נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:39 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אויב איז דער סוכה ליפערונג אויפן וועג צו מיר, קען ער זאפארט מאכן א יו טורן... נישט דאס האב איך באשטעלט! איך גיי אים נישט צאלן פאר דעם!


די ברעטער זענען שוין לאנג אפגעליפערט.. עס נעמט דריי טעג צו דיוועלאפן די בילדער..
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:24 pm

פאקטען האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אויב איז דער סוכה ליפערונג אויפן וועג צו מיר, קען ער זאפארט מאכן א יו טורן... נישט דאס האב איך באשטעלט! איך גיי אים נישט צאלן פאר דעם!


די ברעטער זענען שוין לאנג אפגעליפערט.. עס נעמט דריי טעג צו דיוועלאפן די בילדער..

ביי מיר אין געשעפט האסטו עס אין אונטער 2-1/2 רעדי.

(יוש כ'האב פארגעסן אז אייוועלט איז נישט געמאכט צו עטווערטייזן פריוואט...)
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:56 am

גרויס זארג הערשט און שטעטעל, נאך דעם ווי מאיר'ל דעם ראש הקהל'ס שליח צו ברענגן אן אתרוג, איז צוריק געקומען מיט ליידיגע הענט.
ווי ער זאגט איז ביים אתרוג סוחר געווען נאר דריי אתרוגים, און ער האט זיך נישט געקענט ערלויבן די הויכע פרייז דערפון.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:08 am

משה יעקב׳ס דער נייער עושר זאגט אז ער שיקט שוין טעלעגראמען צי זעהן צי עס איז דא אין שטאט עפעס פרישע אתרוגים. ער זאגט אז געלט וועט נישט זיין אן אפהאלט. וואס איז טאקע געווארן מיט זיין דיעל אויף די דריי ווינט-מיהלן פונעם פריערדיגן גובערנאטור, ער האט האט עס באקומען למעשה?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21987
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:33 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:וואס איז טאקע געווארן מיט זיין דיעל אויף די דריי ווינט-מיהלן פונעם פריערדיגן גובערנאטור, ער האט האט עס באקומען למעשה?

זעהט אויס אז יא
צוגעלייגטע
Windmill_LI.jpg
Windmill_LI.jpg (139.39 KiB) געזעהן 1079 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:30 am

farshlufen האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:וואס איז טאקע געווארן מיט זיין דיעל אויף די דריי ווינט-מיהלן פונעם פריערדיגן גובערנאטור, ער האט האט עס באקומען למעשה?

זעהט אויס אז יא

ער האט נאר באקומען איינס.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 1:47 pm

א נייער האט געשריבן:גרויס זארג הערשט און שטעטעל, נאך דעם ווי מאיר'ל דעם ראש הקהל'ס שליח צו ברענגן אן אתרוג, איז צוריק געקומען מיט ליידיגע הענט.
ווי ער זאגט איז ביים אתרוג סוחר געווען נאר דריי אתרוגים, און ער האט זיך נישט געקענט ערלויבן די הויכע פרייז דערפון.

ש'טא וואס זיך צו זארגן, איך שפאר שוין אפ פון אנהויב ווינטער גראשן נאך גראשן, גרייצער נאך גרייצער צו קענען קויפן אן אתרוג, איך פלאן צו פארן קויפן אן אתרוג תיכף נאך ר"ה.
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 1:57 pm

איך מיין אז סאיז שוין צייט צוקויפען א נייעם האמערעל פאר חצקלען דער שמש שוין יארן וואס ער קלאפט אויף אונזערע פענסטער מיטען אלטען האמערל איצטערט לכבוד סליחות לאמיר אים געבען א מתנה א נייעם, פלאנט עמיצער אראפ צופארן אין מארק היינט
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

מחשב
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 2:37 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן: וואס איז טאקע געווארן מיט זיין דיעל אויף די דריי ווינט-מיהלן פונעם פריערדיגן גובערנאטור, ער האט האט עס באקומען למעשה?


וואס דיעל'ס ווען דיעל'ס... ביינונז אינדערהיים האט מען געוויסט אז מ'פארבייסט א שטיקל לקח און מ'שליסט מקח.. צומאל טרינק מען צו א גלעזעל קנאק יענקל, מ'ווינטש זיך לחיים ווי גוטע ליבע ברידער, און מ'לעבט א גוטן טאג.. ווער ווייסט דען פון די אלע באגריפן?
הוי מחשב...

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 6:14 pm

ווי אוזי זאגט די וועלט,
דאר בלייבט דאר און לקח בלייבט לקח
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 3:59 pm

אינטערעסאנט, קיינער האט נאכנישט באריכטעט איבער די שרעקעדיגע געשעניש וואס האט זיך אפגעשפילט אין שטעטל די צווייטע נאכט ר"ה, ווען מען האט באמערקט עפעס א מאדנע פליענדיגע אביעקט איבערן שטעטל, ס'האט געהאט אזא סארט ליכטיגקייט, און איז געווען אין א גאר מאדנע פארעם, א לענגליכע געדרייעטע זאך. ווען דאס איז פארבייגעפלויגן איבערן שול איז דער עולם אזאנס ארויסגעלאפן דאס איז געווען אזא פחד..
איטשע דעם שמעלצער'ס זאגט אז זייענדיג אין די מרחקים האט ער געהערט אז דאס הייסט א יאנעפאו... עפעס אזוי. אבער איך גלייב אים נישט, ער האט ווארשיינליך דאס יעצט פאבריצירט אין זיין רייכע פרוכטבארע פאנטאזיע.
אגב וויאזוי איז געווען די תפילות מיט די בעלי תפילות?
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 4:04 pm

יש בו האט געשריבן:ווי אוזי זאגט די וועלט,
דאר בלייבט דאר און לקח בלייבט לקח


אזוי זאגט די וועלט?!?!?!?!

כאב געוויסט סאיז א עולם השקר!!!

איך בין געווען דאר, און איך בין שוין געווארן אויס דאר..

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 12:48 pm

אויף דיר גייט ארויף די צווייטע חלק פונעם מאמר,
לקח בלייבט לקח
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:18 am

ברעכנדע נייעס!!!
נעכטן טיף אין די נאכט שטונדן האבן זיך זשאנדארן אריינגעריסן אין שטעטל און ארויסגעטריבן דעם שלאפנדן עולם פון די סוכות, זיי האבן פארפירט אז די "ביידלעך" (כלשונם) שטעלן א געפאר פון פארשפרייטן שריפות אין שטעטל און פון שעדיגן מענטשן דורכן צאמפאלן פון שווערע ווינטן. ס'האט נישט געהאלפן קיין שום טענה'רייען, זיי האבן מיט גרויס חוצפה געשענדעט און אומגעווארפן פילע סוכות.
פרי פארטאגס האט זיך מאניש שתדלן אינאיינעם מיטן ראש הקהל געיאגט צום פאלאץ פונעם גובערנאטער מיר האפן אז זייער אינטערווענץ וועט אויפטוהן.
מ'האט נארוואס פארענדיגט א מנין תהלים אין וועלכע די רב האט זיך משתתף געווען, ער האט מיט גרויס צער און געוויין געשטורעמט ביים בימה און אויפגעפאדערט דעם ציבור צו איינצורייסן לבטל רוע הגזירה.
באריכטן וועלן נאכפאלגן.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 1:02 pm

דער גובערנאטאר האט זיך אנשולדיגט פאר מאניש'ן אז ער האט נישט געוואוסט פון דער גאנצער געשעעניש, און זיכער נישט אז עס גייט געשעען. ער האט געזאגט דעם ראש הקהל'ן אז ער פארארדענט די זשאנדארן ספעציעל די בריגאדע וואס זענען געווען פארמישט אין דעם אקט אז זיי מוזן צוריק אויפשטעלן די ביידלעך נאך היינט אויב ווילן זיי נאך בלייבן ביים אמט.

דער גובערנאטאר זעלבסט האט געמאלדן אז ער גייט זעלבסט אראפקומען באאבאכטן די ארבייט אז אלעס ווערט צוריק צוזאמגעשטעלט.

אלס אקט פון סאלאדירטעט האט דער גובערנאטאר באאויפטראגט זיין הויז סוויטע אויפצושטעלן א סוכה אין זיין גארטן ווי ער האט פארבעטן יאשיק דעם מעלער זאל אראפקומען אהין אפמאלעווען א בילד ווי ער זיצט דערינען. ער זאגט ער גייט דאס אויפהענגל נעבן זיין טויבן שטייג וואס טוויטשקען אגאנצן טאג אזוי ארום וועלן אלע טוויטשקער העלדלערס קענען זען(מיינען) וואספארא אוהב ישראל ער איז.

נאכ'ן אומקוקן זיך וועט דער גובערנאטאר אפשטאטן א באזוך אין דעם ראש הקהל'ס סוכה ווי דער רב און דער דיין, ווי אויך מאניש שתדלן וועלן אריבערקומען און איבערשמועסן ווייטערטיגע צוזאמארבייט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:39 pm

קול רנה וישועה באהלי צדיקים!

אין די מינוטן ווערט געשלאסן דער שידוך במעונו פונעם רב זז"ג מיט זיין טאכטער הכלה הצנו"ח שתחי' עב"ג החתן פרע"ח כמר שלמה חיים ני"ו א זון פון ר' מאטל מלמד.

די תנאים וועט געליינט ווערן יעצט אויפדערנאכט אינעם גרויסן שול.

ענבי הפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

ישרן
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:35 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:קול רנה וישועה באהלי צדיקים!

אין די מינוטן ווערט געשלאסן דער שידוך במעונו פונעם רב זז"ג מיט זיין טאכטער הכלה הצנו"ח שתחי' עב"ג החתן פרע"ח כמר שלמה חיים ני"ו א זון פון ר' מאטל מלמד.

די תנאים וועט געליינט ווערן יעצט אויפדערנאכט אינעם גרויסן שול.

ענבי הפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל!

נאך אין מיין לעבן נישט אזויס געהערט! א "תנאים" אין א שול????
דאס קאן נישט געמאלט זיין! עס איז קעגן די תורה!
קאן נישט גלויבן אז דער רב לאזט דאס צו.
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 4:56 pm

קנ"א טוט זיך אנטשולדיגן פאר'ן נעכטיגן באריכט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש. די תנאים איז ווירקליך געליינט געווארן ביים רב אין שטוב, און נישט אין שול ווי באריכטעט.

דאס איז נאר קלארצושטעלן די פאקטן, מיר נעמען נישט קיין שטעלונג אין די הלכה'דיגע חלק דערפון.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5862
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:49 pm

וואס׳טע געמיינט?.. פישל איז שוין אויף מעסער שטעך מיטן ראה״ק ווי די חחונה זאל פארקומען. פישל ווי שטייצעך ס׳זאל זיין אויף זיין פעלד, דער ראה״ק וויל... אויף זיינס!

פישל׳ס מעלה איז אז דער רב איז אויף זיין זייט, דער ראה״ק׳ס מעלה איז אז ער רעדט זיך איין אז דער רב איז אויף זיין זייט. דער וואס איז אין א דילעמא איז דער רב זעלבס! ער ווייסט אז ווען דער ראה״ק רעדט זיך איין עפעס מיז מען זעהן אז אזוי קאכט זיך עס טאקע אויס, ווייל אויב נישט טויג נישט!

העמער מיזן אויסווארטן צו זעהן וואס דא וועט זיך אויסקאכן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:50 pm

ווייטער עפעס א געפעכט דארט. איך מוף באלד ארויס פון דא.
נאט אייך א גרינע...


עליען
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 20, 2019 9:19 pm
לאקאציע: עריע 51

תגובהדורך עליען » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:53 am

פליגל האט געשריבן:ווייטער עפעס א געפעכט דארט. איך מוף באלד ארויס פון דא.

קאנסט מופ'ן קיין נוא יארק, ס'היינט ליידיג געווארן א דירה דארטן!

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 10:42 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וואס׳טע געמיינט?.. פישל איז שוין אויף מעסער שטעך מיטן ראה״ק ווי די חחונה זאל פארקומען. פישל ווי שטייצעך ס׳זאל זיין אויף זיין פעלד, דער ראה״ק וויל... אויף זיינס!

פישל׳ס מעלה איז אז דער רב איז אויף זיין זייט, דער ראה״ק׳ס מעלה איז אז ער רעדט זיך איין אז דער רב איז אויף זיין זייט. דער וואס איז אין א דילעמא איז דער רב זעלבס! ער ווייסט אז ווען דער ראה״ק רעדט זיך איין עפעס מיז מען זעהן אז אזוי קאכט זיך עס טאקע אויס, ווייל אויב נישט טויג נישט!

העמער מיזן אויסווארטן צו זעהן וואס דא וועט זיך אויסקאכן.

א חתונה אויף א פעלד?!?! כ'האב אזאנס קיינמאל נישט געהערט!
פארוואס זאל עס אנדערש זיין פון די פאריגע חתונות וואס מ'האט אפגעראכטן אין בימ"ד?

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 11:00 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דער וואס איז אין א דילעמא איז דער רב זעלבס! ער ווייסט אז ווען דער ראה״ק רעדט זיך איין עפעס מיז מען זעהן אז אזוי קאכט זיך עס טאקע אויס, ווייל אויב נישט טויג נישט!

נעה. די ראה"ק האט שוין באקומען זיין לעסען ווען ער האט געוואלט אז די רב זאל זיך אריבערציען אין די נייע דירה הארט נעבן ביהמ"ד וואס ער האט אים ספעציעל געלאזט בויען און די רב האט אים פיין מסדר געווען מיטן זיך ארויסצוען צוויי חדשים פארן ענדיגן... (כ'מיין אז ר' משה שמעון האט נאך די צייכענעס אויף זיין פנים פון די פעטש וואס ער האט געכאפט פונעם ראה"ק דעם נעקסטן שבת... נעבעך. כ'האב אים אזוי געשוינט).

און אויך ווען די רב האט זיך אנטזאגט ברבים פון נעמען די געלט וואס די ראה"ק האט איבערגעדרייט די שטעטל מיט זיין "$8888.88 האלב יעריגע" קאמפעין פארן רב'ס שטוב.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:46 pm

דער רב איז נישט אין שטאט די וואך. דער אלטער דיין וועט ר"ח בענטשן און פירן א באטע אין די סוכה. ווי אויך גייט ער פארלערנען ברכו נפשי שב"ק נאכמיטאג.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 4:33 pm

[quote="פליגל"ווי אויך גייט ער פארלערנען ברכו נפשי שב"ק נאכמיטאג.[/quote]
:lol:
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט