מיין פלאן פארן נעקסטן פורים...

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

מיין פלאן פארן נעקסטן פורים...

תגובהדורך חיים אלכסנדר » פרייטאג מארטש 22, 2019 2:32 pm

א חכם אויף למפרע... כ'וואלט ווען געדארפט...

ס'איז שוין נאך פורים און מען געדענקט גיט די סוקסעסן און דורכפעלער פון נעכטן. וואס וויל איך נעקסט יאר פורים?

מיינע 2 סענט:

- שיקען מער שמלוח מנות פאר מיין באקאנטע\חבר וואס וועט זיך פרייען דערצו. עס איז דא וואס חלישן צו באקומען משלוח מנות, און עס איז אים א מוראדיגע שמחה "מיין חבר יענקל האט מיר געשיקט" עס איז זייער שטאלץ פאר זיין ווייב און קינדער און פארשטייט זיך פאר זיך אליין.

- טאנצען פורים פארנאכטס דוקא ביי די זיידע וואס קוקט ארויס די מערסטע דערויף. נישט מער ווי א האלבע שעה גיט טאנצען וועט אים מחיה זיין "ביי מיר איז אזוי לעבעדיג, שיכורים פרייען זיך צו קומען טאנצען בייי מיר".

- צוטיילן מיין צדקה קלענערע סכומים פאר ווי מער מענטשן\מוסדות
- אנהייבן די טאג אביסל פריער
- נישט רירן מיין קאר, און נישט לאזן געפארקט נאנט צו א קארנער, און אויך נישט פארענט פון א עושר'ס הויז.
- זיין 'באוואפענט' מיט קלענערס און נישט דארפן בעטן טשענדש
- האבן א פלאן וויאזוי צו באהאנדעלן איידעלערהייט, א שיכור וואס פארלאנגט $100 מיט געוואלד.

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » פרייטאג מארטש 22, 2019 4:49 pm

פארוואס אנהייבן די טאג פריער? אפי' מיט די ציגעלייגטע שעה ביסטו נישט אנגעקומען מיט אלע מצות היום?

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מוצ"ש מארטש 23, 2019 5:57 pm

שקויעך פארן אויסזאן אז די הייסט יענקל נישט חיים סענדער

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג מארטש 24, 2019 3:23 am

זיין די גאנצע "טאג פורים" אין די זעלבע שטאט.

האמער פאראיאר געמאכט די זעלבע פלאן, אבער דער אויבערשטער האט אנדערש געוואלט.

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג מארטש 24, 2019 4:34 pm

כ'געדענק נאר די סוקסעסן,
קיין דורכפעלער ב"ה ויהי רצון לשנה הבאה בירושלים כן
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

מחאה
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » זונטאג מארטש 31, 2019 1:23 pm

וואלטן מיר געדארפט טרינקען נאך 3 גלעזלעך 9 אזייגער ביינאכט כדי ס'זאל זיין כניסתו ויציאתו בקדושה, אבער.... שוין לאמיר נישט בארעדן די פרויען...
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט