אפשאצן ציפערן פון א פארזאמלונג

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

שקר האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:אין מאנסי האבן זיך אויך דורכגעדרייט לכה"פ א פינף זעקס טויזנט יודן אויב נישט טאפלט (אריינגערעכנט די וועלכע זענען געקומען און געגאנגען).

איך בין שוין געווען ביי אסאך לויות, אריינגערעכנט א צאל גרויסע לויות, איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אזויפיל יודן - נישט משפחה - קריעה געריסן ווי איך האב היינט געזעהן, איך האב אליינס אנגעטראפן מן הסתם א מנין יודן אדער נאכמער וואס האבן געהעריג קריעה געריסן ביים בוזעם, און עס איז זיכער געווען אסאך וואס האבן געריסן פון אונטן אדער ביי א מקום התפירה.

ביטע גיי צום אוגען דאקטער 6000 אידען די קענסט ציילען עס איז געווען שווארץ פון ראף ביז די בית החיים

אנטשולדיגט, איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן וואס איך האב שלעכט געזאגט, און פארוואס דו טראכסט אז איך קען נישט גוט זעהן. איך מיין אייגנטליך אז דו האסט נישט געליינט געהעריג וואס איך שרייב.

איך בין נישט קיין אונטערשאצער, אבער אויך נישט קיין איבערשאצער, עס איז בלי ספק אז "טויזנטער" מענטשן (איך ווייס נישט וויפיל טויזנטער) האבן נישט באגלייט ביז אריין אין בית החיים, אין בית החיים אליינס איז געווען אומגעפער דריי טויזנט מענטשן לויט מיין שאץ. אויפן וועג צום ביה"ח אויף 306 איז געווען שווארץ פון אלע זייטן וואו איך האב געקוקט, אבער געשטופט איז נאר געווען אין די צוואנציג פיס ארום די מטה, און ארום הונדערט פיס אונטערן מיטה איז שוין געווען דער עולם צושפרייט (זיכער ווייניגער ווי א מענטש פער 3 סקווער פיס), אבער צושפרייטערהייט איז געווען מענטשן ביז ווי ווייט די אויג האט געקענט זעהן (ווייטער וואלט איך נישט געקענט זעהן אפילו מיט אן אויגן דאקטאר), איך ווייס נישט ווי א גרויסע שטח איז געווען שווארץ "אויף איינמאל" אפאר פון די פאר הונדערט פיס וואס איך האב געקענט זעהן, און וואס איך האב געזעהן אויך ווי שטארק אנגעשטופט די פארשווארצטע גאסן זענען, לויט דעם האב איך געשאצט אויף "לכל הפחות" 6,000. ווייל ווען די לוי' איז ארויס פון שול האבן איר "נישט" אפגעווארט קיין 6,000 יודן אויף 306 (אפשר האלב דערפון), נאר דער ציבור איז כסדר געוואקסן, אזוי אז ביז אינמיטן באגלייטן איז שוין געווען פיל מער. פרויען און קינדער אויף די זייטן פון די גאסן איז געווען נאך "טויזנטער" אבער אויף דעם האב איך נישט קיין שאץ.


פעיק נוז האט געשריבן:מען האט נישט געקענט גיין פון איין גאס צום צווייטן, עס איז געווען אוממעגליך, די ספרינטער מיט די מטה איז דורכגעפארן די גאסן און אין יעדע גאס האט עס געהאט אנדערע באגלייטער.


עס האט אויסגעזעהן אז דו שרייבסט דאס אויף מאנסי, אבער אין מאנסי איז זיכער נישט אזוי געווען, אפשר אין בארא פארק יא.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אומאפיציעל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:מען האט נישט געקענט גיין פון איין גאס צום צווייטן, עס איז געווען אוממעגליך, די ספרינטער מיט די מטה איז דורכגעפארן די גאסן און אין יעדע גאס האט עס געהאט אנדערע באגלייטער.


עס האט אויסגעזעהן אז דו שרייבסט דאס אויף מאנסי, אבער אין מאנסי איז זיכער נישט אזוי געווען, אפשר אין בארא פארק יא.

איך רעד פון בארא פארק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

אוהב ספרים האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:אין א סיטי בלאק - א שטייגער ווי 54 צווישען 13-14 גייט אריין אהן קיין קארס, און אז מען שטייט ממש געשטיפט איינער צום צווייטער - צווישען 5-6 טויזענט מענטשען מאקסימום
ואידך פירושא זיל גמור.

איך דינג זיך נישט אבער וואס איז דיין חשבון?


די SQ פיס פון א סיטי בלאק [די ברייט איז בערך 40 פיס פחות או יותר, ווענדט זעך ווי ווייט די געיטס פון יעדע פראפערטי הייבט זעך אהן. די לענג איז בערך 400 פיס] א ערך פון 16 טויזענט סקווער פיס

3 פיס בערך וואס א מענטש נעמט אויף

קומט אויס 5333

פארשטייט זעך דאס איז נישט הונדערט פראצענט געמאסטען - האב איך געשריבען 5-6 טויזענט [דאס איז אהן קיין קארס, ביימער ועוד פלעצער וואס מען קען נישט שטיין וואס דאס נעמט נאך אראפ פון דעם ציפער]

יעדער מענטש נעמט אויף 3 פיס??? איך מיין אז און 3 פיס ביי אזא לוויה גייט אריין 3 מענטשען!
פארוואס זאגסטו אז דער לאנג פון א סיטי בלאק איז 400 פיס??
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אהער און אהין האט געשריבן:"די צייטונג" שרייבט אז מען האט זיך באלד אנגעהויבן גרייטן צום לוי' וואס וועט זיין די גרעסטע אין ניו יארק זייט 117 יאר צוריק אין תרס"ב ביים לוי' פון רב הכולל זצ"ל.

און די גזמאות פון די צייטונגען פון יענע צייטן גלויבט איר? כ'האב אייך א בריק צו פארקויפן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

farshlufen האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:"די צייטונג" שרייבט אז מען האט זיך באלד אנגעהויבן גרייטן צום לוי' וואס וועט זיין די גרעסטע אין ניו יארק זייט 117 יאר צוריק אין תרס"ב ביים לוי' פון רב הכולל זצ"ל.

און די גזמאות פון די צייטונגען פון יענע צייטן גלויבט איר? כ'האב אייך א בריק צו פארקויפן.

איך האב בלויז נאכגעברענגט פון 'די צייטונג', צו ס'אמת צו נישט, איי העוו נאו איידיע.

אזויפיל געדענק איך אז הגאון ר' משה פיינשטיין האט געהאט א ריזן לוי' אין מאנהעטן, אין די מ' יארן, איינער מיט א בילד?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”