שקר האט געשריבן:אומאפיציעל האט געשריבן:אין מאנסי האבן זיך אויך דורכגעדרייט לכה"פ א פינף זעקס טויזנט יודן אויב נישט טאפלט (אריינגערעכנט די וועלכע זענען געקומען און געגאנגען).
איך בין שוין געווען ביי אסאך לויות, אריינגערעכנט א צאל גרויסע לויות, איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אזויפיל יודן - נישט משפחה - קריעה געריסן ווי איך האב היינט געזעהן, איך האב אליינס אנגעטראפן מן הסתם א מנין יודן אדער נאכמער וואס האבן געהעריג קריעה געריסן ביים בוזעם, און עס איז זיכער געווען אסאך וואס האבן געריסן פון אונטן אדער ביי א מקום התפירה.
ביטע גיי צום אוגען דאקטער 6000 אידען די קענסט ציילען עס איז געווען שווארץ פון ראף ביז די בית החיים
אנטשולדיגט, איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן וואס איך האב שלעכט געזאגט, און פארוואס דו טראכסט אז איך קען נישט גוט זעהן. איך מיין אייגנטליך אז דו האסט נישט געליינט געהעריג וואס איך שרייב.
איך בין נישט קיין אונטערשאצער, אבער אויך נישט קיין איבערשאצער, עס איז בלי ספק אז "טויזנטער" מענטשן (איך ווייס נישט וויפיל טויזנטער) האבן נישט באגלייט ביז אריין אין בית החיים, אין בית החיים אליינס איז געווען אומגעפער דריי טויזנט מענטשן לויט מיין שאץ. אויפן וועג צום ביה"ח אויף 306 איז געווען שווארץ פון אלע זייטן וואו איך האב געקוקט, אבער געשטופט איז נאר געווען אין די צוואנציג פיס ארום די מטה, און ארום הונדערט פיס אונטערן מיטה איז שוין געווען דער עולם צושפרייט (זיכער ווייניגער ווי א מענטש פער 3 סקווער פיס), אבער צושפרייטערהייט איז געווען מענטשן ביז ווי ווייט די אויג האט געקענט זעהן (ווייטער וואלט איך נישט געקענט זעהן אפילו מיט אן אויגן דאקטאר), איך ווייס נישט ווי א גרויסע שטח איז געווען שווארץ "אויף איינמאל" אפאר פון די פאר הונדערט פיס וואס איך האב געקענט זעהן, און וואס איך האב געזעהן אויך ווי שטארק אנגעשטופט די פארשווארצטע גאסן זענען, לויט דעם האב איך געשאצט אויף "לכל הפחות" 6,000. ווייל ווען די לוי' איז ארויס פון שול האבן איר "נישט" אפגעווארט קיין 6,000 יודן אויף 306 (אפשר האלב דערפון), נאר דער ציבור איז כסדר געוואקסן, אזוי אז ביז אינמיטן באגלייטן איז שוין געווען פיל מער. פרויען און קינדער אויף די זייטן פון די גאסן איז געווען נאך "טויזנטער" אבער אויף דעם האב איך נישט קיין שאץ.
פעיק נוז האט געשריבן:מען האט נישט געקענט גיין פון איין גאס צום צווייטן, עס איז געווען אוממעגליך, די ספרינטער מיט די מטה איז דורכגעפארן די גאסן און אין יעדע גאס האט עס געהאט אנדערע באגלייטער.
עס האט אויסגעזעהן אז דו שרייבסט דאס אויף מאנסי, אבער אין מאנסי איז זיכער נישט אזוי געווען, אפשר אין בארא פארק יא.