בלאט 1 פון 1

אנקעטע: הַכֹּל אדער הֶבֶל.

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:16 pm
דורך פאראינטערסירט
הַכֹּל הֶבֶל


ווער האט נאך נישט געהערט פונעם אלעמען באליבטן ניק הכל הבל!

אין גומרים עליו את ההלל!

זינט ער האט זיך איינגעשריבן דאהי אויפן וועלטל ארום 10 חדשים צוריק האט ער זיך דערווארבן א נאמען פון א דורכגעטראכטער ניק מיט א זעלבסטשטענדיגע בליק אויף איעדע פאליטישע און געזעצליכע ארגומענט.

ער ברענגט אראפ די נייעס אויף א זעלטענע נישט-בייעסד וועג, קלאר, פארשטענדליך, קורץ, שארף, אהן קיין פאליטישע צופיצונגען, ריין פון דברים האסורים און פון יעדע שמץ לשוה"ר וכו',
און איבער אלעם זענען זיינע ריפארטס אויפן געוועב פריער ווי די אלגעמיינע מידיע!!!

ווער רעדט נאך פון די לאאאנגע געריכט קעיסעס וואס הרב הכל הבל צונעמט אזוי שיין אז אפי' אן עם הארץ זאל דאס קענען ליינען און פארשטיין אפי' מידערהייט...!


דער ניק האט אויפגעשיינט אין די אידישע און וועלטליכע נייעס אפטיילונג און דאס ארויפגעברענגט אויף גאר הויכע שטאפלן!
צענדליגער העכסט אינטערסאנטע אשכולות אנגעהויבן פון די אמעריקאנע פאליטיק אין וואשינגטאן, שלום בית לעסאנס, פארסירונגען אין די היסטאריע, נייעס מארבה כנפות הארץ, קאמישע פאליטישע אבזערוואציע'ס, רעפטלעך קאקאש-קעיק, איז אלעס צו פארדאנקען פאר הכל הבל.


יעצט על של עכשיו באתי

אזויווי דאהי אויף אייוועלט הבירה פירט מען זיך צו פארקערצערן די נעמען פון די ניקים וואס האבן מער ווי צוויי ווערטער אינעם ניק-נעים,

כ'האב באמערקט אז רוב עולם רופט אהן הרב הכל הבל מיטן צונאמען "הבל". (פירש ע"ט: שטותים)

לדעתי הפעוטה וואלט די צונאמען פאר הכל הבל ענדערשט געברויכט זיין "הכל". (פירש ע"ט: כרכא דכולא ביה)

ממילא רוף איך פאר א רעפערענדום און זאלן די סיטיזענס פון אייוועלט באקומען די רעכט צו באשליסן דורך לעגיטימע וואלן (אהן די אריינמישונג פון די רוסישע מנהלים..) וויאזוי אנצורופן דעם ניק!

און אינאיינוועגס זאל די אשכול דינען פאר א פלאטפארמע צו אויסדריקן דאנקבארקייט פאר הרב הכל הבל!

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:26 pm
דורך פרעה נכה
אז די עולם גלייכט די נאמען קענסטו נישט ארויף צווינגען עפעס אנדערש, נישט קיין חילוק די אפטייטש דערפון!!!

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 5:58 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
שטומתי להבל.

די עיקר פון די ניק קאמבענאציע איז נאך ״הבל״. הכל באציעט זיך ס״ה צום נאכפאלגענדער ווארט. למשל ״וויכטיג מאכער״, דער שורש פונעם ניק איז ״וויכטיג״, אשא״כ רופט מען אים ״וויכי״.

איי, פרעגסטעך גוט?.. שרייבט ער דען הבל הבלים!?..

אויף דעם איז די תירוץ אז די נאמען פונעם ניק באצייכענט נישט זיין אינהאלט. ווייל ווען יא וואלט שוין צל עובר שוין לאנג נישט דא געווען. (כאפצעם איז גראדע א אויסנאם).

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 7:05 pm
דורך אסדר לסעודתא
איך וואלט געשטימט פאר 'האקי' אדער 'העבי'

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 8:53 pm
דורך בוידעם
אינו דומה הבל פיהם וכ'ו שאין בהם חטא....

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 9:23 pm
דורך כהאב נישט קיין ניק
שלמה המלך שרייבט גם זו הבל.

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 11:46 pm
דורך וויי-פיי
לאזן ווי ס'איז

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:34 am
דורך shimon7323
ביי אונז האט מען געוויסט אז מען רופט א צווייטן ביים גאנצע נאמען. צי וואס דארף מען מאכען א ניק פון א ניק.?

ממילא איך וואלט גערופן "הכל הבל"

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:53 am
דורך שטאלצער יוד
כ'האב שוין כמה פעמים באמערקט, אז הכל ווייסט אז אלעס איז נאר הבל. א שיינע פאר מאל אין זיינע באריכטן, האב איך באמערקט ציוושן די שורות אז ער האלט אסאך העכער פון די אלע נייעס.
כ'וואלט גענומען א געס אז שבת קודש רעדט ער נישט פון קיין פאליטיק און פון קיין עובדין דחול. אלזא, איז גאר פאסיג אז דער ניק זאל הייסן הבל. די נייעס באריכטן איז ביי עם נישט מער ווי א 'ניק' גארנישט מיט ריעל לייף צוטוהן. די ניק וואס קאכט אין נייעס איז טאקע נישט מער פון הבל.

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:33 pm
דורך נישט פשוט
געשטימט בלוי.

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 1:13 pm
דורך ממה נפשך
אודאי הכל.

סיי ווייל מ'רופט איינעם ביים ערשטן נאמען און סיי ווייל כרכא דכולי ביה.

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 1:15 pm
דורך ממה נפשך
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שטומתי להבל.

די עיקר פון די ניק קאמבענאציע איז נאך ״הבל״. הכל באציעט זיך ס״ה צום נאכפאלגענדער ווארט. למשל ״וויכטיג מאכער״, דער שורש פונעם ניק איז ״וויכטיג״, אשא״כ רופט מען אים ״וויכי״.

איי, פרעגסטעך גוט?.. שרייבט ער דען הבל הבלים!?..

אויף דעם איז די תירוץ אז די נאמען פונעם ניק באצייכענט נישט זיין אינהאלט. ווייל ווען יא וואלט שוין צל עובר שוין לאנג נישט דא געווען. (כאפצעם איז גראדע א אויסנאם).


;l;p- פאר דיין לעצטע פאראגראף (און די איינגערינגלטע)

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 1:25 pm
דורך יישר כח
ווי אזוי צו רופען האב איך נישט קיין מייניג, אבער א שכוח מיז איך יא זאגען
[align=center]הק' יישר כח[/align]

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 6:04 pm
דורך הכל הבל
הו הא

אקארשט באמערקט די שאפונג פון דעם אשכול

געלאכט א גוטס און א יישר כח פאר אלע מגיבים

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 6:07 pm
דורך הכל הבל
איך זעה אז עס א קריטיש נאנטער פארמעסט

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 9:14 pm
דורך פאראינטערסירט
הכל הבל האט געשריבן:איך זעה אז עס א קריטיש נאנטער פארמעסט

יעצט ווארט מען אויפן ווייס פרעזידענט צו ברעכן די קאווע.. סארי די טיי!

פאר די רעקארד ס'יעצט 50/50

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 9:41 pm
דורך קניידל פארעם
געבראכן, אבער נאר הָבֶל מיט א קמץ. נישט הֶבֶל אזוי ווי קינ'ס ברודער.

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 3:07 pm
דורך Come and go
"הבל" ווי איז די קאקאש קעיק?

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 4:16 pm
דורך וויי-פיי
Screenshot 2019-03-27 at 4.13.24 PM.png
Screenshot 2019-03-27 at 4.13.24 PM.png (77.16 KiB) געזען 2017 מאל
:roll:

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 11:43 pm
דורך קרייסלער
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שטומתי להבל.

די עיקר פון די ניק קאמבענאציע איז נאך ״הבל״. הכל באציעט זיך ס״ה צום נאכפאלגענדער ווארט. למשל ״וויכטיג מאכער״, דער שורש פונעם ניק איז ״וויכטיג״, אשא״כ רופט מען אים ״וויכי״.

איי, פרעגסטעך גוט?.. שרייבט ער דען הבל הבלים!?..

אויף דעם איז די תירוץ אז די נאמען פונעם ניק באצייכענט נישט זיין אינהאלט. ווייל ווען יא וואלט שוין צל עובר שוין לאנג נישט דא געווען. (כאפצעם איז גראדע א אויסנאם).

און אז מרעדט שוין יא טשאדעלע אדער באדעלע?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 7:33 pm
דורך הויעך
קרייסלער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שטומתי להבל.

די עיקר פון די ניק קאמבענאציע איז נאך ״הבל״. הכל באציעט זיך ס״ה צום נאכפאלגענדער ווארט. למשל ״וויכטיג מאכער״, דער שורש פונעם ניק איז ״וויכטיג״, אשא״כ רופט מען אים ״וויכי״.

איי, פרעגסטעך גוט?.. שרייבט ער דען הבל הבלים!?..

אויף דעם איז די תירוץ אז די נאמען פונעם ניק באצייכענט נישט זיין אינהאלט. ווייל ווען יא וואלט שוין צל עובר שוין לאנג נישט דא געווען. (כאפצעם איז גראדע א אויסנאם).

און אז מרעדט שוין יא טשאדעלע אדער באדעלע?

טשאדי

Re: אנקעטע: הַכֹּל אדער הֶבֶל.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 3:41 pm
דורך גיב א שמייכל
הבל!

א געשמאק דיר צו האבן דא אויפן וועלטל