל זעט מען עס גלייך אמאל נישט

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג יולי 09, 2019 10:20 pm

שמו האט געשריבן:געוועלט פאר די ערשטע
אבער ריכטיג איז די צווייטע, אז נאר ווען ס'מאכט סענס

דא עקא, אז אלעמאל מאכט ער סענס

געוועלט פאר די לעצטע
אבער ריכטיג איז די צווייטע, אז נאר ווען ס'מאכט סענס

דא עקא, אז קיינמאל מאכט ער סענס

(נישט נעמען ערנסט)

חיים יענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

תגובהדורך חיים יענקל » דינסטאג יולי 09, 2019 11:32 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:געוועלט פאר די ערשטע
אבער ריכטיג איז די צווייטע, אז נאר ווען ס'מאכט סענס

דא עקא, אז אלעמאל מאכט ער סענס

געוועלט פאר די לעצטע
אבער ריכטיג איז די צווייטע, אז נאר ווען ס'מאכט סענס

דא עקא, אז קיינמאל מאכט ער סענס

(נישט נעמען ערנסט)

;l;p- :grin:

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג יולי 09, 2019 11:41 pm

חיים יענקל האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:געוועלט פאר די ערשטע
אבער ריכטיג איז די צווייטע, אז נאר ווען ס'מאכט סענס

דא עקא, אז אלעמאל מאכט ער סענס

געוועלט פאר די לעצטע
אבער ריכטיג איז די צווייטע, אז נאר ווען ס'מאכט סענס

דא עקא, אז קיינמאל מאכט ער סענס

(נישט נעמען ערנסט)

;l;p- :grin:
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Greenwald Graphics
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 30, 2017 2:32 am
לאקאציע: אין מיין אופיס

תגובהדורך Greenwald Graphics » מיטוואך יולי 10, 2019 1:31 am

ער האט באפרייט רובאשקין,
און ער האט נישט ליב מוזלימס/אראבער אזוי ווי אובאמא און הילערי(יעס)
קען דען זיין בעסער?
-
גרינוואלד גראפיקס » אלע סארטן עדס ♦ WOW דעזיינס ♦ בעסטע סערוויס
קלאסישע עדס – נאר 150 $ ● ארטיסטיק / קריעטיוו עדס – נאר 200 $

greenwaldgraphics@gmail.com :Contact now



קליק דא צו זעהן סעמפלס און גאלעריע!!!


-

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך יולי 10, 2019 8:35 am

ר' יום טוב האט געשריבן:אמאל יא און אמאל נישט. איך האב נישט געשטימט פאר אים אין 2016 - אבער לויט ווי עס זעט אויס וועל מיר שטימען פאר אים אין 2020.

איך בין א דעמאקראט אין פרינציפ, אבער די היינטיגע דעמאקראטן'ס שיטה צו באפארצוגן מאדנע אנטשויאונגען און שטעלן נארמאלע לעבנסשטייגער מענטשן אין בעק פון די באס, לאזט מיר צווייפלען צו עס עקזיסטירט נאך א פאליטישע ארעם וואס נעמט זיך אן פאר די רעכטן פונעם פשוט'ן המון.


ר' יום טוב, איך פארשטיי דיר גאר גוט, הגם איך קום פון די פארקערטע ריכטונג.
איך בין מערסטענס קאנסערוואטיוו/ליבערטעריען אין מיינע שיטות, אבער איך בין שוין לאנג אנטוישט געווארן אין דעמאקראטיע ווי געפירט אין אמעריקע. פאליטיק איז געווארן א קאריערע פאר פאליטיקאנטן, אנשטאט א פאבליק סערוויס, און קיינער איז נישט באמת אינטערעסירט נאכצוגיין די פראבלעמען פון שורש אדער אויספירן סעלושענס געבויט אויף שטודיעס. די duopoly האלט אן מיט א שטארקע האנט, ברענגענדיג עקסטרעמיזם און האסע, און די פאליטיקאנטן (פון ביידע זייטן) האבן גאר הנאה דערפון. we the people האבן שוין לאנג נישט קיין ווארט אריינצורעדן.
אין 2016 האב איך נישט געשטימט בכלל. איך האב קוים געקענט ווארטן די פאראדיע זאל שוין אריבערגיין. און איך האב געפלאנט אויף 2020 די זעלבע.

אבער לעצטענס האב איך באגעגנט א שמועס פון בען שפירא מיט ענדרו יענג, און איך האב נישט געקענט גלייבן מיינע אויערן. what a breath of fresh air!
ער שמועסט אויס פראבלעמען וואס געשעען שוין, אבער אנדערע פאליטיקאנטן וועלן הערשט כאפן 10-15 יאר ארום. און ער קומט אויף מיט ארגינעלע און ווייט-גרייכנדע לעזונגען, באזירט אויף דאטא און שטודיעס, אן קיין שום בייעס לינקס אדער רעכטס.

האב איך אביסל געזוכט איבער אים, געליינט זיינע ביכער און וועבסייט און געהערט זיינע שמועסן און דרשות, און געווארן גענצליך איבערגעצייגט. ער איז נישט קיין פאליטיקאנט, און נישט קיין ביליאנער אדער סעלעבריטי וואס לויפט פאר שוואוילטאג, נאר א סוקסעספולע ביזנעסמאן, און גרינדער פון א נאן-פראפיט וואס האט שוין געהאלפן שאפן 1000 נייע ביזנעסער לענגאויס אמעריקע. ער וויל באמת אויפטון, פשוט און גראד.
טייל פון זיינע פלענער זענען שוין באוויסט צענדליגע יארן, נאר קיין איין פאליטיקאנט האט זיך נישט גענומען די טירחא, און אנדערע זענען אינגאנצן פריש און קריעטיוו.

ער איז דער איינציגסטער וואס האלט זיך העכער ווי identity politics. ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאט די שטארקייט, אלס דעמאקראט, צו פארדאמען אנטיפא פאר זייער טעראר. נאר טעג שפעטער, ווען ביידען האט איינגעזען אז ער פארלירט דא דעם מאנטל פון נארמאלקייט, האט ער עס אויך פארדאמט. דאס מיינט אז יענג האט שוין יעצט א השפעה לטובה אויף די דעמאקראטישע פארטיי (וממילא אויף פאליטיקס בכלל), אוועקצוגיין פון די שעדליך-לינקע ריכטונג.

ער איז דער איינציגסטער וואס איז נישט divisive. זאגט כמעט קיינמאל נישט נעגאטיוו אויף קיינעם (אריינגערעכנט טראמפ). האלט אין איין ארויפקומען אויף רעפובליקאנע מידיע (אריינגערעכנט Fox) צו רעדן רואיג און ערוואקסן. בען שפירא איז באמת נתפעל געווארן פון אים (מסתמא דער ערשטער דעמאקראט).

ער איז דער איינציגסטער adult in the room. ביי די דעמאקראטישע דעבאטע איז ער געווען דער איינציגסטער וואס האט נישט אריינגעהאקט, און דער איינציגסטער וועמען קיינער האט נישט איבערגעהאקט.

ער איז דער איינציסטער וואס פראבירט באמת אפצושטעלן די יעצטיגע duopoly, עקסטרעמיזם, און השפעה פון גרויסע געלטער אויף פאליטיק. (מיט Democracy Dollars, Ranked Choice Voting, און נאך). זיין מלחמה איז צו ענדיגן די אלע מלחמות.

ער האט איבער 100 גוט-איבערגעטראכטע פאליסיס, די מערסט דעטאלירטע און שכל'דיגע וואס איך האב נאר סיי ווען געזען. ער איז קיינמאל נישט עקסטרעם, אלעמאל קלוג און געבויט אויף דאטא, און פראגמאטיש. און יא, ער שטעלט צוריק די silent majority פארנט פון באס. (ער האט למשל געזאגט אז אמעריקע וועט נאך אמאל דארפן זען איבער רעפערעישאנס, אבער יעצט זענען דא וויכטיגערע און מער ברענעדיגע פראבלעמען אקטועל פאר גאנץ אמעריקע, נישט נאר אפשטאמיגע פון אפריקע).
אפילו אויב וועט ער נישט אויספירן, נאר דאס צוריקשטעלן ערוואקסענע שפראך אין אמעריקאנע פאליטיק איז שוין א געוואלדיגע אויפטו.

איך האב קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז איך וועל שטימען פאר א דעמאקראט, און איך וואלט טאקע געטוישט געוויסע פון זיינע פאליסיס, אבער ער קוקט מיר אויס דער בעסטער קאנדידאט אין צענדליגע יארן. אויב פארלירט ער די דעמאקראטישע נאמינאציע וועל איך מסתמא וואוטן פאר טראמפ, פשוט כדי יענג זאל נאכמאל לויפן פיר יאר שפעטער.


סארי פאר די לאנגע דרשה. יעצט צום טאפיק, איך האב נישט געשטימט ווייל איך ווייס נישט די חילוק צווישן 2 און 3. אמאל יא אמאל נישט מיינט ווען ער מאכט סענס יא און ווער נישט נישט, ניין?

איך בין טאקע ניי דא, אבער איך וועל זיך נעמען די חוצפה צו מוסר'ן דעם עולם. יעדער וואס האט געשטימט 1 אדער 4 דארף פראבירן ארויסצוקוקן פון זיין באבל. וואשינגטאן, זשעפערסאן, לינקאלן - סיי ווער איז דיין פאליטישע העלד, קען איך דיר טרעפן אמאל ווי ער האט געטון אומריכטיג. ס'איז פשוט אוממעגליך אז א פירער פון אזא קאמפליצירטע לאנד, אין אזא קאמפליצירטע צייט, זאל אלעמאל זיין גערעכט. און די זעלבע פארקערט, טראמפ דארף זיין גאר קלוג און זייער טיף אריינטראכטן צו קענען אלעמאל צוטרעפן צו די אומריכטיגע ענטפער. אפילו אויב ווארפט ער א דייס וועט עס אמאל אויסקומען ריכטיג.
ער איז נישט אזא מלאך המושיע און נישט אזא מלאך המשחית ווי מען מאכט אים.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5519
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יולי 10, 2019 9:07 am

אייוועלטס יאונג2020 איז זיכער א געלונגענע זאך, עס איז א נחת צו ליינען און האסט געשריבען זייער צום זאך.

האסט אייזען שטארק ארויסגעברענגט די ״וואשינגטאן קולטור״ פראבלעם, האסט ארויסגעברענגט אז יאונג איז דער איינציגסטער וואס רעקאגנייזט די פראבלעמען און ער איז דער איינציגסטער וואס האט א פלאן וויאזוי עס צו סאלווען.

א סך אקעדעמיקער קענען זייער גוט פאר-לייגען די פראבלעם און ארויפברענגען א מעכטיגע פלאן אבער האבען נישט די מינדעסטע אנונג וויאזוי אויס צו פירען די פלאן.

איך זאג נישט אז יאונג איז אזוי, אבער איך האב בעיקר געשטיצט טראמפ 1. ווייל זיינע פאליסיס האבען בדרך כלל געמאכט סענס און 2. ער האט געהאט א גאר שטארקע ״קען דו״ עדיטוד, וואס איז נאך אין א געוויסע זין שטערקער ווי די פלאן אליינס.

סאו ווילאנג ער פאולט ביי אזאנע נידריגע נאמבערס ווי יעצט זענען זיינע שאנסען כמעט אוממעגליך, אויב וועט ער אבער גאר גוט קאמפיינען און ארויסברענגען זיינע טאלאנטען וועט ער אפשר באקומען א גוטע סעקרעטאריעל זשאב אין די ווייסע הויז קאבינעט אדער גאר לויפען פאר גאווערנער איז זיין שטאט.

איך האב געוועלט פאר נאמבער צוויי, איך בין געוועהן זיכער דאס וועט געווינען 99-1
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג יולי 11, 2019 8:30 am

דאנקע שיין פאר די קאמפלימענט.

לאמיר נישט פארדרייען די טאפיק, נאר ענטפערן בקיצור.
יענג איז נישט קיין אקעדעמיקער, כאטש טאקע א הויך-געלערנטער. (ער האט שטודירט אין Ivy League קאלעדזשעס סיי עקאנאמיקס און סיי געזעץ, און גראדואירט די בעסטע).

יענג איז א טיפיקל אמעריקען סוקסעס סטארי. א קינד פון אימיגיראנטן, וואס האט געעפענט ביזנעסער (נישט געדרייט מיט יענעמ'ס געלט אויף וואל סטריט), און זיך אליינס ארויפגעדראפעט צו ווערן א מיליאנער. שפעטער האט ער געהאלפן (נאן-פראפיט) אויפצושטעלן טויזנט פרישע ביזנעסער. נישט בלויז מיט געלט, נאר בעיקר מיט ראט און טאט.
דאס מיינט אז ער איז א עכטע איש המעש, מיט א געזונטע "קען דו" עטיטוד. אפשר נישט פונקט ווי טראמפ, אבער גענוג אויף אויפצוטון אין וואשינגטאן.
און אויב איז איינער נאכנישט איבערגעצייגט זאל ער אויסהערן סיי וועלכע שמועס מיט יענג, קורץ אדער לאנג. א טעארעטיקער מיט די קאפ איבער די וואלקענעס איז בכלל נישט עפעס וואס שטימט אויף אים.


ווי אומפונקטליך די פאולס זענען בכלל, אזוי פרי און מיט אזא ברייטע פעלד, איז עס ביי יענג נאכמער אזוי, צוליב אסאך סיבות. (בעיקר ווייל די זעלבע דעמאגראפיק וואס גייט די שטערקסטע פאר אים, יונגע סאפיסטיקירטע, איז די זעלבע וואס דרייט זיך די בעסטע ארויס פון פאולסטערס). אבער רעאליסטיש זענען זיינע שאנסען טאקע נישט צו גוט. איך וואלט אים געגעבן ארום 10-20 פראצענט אז ער גייט געווינען, (דאס איז נישט די זעלבע זאך ווי אז 10-20 פראצענט וואלטן יעצט געשטימט פאר אים, זיכער נישט).

אבער אפילו אויב געווינט ער נישט, וועט ער גאר אסאך אויפטון אויב ציט ער אן גענוג שטארק, מיטן צוריקברענגען אנדערע פאליטיקאנטן צו נארמאלקייט און זיי צווינגען צו אדרעסירן זיינע פאליסיס, (בערני האט געהאט מער השפעה אויף די דעמאקראטן אין 2016 ווי קלינטאן). ער טוט דאס שוין אביסל יעצט, ווי געשריבן אויבן, און זיין השפעה ווערט נאר שטערקער.

אויך וועט ער מסתמא לויפן נאכאמאל 4 אדער 8 יאר ארום, ווען זיינע שאנסן וועלן מסתמא זיין אסאך בעסער. סיי ווייל מער מענטשן וועלן וויסן פון אים, און סיי ווייל זיינע געדאנקען זענען אביסל ahead of the times.

עניוועי, פארשטיי איך קיינמאל נישט וואס מענטשן האבן אזוי מורא צו שטיצן א קאנדידאט וואס גייט מסתמא נישט געווינען. אויסגעבן געלט איז איין זאך, אבער אויב טוסטו סייווי אין פאליטיקס וואס שטערט דיר צו שטיין אויף יענעמ'ס זייט, זיך אננעמען פאר אים, אויפקלערן אנדערע?
קוקט אויס מענטשן האבן מורא פון די ציפ וואס זיי גייען כאפן ווען זייער פעיווארייט גייט פארלירן. אבער דאס איז אומלאגיש, ווייל אויב האלטסטו פון יענעם כאפסטו שוין יעצט די ציפ ווען דו הייבסט הענט. נו וואס א חילוק אויב כאפסטו די ציפ יעצט אדער שפעטער?


אגב, (און אביסל צוריק צום טאפיק), ווי איך פארשטיי זענען טראמפ'ס שטיצער בעיקר טאקע קעגן דעם וואשינגטאן קולטור. אבער נישט קיין חילוק ווי גוטע דזשאב דו האלטסט אז טראמפ טוט מיטן אויסטרוקענען דעם זומפ, קען ער דאך נישט זיין פרעזידענט מער ווי 8 יאר, און דערנאך איז צוריק צום אלטן (גלייך אדער צוביסלעך). יענג'ס פלאטפארמע איז נישט געבויט אויף זיך, אז ער וועט אויסטרוקענען דעם זומפ, נאר אויף זיינע ווייט-גרייכנדע פאליסיס, אריינצושטעלן א דרעינעדזש סיסטעם אין פלאץ. אויב פירט ער אויס, אפילו נאר מיט א חלק, וועט 100 יאר נאך יענג'ס טויט די זומפ זיין טרוקענער ווי יעצט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
האאאטשו
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 1:17 pm
לאקאציע: וואו נישט

תגובהדורך האאאטשו » דינסטאג יולי 23, 2019 8:49 am

שמו האט געשריבן:געוועלט פאר די ערשטע
אבער ריכטיג איז די צווייטע, אז נאר ווען ס'מאכט סענס

דא עקא, אז אלעמאל מאכט ער סענס

גא"מ
ווער עס ווייסט זאגט נישט, און ווער עס זאגט ווייסט נישט


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט