אפשאצן ציפערן פון א פארזאמלונג

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג אפריל 02, 2019 10:01 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:אין מאנסי האבן זיך אויך דורכגעדרייט לכה"פ א פינף זעקס טויזנט יודן אויב נישט טאפלט (אריינגערעכנט די וועלכע זענען געקומען און געגאנגען).

איך בין שוין געווען ביי אסאך לויות, אריינגערעכנט א צאל גרויסע לויות, איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אזויפיל יודן - נישט משפחה - קריעה געריסן ווי איך האב היינט געזעהן, איך האב אליינס אנגעטראפן מן הסתם א מנין יודן אדער נאכמער וואס האבן געהעריג קריעה געריסן ביים בוזעם, און עס איז זיכער געווען אסאך וואס האבן געריסן פון אונטן אדער ביי א מקום התפירה.

ביטע גיי צום אוגען דאקטער 6000 אידען די קענסט ציילען עס איז געווען שווארץ פון ראף ביז די בית החיים
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אפריל 02, 2019 10:09 pm

שקר האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:אין מאנסי האבן זיך אויך דורכגעדרייט לכה"פ א פינף זעקס טויזנט יודן אויב נישט טאפלט (אריינגערעכנט די וועלכע זענען געקומען און געגאנגען).

איך בין שוין געווען ביי אסאך לויות, אריינגערעכנט א צאל גרויסע לויות, איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אזויפיל יודן - נישט משפחה - קריעה געריסן ווי איך האב היינט געזעהן, איך האב אליינס אנגעטראפן מן הסתם א מנין יודן אדער נאכמער וואס האבן געהעריג קריעה געריסן ביים בוזעם, און עס איז זיכער געווען אסאך וואס האבן געריסן פון אונטן אדער ביי א מקום התפירה.

ביטע גיי צום אוגען דאקטער 6000 אידען די קענסט ציילען עס איז געווען שווארץ פון ראף ביז די בית החיים

ס'זיכער געווען מער ווי 6 טויזנט.
אבער דאס אז עס איז געווען שווארץ די אלע גאסן איז נישט קיין ראי', ווייל מענטשן האבן כסדר באגלייט דעם ארון, און די זעלבע מענטשן זענען געווען אויף עטליכע גאסן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אפריל 02, 2019 11:25 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:אין מאנסי האבן זיך אויך דורכגעדרייט לכה"פ א פינף זעקס טויזנט יודן אויב נישט טאפלט (אריינגערעכנט די וועלכע זענען געקומען און געגאנגען).

איך בין שוין געווען ביי אסאך לויות, אריינגערעכנט א צאל גרויסע לויות, איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אזויפיל יודן - נישט משפחה - קריעה געריסן ווי איך האב היינט געזעהן, איך האב אליינס אנגעטראפן מן הסתם א מנין יודן אדער נאכמער וואס האבן געהעריג קריעה געריסן ביים בוזעם, און עס איז זיכער געווען אסאך וואס האבן געריסן פון אונטן אדער ביי א מקום התפירה.

ביטע גיי צום אוגען דאקטער 6000 אידען די קענסט ציילען עס איז געווען שווארץ פון ראף ביז די בית החיים

ס'זיכער געווען מער ווי 6 טויזנט.
אבער דאס אז עס איז געווען שווארץ די אלע גאסן איז נישט קיין ראי', ווייל מענטשן האבן כסדר באגלייט דעם ארון, און די זעלבע מענטשן זענען געווען אויף עטליכע גאסן.

מען האט נישט געקענט גיין פון איין גאס צום צווייטן, עס איז געווען אוממעגליך, די ספרינטער מיט די מטה איז דורכגעפארן די גאסן און אין יעדע גאס האט עס געהאט אנדערע באגלייטער.

rutledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » דינסטאג אפריל 02, 2019 11:39 pm

עכט היימיש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם איז אזוי פארנומען מיט דעם 6,000 תגובה.
פון זיינע ווערטער זעט מען קלאר ער איז נישט דארט געווען, ממילא וואס איז שייך זיך צו טענה'ן מיט אים.
ער האט קאנפירמד...
יעדער וואס איז דארט געווען ווייסט די מציאות וויפיל רבבות אידן עס איז געווען, און כלל ישרא איבער די גארער וועט וועלעכע גייען זעהן די בילדער גייען אויך זעהן דעם אמת אז ער וויל זעהן 6,000 פיין און וואיול, כל הכבוד.
פון מיין זייט קען ער זעהן אפילו 600

נומערן פון ישיבות אין כוללים וואס זענען געווען פארמאכט אליינס קומט מען לכאו' אן צו העכער 10 אלפים רעכן בעלי בתים בארא פארק און וויליאמסבורג + נשים איז געווען אסאך וטף גאנצעטע בארא פארקע ת''ת זענען געקומען כ'וויל נישט זאגן קיין גוזמאות ... אבער די איינציגסטע הסבר פארוואס איינער זאל שרייבן 6000 אי לכאו' צו געינען א רעפוטאציע דא אויפן וועלטל אלס איינער וואס איז מוראדיג ווייט פון גוזמאות זכה לו

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מיטוואך אפריל 03, 2019 12:48 am

איך בין געווען אין ב"פ אפגעבן דאס לעצטן כבוד פאר'ן צדיק.

עס איז געווען גאר גאר אסאך מענטשן, אבער עס איז זייער שווער צו שאצן, א גרויסע קידוש השם.

אלץ א משל, אסאך מאל ווען זאכן זעען אויס ווי 20 טויזנט מענטשן אין ארמערי למשל, ווען די עכטע בילדער קומען ארויס, און מ'מאכט גרויס און מ'ציילט, שטעלט זיך ארויס אז מרעדט פון 5000 מענטשן.

איך איד זאגט מיר אז זיין רבי אין אר"י האט 5000 אידן ביי די באטא יעדע וואך, קאמפעיר עס צו כ"א כסליו אין ארמערי... לויט די נאמבער איז געווען דא 100,000 מענטשן.

אין ראדני ווען מ'קעוועטשט צוזאם די קליינע בענק די הייליגע טעג עד אפס מקום, איז דא אביסל איבער צוויי טויזנט מענטשן, דאס הייסט אז ביים ברך משה'ס לוי' ווען מ'איז געווען צוזאמגעשטיפט אין די גאנצע שוהל ווי הערינג, איז זיכער געווען דריי מאל אזוי פיל, דאס הייסט 6 טויזנט מענטשן. (אין שוהל אליין.

יעצט וויאזוי קען מען צוזאם שטעלן אזא ברייטע שוהל, מיט שמאלע געסלעך? א אויג קען דאס נישט אפשאצן מ'דארף זיין א מומחה.

די זעלבע מיט כינות כלל ישראל, אזא ברייטע סטעדיום, און רויב אידן האבן דעמאלטס געזען די מערסטע אידן אויפאיינמאל צוזאמען, וויאזוי קען א אויג פארגלייכן מיט שמאלע געסלעך?

איך קען אויך נישט שאצן, אבער לויט ווי איך וואלט קאמפערט צו אנדערע בילדער וואלט איך געזאגט א 10000 ביז 12000 אידן, אבער אז מ'ציילט נישט ווייסט מען נישט, בדרך אגב ווען 300 אידן צוזאם'געשטופט אין א פיצי שטח שטופן, קען מען אויך חלישן, (ווי ביים ציון אין מאנרא פיעק טיים) מ'קען נישט דשאדשן אויף דעם.

אבער ווי געזאגט איך וויל ח"ו נישט קלענער מאכן די געשעעניש, די נאמעבערס מאכן דעם צדיק נישט קלענער און נישט גרעסער.

עס איז געווען נישט צום גלייבן, אלע שיכטן און קרייזן, גרויסע רבנים זיך געשטופט צוזאמען מיט'ן עולם, כאיש אחד בלב אחד, און ווי סקולענער רבי זז"ג האט געזאגט, מ'האמיר אלע פארלוירן א טאטע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 03, 2019 1:08 am

א_מין ווערטשאפט וואס דא גייט פאר... סקולענער רבי זצ"ל האט געהאט א מעגא לויה, א ריזן ציבור אזוי ווי ס'פאסט פאר אזא יוד, הו קעירס צו סיז געווען 3 טויזענט צו 30 טויזענט?! יעדער וואס אויגן אין קאפ האט געזעהן דעם ריזן ציבור קע"ה... אזא ציבור זעהט מען נישט סתם אזוי ביי א באגלייטן אדער רבישע חתונות, קומט א ניק וואס איז באורד און באשליסט צו מאכן א שמועס 6000 צו צען טויזענט... הו קעירס?!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

דודהמלך
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 5:41 pm

תגובהדורך דודהמלך » מיטוואך אפריל 03, 2019 1:47 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:א_מין ווערטשאפט וואס דא גייט פאר... סקולענער רבי זצ"ל האט געהאט א מעגא לויה, א ריזן ציבור אזוי ווי ס'פאסט פאר אזא יוד, הו קעירס צו סיז געווען 3 טויזענט צו 30 טויזענט?! יעדער וואס אויגן אין קאפ האט געזעהן דעם ריזן ציבור קע"ה... אזא ציבור זעהט מען נישט סתם אזוי ביי א באגלייטן אדער רבישע חתונות, קומט א ניק וואס איז באורד און באשליסט צו מאכן א שמועס 6000 צו צען טויזענט... הו קעירס?!

גם אני מצטרף

בלי שם
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 5:15 am

תגובהדורך בלי שם » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:29 am

אוהב ספרים האט געשריבן:
burich mechel האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:נארוואס קאנפירמד לויט די בילדער איז געווען בערך 6,000 אידן.
לכאורה די גרעסטע לוי' אין ב''פ


חחח

מינומים דאפלט

Nope he is right even 6000 Is a lot it was not 12,000


אויב אין ארה"ק איז דא לויות/עצרות וואס מען זאגט א האלב מיליאן ביז מיליאן - איז דא געווען 50 אלף


who cares

איך וויל דיר פאררעכטן,
אויב אין א"י איז דא לוויות / עצרות וואס מען זאגט א האלב מיליאן ביז מיליאן - איז דא געווען 50 מיליאן

בלי שם
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 5:15 am

תגובהדורך בלי שם » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:31 am

nmi האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
burich mechel האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:נארוואס קאנפירמד לויט די בילדער איז געווען בערך 6,000 אידן.
לכאורה די גרעסטע לוי' אין ב''פ


חחח

מינומים דאפלט

Nope he is right even 6000 Is a lot it was not 12,000


אויב אין ארה"ק איז דא לויות/עצרות וואס מען זאגט א האלב מיליאן ביז מיליאן - איז דא געווען 50 אלף


who cares

אין ארץ ישראל וואוינען פי כמה פעמים מער חרידישע יודן אווי דא אין ניו יארק. אין א"י ארבעטן נישט א גרויס עולם משא"כ דא. אין א"י זענען די היימישע עולם אסאך מער אנגעווארעמט אין דיע ענינים משא"כ אונז ליידער.


אין ארץ ישראל זענען די גאסן אסאך קלענער, און ס'קען נישט האלטן אזוי פיהל מענטשן

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:21 am

וויפיל יודן זענען געווען ביי כינוס כלל ישראל???
ווי גרויס איז דער שטח ווי דער כינוס כלל ישראל איז געווען?

דערמאנט א ויכוח מיא א גור'ע יונגערמאן און א סקולנע יונגערמאן דער סקולנע פרעגט דער גורע וויפיל יודן זענען געווען ראש השנה ביי רבין ער ענפערט צווישען 10 און 15 טויזענט מענטשען און פרעגט צוריק דער גורי יונגערמאן וויפהיל איז געווען און סקולען ענפערט ער צווישען 1400און 5400 מענטשען פרעגט אהים דער גורע קענסט נישט ציילען צווישען 1400 און 5400 איז א חוליק פון 5 טויזענט מקען גללייך באמרקען זאגט אהים דער סקולנע יונגערמאן משא"כ ביי גור קען מען נישט באמרקען א חוליק פון 5 טויזענט מענטשען!!! :lol: :lol: :lol:

בר חכים
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:19 pm

תגובהדורך בר חכים » מיטוואך אפריל 03, 2019 7:43 am

די יוד האט געשריבען אז ביי הרה"ק מסאטמר זי"ע איז געוועהן 100.000 מענטשן,
אויב דארט איז געוועהן 100.000
איז און סקולען געוועהן 2 מיליון מענטשן

נארגוטס
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

תגובהדורך נארגוטס » מיטוואך אפריל 03, 2019 8:49 am

בר חכים האט געשריבן:די יוד האט געשריבען אז ביי הרה"ק מסאטמר זי"ע איז געוועהן 100.000 מענטשן,
אויב דארט איז געוועהן 100.000
איז און סקולען געוועהן 2 מיליון מענטשן

די ווילסט איבערשרייבן היסטאריע?
פארוואס קען נישט זיין אז דארט איז געווען 100,000? ווער עס האט געהאט הענט און פיס איז דארט געווען

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:02 am

נארגוטס האט געשריבן:
בר חכים האט געשריבן:די יוד האט געשריבען אז ביי הרה"ק מסאטמר זי"ע איז געוועהן 100.000 מענטשן,
אויב דארט איז געוועהן 100.000
איז און סקולען געוועהן 2 מיליון מענטשן

די ווילסט איבערשרייבן היסטאריע?
פארוואס קען נישט זיין אז דארט איז געווען 100,000? ווער עס האט געהאט הענט און פיס איז דארט געווען

עס זענען קוים געווען דעמאלטס 100.000 ארטעדאקסישע אידען און ניו יארק

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:06 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:א_מין ווערטשאפט וואס דא גייט פאר... סקולענער רבי זצ"ל האט געהאט א מעגא לויה, א ריזן ציבור אזוי ווי ס'פאסט פאר אזא יוד, הו קעירס צו סיז געווען 3 טויזענט צו 30 טויזענט?! יעדער וואס אויגן אין קאפ האט געזעהן דעם ריזן ציבור קע"ה... אזא ציבור זעהט מען נישט סתם אזוי ביי א באגלייטן אדער רבישע חתונות, קומט א ניק וואס איז באורד און באשליסט צו מאכן א שמועס 6000 צו צען טויזענט... הו קעירס?!

מיר זעמיר שוין באלד אויס ווי טראמפ נאך זיין איינשווערונג צערעמאניע.....
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:13 am

:lol:
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:14 am

נארגוטס האט געשריבן:
בר חכים האט געשריבן:די יוד האט געשריבען אז ביי הרה"ק מסאטמר זי"ע איז געוועהן 100.000 מענטשן,
אויב דארט איז געוועהן 100.000
איז און סקולען געוועהן 2 מיליון מענטשן

די ווילסט איבערשרייבן היסטאריע?
פארוואס קען נישט זיין אז דארט איז געווען 100,000? ווער עס האט געהאט הענט און פיס איז דארט געווען

יענס איז געווען פאר כינוס כלל ישראל, מ'האט נישט געוואוסט וואס 50,000 מיינט...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:15 am

אמביציע האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:איך קלער אז ס'איז כדאי מ'זאל שיקן א שיינע אנטשולדיגונגס בריוו צו די פאליציי איבער די שטרויכלונגען וואס ס'האט פאסירט ביים לוי' צו צוויי פון זייערע אפיצירן.

גיבטס איבער פאר די עסקנים...

קודם זאל מען איבערבעטן די טויזנטער אידן אויף וועם די פאליציי האבן געקוויטשעט... אלץ נעמט מען זיך אן פאר אנדערע נאר נישט פאר אינזערע מענטשן, מיט אינז מעג מען זיך ארום ווארפן, אבער דעם פאליציי זאל מען איבער בעטן

די טויזענטע אידן וואס האבן זיך געשטיפט צו האבן א גוט פלאץ האבן געוויסט אז ס'וועט נישט זיין באקוועם. ווען איך וויל נישט ווערן געשטיפט גיי איך א גאס ארויפציר

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:23 am

nmi האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:איך קלער אז ס'איז כדאי מ'זאל שיקן א שיינע אנטשולדיגונגס בריוו צו די פאליציי איבער די שטרויכלונגען וואס ס'האט פאסירט ביים לוי' צו צוויי פון זייערע אפיצירן.

גיבטס איבער פאר די עסקנים...


עס קומט זיי נישט קיין שום אנטשולדיג, די פאליציי איז אחריות אויף זיכערהייט, עס איז געווען זייער ארבייט צו פלאנירען און אויספירען אז אלעס זאל גיין כשורה, אויב האט עפעס פאסירט נישט ריכטיג , איז עס זייער פראבלעם אז זיי האבן נישט געטיען זייער ארבייט ווי עס דארף צו זיין.

אויב גייסטו מיט דעם מהלך דעמאלס קומער נישט שרייען א האלבע יאר ארום אז די בארא פארקער אפיסערס זענען אנטי סעמיטין. כ'זאג נישט אז זיי זענען נישט אבער א יוד ברויך זיך אויפפירן ווי א יוד און ווי לאנג מ'זעמער אין גלות ברויך מען איבער בעטן דעם גוי. נישט קיין חילוק אויב מיר זענען גערעכט אדער נישט. מ'ברויך מיר נאך אלס צו קומען צו אים.

מ'דארף ווייזן מיטלייט און זיך באדאנקן פאר זייער ארבעט ווייל דאס איז מענטשליך. האט נישט מיט אידישקייט אדער מיט גלות. און דאס דארף קומען פון די משפחה אדער פון די ארגענאזירער

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:30 am

שרייזשע האט געשריבן:
נארגוטס האט געשריבן:
בר חכים האט געשריבן:די יוד האט געשריבען אז ביי הרה"ק מסאטמר זי"ע איז געוועהן 100.000 מענטשן,
אויב דארט איז געוועהן 100.000
איז און סקולען געוועהן 2 מיליון מענטשן

די ווילסט איבערשרייבן היסטאריע?
פארוואס קען נישט זיין אז דארט איז געווען 100,000? ווער עס האט געהאט הענט און פיס איז דארט געווען

עס זענען קוים געווען דעמאלטס 100.000 ארטעדאקסישע אידען און ניו יארק

זענען דא אידן וואס האבן א קבלה אז סאטמאר רב'ס לוי' איז געווען די גרעסטע ביז משיח וועט קומען.
פארוואס טשעפעסטי?

@נארגוטס ווייסט פארוואס ס'קען נישט זיין? ווייל טאמער יא וואלט דער איד געשריבן אז ס'איז געווען א פערטל מיליאן

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:34 am

עס איז אייביג דא גוזמאות ביי לויות ציפערן. היינט איז עס סאך שווערער צוליב די פלייץ פון אינפורמציה.

די גרעסטע אידישע לויה פון די לעצטיגע היסטוריה איז געווען פון הגה"ק מרן הרב עובדיה יוסף זצוק"ל.
דארט האט מען געשריבען פארשטייט זיך אן איבער געטריבענע מיליאן...

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:38 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נארגוטס האט געשריבן:
בר חכים האט געשריבן:די יוד האט געשריבען אז ביי הרה"ק מסאטמר זי"ע איז געוועהן 100.000 מענטשן,
אויב דארט איז געוועהן 100.000
איז און סקולען געוועהן 2 מיליון מענטשן

די ווילסט איבערשרייבן היסטאריע?
פארוואס קען נישט זיין אז דארט איז געווען 100,000? ווער עס האט געהאט הענט און פיס איז דארט געווען

יענס איז געווען פאר כינוס כלל ישראל, מ'האט נישט געוואוסט וואס 50,000 מיינט...

;l;p-
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:39 am

משהלע האט געשריבן:עס איז אייביג דא גוזמאות ביי לויות ציפערן. היינט איז עס סאך שווערער צוליב די פלייץ פון אינפורמציה.

די גרעסטע אידישע לויה פון די לעצטיגע היסטוריה איז געווען פון הגה"ק מרן הרב עובדיה יוסף זצוק"ל.
דארט האט מען געשריבען פארשטייט זיך אן איבער געטריבענע מיליאן...

מעגליך איבערגעטריבן, אבער וואס דארט איז פארגעגאנגען איז לא יאומן. גאנץ ירושלים איז געווען אפגעשלאסן. וואו ביזט געשטאנען, פון תולדות אהרן ביז גור איז געווען שווארץ. עס האט אויסגעקוקט ווי א מכה פון ארבה, אבער נישט אויף 4-5 גאסן,נאר אויף פערציג פופציג גאסן. בר אילן, ירמיהו, מאה שערים, שמואל הנביא, און אלעס אינצווישן.... די הייוועיס זענען געשטאנען געשטראנדעט ביז מיילן אוועק פון ירושלים, א שעה נאך זיין פטירה!! גאנץ ירושלים איז געווען פארמאכט, קיין קאר האט נישט געקענט אריינפארן פון כניסת העיר, נישט קיין סעלפאון, גארנישט... כאדאראם...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:41 am

rutledge האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם איז אזוי פארנומען מיט דעם 6,000 תגובה.
פון זיינע ווערטער זעט מען קלאר ער איז נישט דארט געווען, ממילא וואס איז שייך זיך צו טענה'ן מיט אים.
ער האט קאנפירמד...
יעדער וואס איז דארט געווען ווייסט די מציאות וויפיל רבבות אידן עס איז געווען, און כלל ישרא איבער די גארער וועט וועלעכע גייען זעהן די בילדער גייען אויך זעהן דעם אמת אז ער וויל זעהן 6,000 פיין און וואיול, כל הכבוד.
פון מיין זייט קען ער זעהן אפילו 600

נומערן פון ישיבות אין כוללים וואס זענען געווען פארמאכט אליינס קומט מען לכאו' אן צו העכער 10 אלפים רעכן בעלי בתים בארא פארק און וויליאמסבורג + נשים איז געווען אסאך וטף גאנצעטע בארא פארקע ת''ת זענען געקומען כ'וויל נישט זאגן קיין גוזמאות ... אבער די איינציגסטע הסבר פארוואס איינער זאל שרייבן 6000 אי לכאו' צו געינען א רעפוטאציע דא אויפן וועלטל אלס איינער וואס איז מוראדיג ווייט פון גוזמאות זכה לו

איך נעם נישט קיין שטעלונג פון קיין נומערן, פון מיין זייט זאל זיין חצי מליון, ס'מאכט נישט גרעסער און נישט קלענער, די מחלוקה אויף נומערן האט אנדערע מטרות כידוע לי"ח
אבער מ'קען נישט בויען אויף נומערן פון פארמאכטע ישיבות און כוללים, איינס ווייל ס'איז וואס נוצן אויס די צייט פאר אנדערע זאכן, און צווייטנס דא איז געשטאנען איז סאטמאר מהר"א פון ב"פ און וומס"ב שיקן די ישיבות, א זאך וואס איז נישט אמת, ממילא דארף מען וויסן צו דו רעכנסט אין דיין 10 טויזענט אויך די ישיבות (מהרז"ל האט יא געשיקט ישיבות? מן הסתם אויך נישט)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:49 am

א נאטיץ פאר די אלע "געשמאקע אויפגעקלערטע" דא וואס לאכן פון די נעבעכדיגע סאטמאר פאנאטישע וואס לעבן נעבעך אין די באבל פון דער איד.

די ניו יורק טיימס איז גענוג מאסגעבנד?

https://www.nytimes.com/1979/08/20/arch ... -sect.html

One Hundred Thousand people gathered for his funeral and burial service yesterday afternoon in Kiraya Joel state police say.

נישט אז סאיז עפעס מעלה ומוריד פון רבינס גדלות, נאר קוקן ווי יעדער באמבלט נאך אז דער איד האט געשריבן דעם ציפער פון 100,000 ברענג איך דעס.

Now back to the regular satmar bashing
לעצט פאראכטן דורך ידעתי אום מיטוואך אפריל 03, 2019 9:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:55 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:א_מין ווערטשאפט וואס דא גייט פאר... סקולענער רבי זצ"ל האט געהאט א מעגא לויה, א ריזן ציבור אזוי ווי ס'פאסט פאר אזא יוד, הו קעירס צו סיז געווען 3 טויזענט צו 30 טויזענט?! יעדער וואס אויגן אין קאפ האט געזעהן דעם ריזן ציבור קע"ה... אזא ציבור זעהט מען נישט סתם אזוי ביי א באגלייטן אדער רבישע חתונות, קומט א ניק וואס איז באורד און באשליסט צו מאכן א שמועס 6000 צו צען טויזענט... הו קעירס?!

סתם אן אינטערעסאנטע דיסקאשן בערך װיפיל מענטשן גייען אריין אין אזא בילד, גארנישט מיטן סקולענע רבין צו טוהן, און אװדאי נישט מיטן כבוד פון סקולענער רבי זצ״ל ( יעדעם איז עפעס אנדערשט אינטערעסאנט)


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט