בלאט 1 פון 1

מקורות - לכבוד חודש אדר

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 1:45 pm
דורך דריידל
זייענדיג אינטערן אדר'דיגע איינפלוס האט זיך מיר פארשמעקט אן אשכול איבער איינגעפיראכצער ביי אונזער געזעלשאפט, צו דערגיין די מקורות און טעמי המנהגים. אונז ווייסמיר אז ליכא מידי דלא רמיזא און מ'דארף נאר זיכן וועט מען שוין עפעס טרעפן.

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 1:46 pm
דורך דריידל
מקור אויף זינגן ביי קברים
אויף יוסף שפיל און "עוד יוסף חי" קען מען הערן ווי יוסף הצדיק האט געזינגן ביי זיין מאמע'ס קבר

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 1:49 pm
דורך דריידל
עסן פיצא מוצאי שבת
זמן מסוגל לפרנסה - פיצא איז ר"ת עמך ישראל צרוכין פרנסה

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 10:43 pm
דורך סאדאם חוסעין
מען קען נישט מגלה זיין אלע מקורות, עס קען נאך צוקומען צו א חיוב מיתה ח"ו.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2020 6:30 pm
דורך ניס קראכער
ווי איז די מקור זעך נאריש צו מאכן ביי מעריב ס'צווייטע נאכט ר"ח אדער?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2020 8:05 pm
דורך קלאָצקאָפּ
קודם זאג מיר וואו דער מנהג איז איינגעפירט.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:40 pm
דורך כאניש וואס צו טון
וואס די מקור אז די מנהל דאוונט אין ישיבה בדר"ח אדר?

Re:

געשריבן: דינסטאג פעברואר 01, 2022 12:06 am
דורך יעדער
דריידל האט געשריבן:עסן פיצא מוצאי שבת
זמן מסוגל לפרנסה - פיצא איז ר"ת עמך ישראל צרוכין פרנסה

“פיצא“ איז בגימטריה “ממצאי“ (די ו' מיט די מ' זענען זיך מתחלף)

Re: מקורות - לכבוד חודש אדר

געשריבן: דינסטאג פעברואר 01, 2022 1:01 pm
דורך ממזרח שמש
מימזרך מיט מישענעכנאס .....