נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

דער לאקאלער פאסטמייסטער דערציילט אז לעצטענס פיהלט זיך אן דעם רב'ס פאסט קעסטל מיט פרישע בריוון אבער ווערן נישט געעפענט. ער האט אויך געוואוסט צו פארציילן אז דער גבאי האט אנגעשטעלט אזא סארט אויטאמאטישע ענטפער פאר איטליכע בריוו וואס קומט אן. איעדער וואס שיקט א בריוו באקומט צוריק א קורצע בריוו וואס טוט אנדייטן אז דער רב איז היצט אויף דאטשע און וועט צוריק זיין אין 2 וואכן בערך.
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

ער איז געווען ביים קהלס מיטינג היינט נאכמיטאג
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ער איז נישט געווען פערזענליך, ער האט זיך באטייליגט טעלעגראמיש.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

פליגל האט געשריבן:ער איז נישט געווען פערזענליך, ער האט זיך באטייליגט טעלעגראמיש.

פארוואס מען פאר קיינעם נישט געזאגט אז די רב פארט אוועק? וואס איז געווען די גרויסע סוד?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

ר' זעקל דער סופר סת"ם האט ארויסגעשטעלט הערליכע מגילות צום פארקויפן, לויפט אין האנדלט אייך איין איידער ער לויפט אויס פין סחורה
מ'קען באצאלן מיט תשלימין.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

פארט נישט היי יאר ווייל דער גבאי האט זיך אפגעזאגט פון אמט, און טאקע דערפאר קענסטו נישט אנקומען צום גבאי'ן....
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

וואסי נייעס
גימפל דער פורים רב פון פאראיאר וויל נישט זיין היי יאר, ער זאגט אז פאראיאר האט אים קיינער געגעבן קיין געלט.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

א נייער האט געשריבן:וואסי נייעס
גימפל דער פורים רב פון פאראיאר וויל נישט זיין היי יאר, ער זאגט אז פאראיאר האט אים קיינער געגעבן קיין געלט.

קענסעך גימפל. ווען מ'וועט שוין קוים שאפן א נייע פורים רב וועט ער זאגן אז ער קען יא, ער האט נאר געמאכט א דזשאוק...

#גימפל בתפארתו
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

פוטשקע רבי קומט אצינד אן פאר א באזוך ביים רב
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

שיינע באזוך געווען!
ביים ארויסגיין האט זיך דער פוטשקער צעבייזערט אז מען האט אים שמוציג געמאכט זיין פעלץ, דער רב'ס גבאי האט אים געגעבן א קליינע שטופ... און דאס איז געווען די פונק וואס האט אויפגעריסן....
דער פוטשקער האט דערלאנגט א קאפע פארן רב מיט זיין שפיציגע שוך, און דער גבאי האט אראפגעטראסקעט דעם פוטשקער אלע טרעפ...
אצינד פארט דער פוטשקער ארויס פון שטעטל...

קוקט אויס עס קומט נאך אסאך פאן..
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי »

נו ווער איז פורים  רב?
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

גיי האט געשריבן:נו ווער איז פורים  רב?

נו ווער, וואס מיינסטו!! גימפל.
פאר די גאס זאגט ער אז נישט, אבער מיר איז ער נעכטן געקומען בעטן געלט פאר בעקיטשעס און קאלפיקס.
ער האט זיכער געמאכט אז דער ראש הקהל איז אויף זיין זייט, און ער לאט קיינעם ווערן אנשטאטס אים.

----
אין דיין'ס שטיבל הער איך גייט יא זיין א צווייטע.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

ברעיקינג! דער פוטשקער איז געקומען איבערבעטן דעם רב זז"ג. און דער רב האט אים געהייסן איבערבעטן דעם גבאי'ן, און ווי פארשטענדליך האטערעם נישט מוחל געווען...
ס'בושות פאר פוטשק!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

די קינדער גרייטן זיך שוין ערנסט אויף פורים זעה איך.
נעכטן האב איך געהערט אין הויף פון ביהמ"ד א שמועס צווישן דריי קינדער וואס פלאנען צו פארברענען א המן-קלאץ בעצם יום הפורים. א שאד אז איך ווייס נישט ווער זיי זענען ווייל איך בין זיכער ביי זיך אז זייערע עלטערן ערלויבן נישט אזעלכע שטיפערישע מעשים.
פאראיאר האבן זיך נעבעך צוויי קינדער צובראכן א ביין ביים ארויפקריכן אויפצוהענגען דעם קלאץ.
אז מ'רעדט שוין, מיין איך אז מ'זעהט לעצטנס פיל מער ווילדעווען דורך קינדער אין שטעטל. איך וויל קיינעם נישט אנהעצן, אבער ס'זעהט מיר אויס אז די דעם ראשעקאל'ס אינגסטער איידעם (דענק איך שוין נישט זיין נאמען) טויג נישט אזוי ווי מ'האט געמיינט. איך האב שוין דעמאלט אנגעזאגט מיינע זין אז זאלן נישט שיקן זייערע בנים ביי אים'ן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ביי שפרינצא די וועשערין טוט זיך אין די קעך, מ'נעמט אפיר די משלוח מנות טעצער, חיים'קע וועט זיי נעמען וואשן ביים טייך, שפיגלען וועלן זיי אווי די זונען שטראלן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

farshlufen האט געשריבן:ביי שפרינצא די וועשערין טוט זיך אין די קעך, מ'נעמט אפיר די משלוח מנות טעצער, חיים'קע וועט זיי נעמען וואשן ביים טייך, שפיגלען וועלן זיי אווי די זונען שטראלן.

מ'הארגעט זיך דארט איבער א גאסט וואס איז געקומען פון א ווייטע מדינה (יענע לאנד הייסט מיינעך "כריין") צו שפרינצע ווייל אין יענע מדינה איז דא עפעס א וויירוס וואס ס'הייסט "קראנקע" (עפעס אזוי) און מ'האט מורא אז ס'וועט זיך אויך דא פארשפרייטן. די רב האט געזאגט אז מ'ברויך גארנישט מורא האבן, איך האלט פונקט ווי דער רב.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

nmi האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ביי שפרינצא די וועשערין טוט זיך אין די קעך, מ'נעמט אפיר די משלוח מנות טעצער, חיים'קע וועט זיי נעמען וואשן ביים טייך, שפיגלען וועלן זיי אווי די זונען שטראלן.

מ'הארגעט זיך דארט איבער א גאסט וואס איז געקומען פון א ווייטע מדינה (יענע לאנד הייסט מיינעך "כריין") צו שפרינצע ווייל אין יענע מדינה איז דא עפעס א וויירוס וואס ס'הייסט "קראנקע" (עפעס אזוי) און מ'האט מורא אז ס'וועט זיך אויך דא פארשפרייטן. די רב האט געזאגט אז מ'ברויך גארנישט מורא האבן, איך האלט פונקט ווי דער רב.

וואס הייסט דאס וויירוס?

אבער עפעס האבעך געהערט שבת נאכמיטאג ביים אויפפיקען דעם טשולענט פון בערל בעקער אז דר. גרינצווייג איז געווען ביי שפרינצען שבת אויפדערנאכט און געגעבן באנקעס פאר דעם גאסט. לאמיר האפן אויפן בעסטן
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

עס קורסירן קלאנגען אז די דרויסנדער וועלט האט אדאפטירט אינזער מהלך פין חתונה מאכן....
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואס איז די "קאלערא" פון וואס מ'האט נעכטן געשמועסט אין שענק?
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

הער איך יעצט אז די קארנדיג (אזוי הייסט עס, דאס האב איך אליין געהערט פון טיבאר דער געהילף ביים דאקטאר) איז שוין ממש נעבן אונז, עס איז שוין דא א אנגעשטעקטער אין ר. לאדאני, אידן מען דארף זיך אויפוועקן מען דארף רעדן מיט די זט"ע וועגן אן עצרת תפילה ותענית ציבור רבתי.
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יחצאל דער אפטייקער האט געלאזט מעלדן דעם רב, אז ער האט צוגעגרייט א גרויסן זאפאס פון כל'ערליי שמירעכצער פאר יעדן נויטפאל. ספעציעל האט ער געלאזט צוזאמנעמען די איבעריגע געמאלענע חריין פון פארגאנגענע יו"ט פסח, זאגנדיג אז דאס האט אין זיך ספעציעלע אייגנשאפטן צו אויסברענען די אלע מיחושים.

איך מוז מודה זיין אז ס'הערשט א היבשער פאניק אין שטעטל, און אזוי ווי אלעמאל טרעפט שוין דער יצר הרע של מחלוקת זיין וועג אריין... ס'טוטצעך דא אויף טישן און אויף בענק, נאכדעם וואס ר' שלמה ירחמיאל פון די פאָרשטאנד האט געלאזט הערן זיין מיינונג אפצושפארן דעם "הקדש", צוליב דעם וואס ס'הערשט דארט זייער א נאכגעלאזטער מצב, פון היגיענינשער שטאנדפונט.

גלייך איז געווארן א גרויס טומל. מאנכע האבן גע'טענה'ט אז דאס פארטרייבט די ארעמעלייט פון שטאט, און דאס אליין איז גורם אלע מחלות. פון די אנדערע זייט האבן זיך אנגעפאנגען יאווען אומצאליגע שמועות איבער אנגעשטעקעטע וואס האבן באזוכט דעם "הקדש". אין פאקט זענען דא עטליכע קבצנים וואס ליגן שוין שטערבלעך קראנק, נאר מ'ווייסט נישט צו דאס איז טאקע דער קרענק אדער גאר עפעס אנדערש.

דער היזיגער דאקטאר איז מודה אז זיין באקאנטשאפט מיט די קרענק איז נענטער צו נול.. און ער ווייסט נישט וויאזוי צו אינדענטיפיצירן די קרענק. ער ווארט אויף אנווייזונגען פונעם נאציאנאלן רעגירונג וואס שפעטיגט צו קומען.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כ'הער אז דער רב איז נישט געווען אין שול היינט. האט עפעס פאסירט?
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'הער אז דער רב איז נישט געווען אין שול היינט. האט עפעס פאסירט?

פעיק ניוז כ'האב איהם געהעריג געזעהן היינט.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

בלעכענער פנים האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'הער אז דער רב איז נישט געווען אין שול היינט. האט עפעס פאסירט?

פעיק ניוז כ'האב איהם געהעריג געזעהן היינט.

נישט געווען.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

מחשב האט געשריבן:
בלעכענער פנים האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'הער אז דער רב איז נישט געווען אין שול היינט. האט עפעס פאסירט?

פעיק ניוז כ'האב איהם געהעריג געזעהן היינט.

נישט געווען.

יא געווען, ער'ט געדאוונט מיט די ותיקין מנין, אנדערש ווי זיין טעגליכע רוטין.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”