איך זיך א מעשה מיט א מוסר השכל פון פארשעמען

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שפאניע
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

איך זיך א מעשה מיט א מוסר השכל פון פארשעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאניע »

איך זוך א מעשה ווי מען קען זעהן ווי מווערט געשטראפט פון לאכן אדער פארשעמען א צווייטען (אפילו פאר יארן שפעטער) , וואס מקען פארציילן פאר קינדער, וואס האט א מוסר השכל מיט דעים.
(כ'לייג צי פאר קינדער, ווייל כהאב געזעין דא מעשיות פון פארשעמען בא אפלאזן שידוכים - וואס איז שווערער צו געבן פארשטייען פאר קינדער.
אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאץ קשיא »

אלץ קינד האבעך געוואוינט אין בארא פארק. מיין יונגע ברודער האט בערך 6 7 יאר צוריק ווען ער איז געווען א 10 יעריג יונגל אהיימגעברענגט א סידי פון א פלעי געשפילט אין זוממער חדר פראגראם (מהר״א). ס׳האט געהייסן דאכצוך אינטערן היטל. א מעשה טאקע אויך פון א שידוך וואס איז אפגעלאזט געווארן, אבער אראפגעלייגט גאר גוט און דראמאטיש. מיט א גוטע מוסר השכל פון טשעפענען מיט חבירים.
איך בין דאן געווען א חתן. כ׳געדענק מיינע קליינע געשוויסטער זענען דערצו געווען צוגענאגלט א לענגערע צייט.
כ׳ווייס נישט ווי די קאנסט שאפן דעם סידי. כ׳זאג דיר נאר אז ס׳איז גאר גוט.
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

אין איינע פון די אידישע קינדער דערציילען ביכלעך פון חיים וואלדער איז דא א מעשה פון א קינד וואס האט געטשעפעט אין פארשעמט א צווייטער קינד וואס האט געשטאלפערט ביים רעדן, דערנאך איז ער ליידער אליין געווארן געשטראפט אז ער האט פלוצלינג אנגעהויבן צו שטאלפערן ביים רעדן אין דער נרדף האט פלוצלינג געקענט רעדן אנע שטאלפערן, אין צו זיין ווינדער האט גאר דער נרדף איהם געהאלפן זיך ארויסדרייען דערפון. כבין נישט זיכער אז איך געדענק די פרטים אבער כמעט זיכער אז דארט איז דא אזא געשיכטע באזירט אויף א עכטע געשעהניש
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

איך האב אמאל באקומען א טעלעפאון רוף פון א חבר מיינע פון ישיבה, מה פתאום פרעג איך אים? ענטפערט ער מיר אז ער האט ל''ע נישט קיין קינדער שוין 10 יאר נאך זיין חתונה, ער האט שוין פרובירט אלע סגולות, יעצט האט אים א גוטע איד געזאגט ער זאל איבערבעטן יעדן וועם ער האט אמאל געטשעפעט, נו וואס טוט מען נישט צו ווערן געהאלפן, ער האט זיך אראפגעזעצט ביים טעלעפאון און געקלינגען וועם ער האט נאר אמאל געקענט האבן וויי געטוהן, און ער האט געבעטן מען זאל אים זאגן מען איז אים אלעס מוחל, און אויב געדענקט מען עפעס וואס ער האט וויי געטוהן זאל מען אים זאגן אר איז גרייט מטיב צו זיין, איך האב נישט געדענקט ער זאל מיר האבן אמאל וויי געטוהן, אבער ער האט גערופן יעדן וועם ער האט געקענט, 10 חדשים שפעטער הער איך אז ער האט געבוירן א קינד.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”