דילעמא; מיין שיל געט נישט מארגען קיין רעב ישעיל'ע פרישטיג

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

דילעמא; מיין שיל געט נישט מארגען קיין רעב ישעיל'ע פרישטיג

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג מאי 07, 2019 10:42 pm

יעצט ביי מעריב האט די שמש געבראכען די נייעס אז מארגען עסט מען פרישטיג געהעריג פונקט ווי יעדן טאג, נישטא קיין סעודה אין שיל.

מה דעתכם

1) זאל מען ווארפן די שמש פון זיין פאזיציע פאר נישט צושטעלן א פרישטיג?
2) אנהייבען א הינגער סטרייק ביז די יארצייט פונעם בת עין, אפשר וועט דאן יא זיין א סעודה?
3) טוישן ביהמי"ד און זוכען א שול וואס האלט זיך יא צו מסורת אבות אבות און שטעלט צו א סעודה?
4) אלל אף די אבאוו

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג מאי 07, 2019 10:50 pm

אזוי ווי די לעצטע פאר יאר איז איינגעפירט אז מ'עסט פרישטיג אינעם יארצייט פון ר' ישעי'לע אויפן זעלבן ארט ווי מ'דאווענט, קומט אויס אז מ'ברויך זיך מתיר נדר זיין צו עסן אויף א צווייטן מקום. אויב איינער וויל זיך מתיר נדר זיין ברויכן די דריי דיינים איינזעהן אז ס'איז טאקע וויכטיג זיך מתיר נדר זיין.

אויב נעמסטו מיר אלס דיין, איך זעה נישט איין אז ס'איז וויכטיג זיך צו מתיר נדר זיין פאר אזא הייליגע זאך סוי ברויכסטו מארגן דאווענען אינדערהיים אויפן זעלבן פלאץ ווי דו וועסט עסן פרישטיג... אויב האסטו נאך 2 ניקים וואס האלטן ווי מיר ברויכסטו עס מקיים זיין............

שיק מיר זיין עדרעס ביטע...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3380
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג מאי 07, 2019 11:12 pm

אוודאי דארף מען פייערן דעם שמש, אזאנס?

סדאך א בפירושער מחבר אז מען דארף מארגן צושטעלן פרישטאגס אין אלע שולן

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג מאי 07, 2019 11:16 pm

ס'הייסט וואס?? פייף אריין דעם שמש, גיי אין גראסערי, בעקערי, יאטקע, פיש געשעפט, אייזקרים סטאר, מילכיגע רעסטאראנט, פליישיגע רעסטאראנט, פיצא סטאר, וכו' וכו' בעק צו דעם טראק צום הויפט שןל טויער און לאדן אראפ פון אלעם גוטן, שריי הויעך לע"נ רעב שייעלע און זאל דער שמש פלאאאאאאאצצצצן !!!!
. . . . . . .

אוועטאר
קראך א גוטס
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2015 2:27 pm
לאקאציע: מאנטריאל, קאנאדע

תגובהדורך קראך א גוטס » דינסטאג מאי 07, 2019 11:21 pm

אז די שמש שטעלט נישט צו גייט מען אים נישט לאזן צושטערן די מנהג מדור דור מען וועט גיין צו אלע ארימיגע בתי מדרשים און רעסטעראנטוס און מען וועט נקמה נעמען אויפן העכסטן פארנעם!

YES WE CAN!!!
קראך א גוטס

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג מאי 07, 2019 11:38 pm

הערסט א מעשה? דעם שמש דארף מען אדער בייגן אדער לייגן.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג מאי 07, 2019 11:48 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:הערסט א מעשה? דעם שמש דארף מען אדער בייגן אדער לייגן.
:lol:
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג מאי 07, 2019 11:50 pm

די שמש איז גערעכט מען דארף טאקע נישט געבן קיין פרישטיג....
עס איז א משוגעת ווי אלע משוגעתן שוין גענוג געוועהן
参考专家

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג מאי 07, 2019 11:55 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:הערסט א מעשה? דעם שמש דארף מען אדער בייגן אדער לייגן.


:lol: :lol:

הרב_שלום
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך מאי 08, 2019 8:00 am

מומחה יוחס האט געשריבן:די שמש איז גערעכט מען דארף טאקע נישט געבן קיין פרישטיג....
עס איז א משוגעת ווי אלע משוגעתן שוין גענוג געוועהן


פאר די צווייטע וועלט האט געוואוינט א יוד אין קרעסטיר מיטן נאמען ר' ישעי שטיינער וואס האט געהאט די זעלבע משוגעת
Shop early prime deals in Baby
https://amzn.to/2Xz8UGF

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך מאי 08, 2019 8:36 am

כמיין סאיז שוין עטליכע מאל דעבאטירט געווארען דא אויפן פארום. די נושא פונעם הייליגן ר' ישעי'לע. און זיי ן עבודה צו העלפן און געבן צו עסן פאר אידן. דער פראבלעם איז ווען סגייט ארויס פון פראפארציע.
און סקוקט אויס ווי ג' אייר איז ערב יום כיפור וואס סאיז א דאורייתא ווי מער צו עסן.
און די ערשטע כזית דארף זיי ן בכדי אכילת פרס לתיאבון.
און דאס האט דער פותח האשכול געמיינט. מקען עס לאזען יומערעס.
איך האב א מנהג אז איך געב היטשעס פאר אידן לע''נ ר' ישעי בן ר' משה
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 08, 2019 8:43 am

א בחור'ל האט ארים געקולעצט אין בית מדרש היינט אינדערפרי, הער איך ווי זיין טאטע שרייט אים אן: וואס פאלעצטי ארום? ס'איז ר' שעי'לעס יארצייט, שטעל דיך שוין דאווענען!
דער טאטע האט עפעס א לחץ פון די מצוות היום

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 08, 2019 8:44 am

אין אפאר יאר ארום וועט איינער פרעגן אינעם אשכול "ווי איז די מקור" פון וואנעט עס שטאמט די מנהג אז ג' אייר איז א מצוה צו עסן

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך מאי 08, 2019 10:12 am

דריידל האט געשריבן:אין אפאר יאר ארום וועט איינער פרעגן אינעם אשכול "ווי איז די מקור" פון וואנעט עס שטאמט די מנהג אז ג' אייר איז א מצוה צו עסן

און זיין טאטע וועט אים אנשרייען. די אויבער חכם. אלעס דארפסטו וויסען ווי סשטייט.
אז אידען טוען אזוי פרעגט מען נישט.
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך מאי 08, 2019 10:27 am

מאך א מארטש פון א מילאן מענטשן.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 8:55 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:הערסט א מעשה? דעם שמש דארף מען אדער בייגן אדער לייגן.

לא הבינותי על מה יצא הקצף אויפן אימגליקליכער שמש
דער מסגלי הסגולה האבען פארגעסען צוצייכענין א ר' ישעי'לע האט געהאט א געטרייע רבעצען, נאך יעדער סעודה איז זי אריין מיט'ן וואקום קלינר אין אויפגעקערט דער דיינינג רום.
דיין שיל'ס קאסע קען זעך נישט ערלויבען דינגען א שחור זיבען שעה ברציפות, אויפקערען דער אלע פרישטיגס פין תרח'ס מנין ביז דער האלבע-שעה-נאך-חצות מנין.
איז אויף וועם פאלט דעם עבודת הניקיון, אויפען אימגליקליכער שמש נעבעך.
פאריגער יאר האט ער זעך טאקע געדארפט לייגען אפאר טאג, אפריען פון די עבודת פרך אויפ'ן עיצומו של יום
נעם אנעצה פין א קליג יוד. אויף נעקסטע יאהר זאג צו דעם שמש אז ביז'ן יארצייט פונם רבעצען וועסטי בכבודך אויפקערען דער גאנצע שיריים פינם פרישטיקס, איך האנישט קיי ספק עט ער ערלויבען א פרישטיק לתפארת, שפייזען די אלע ארימעלייט מהודו ועד קיש


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעל דמיון, הייליג, שנלר און 16 געסט