אכן נודע הדבר! כאפצעם / מוללער

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

אכן נודע הדבר! כאפצעם / מוללער

תגובהדורך בוידעם » זונטאג פאברואר 24, 2019 5:52 pm

עס געדוירט שוין באלד צוויי יאר. יעדער שפעקעלירט וואס די רעפארט וועט זיין, גרויסע קעפ זענען פארנומען צו אנאלאזירן יעדע ריר, מען שפילט עס אראפ אדער ארויף, געוואנדן אין די פארטיי אפיליאציע, "ער גייט יא ברענגן קלאגעס פון קאלוזשן", "לכאורה האט ער נישט קיין באווייזן פון צוזאם ארבעט מיט רוסלאנד". מען קייט און מען מאלט וואסער.

דער עולם איז געשפאנט, א באריכט וועט זיין אזוי פרי ווי אנהויב די וואך, אדער עס וועט נישט קומען אין די נאנטע טעג. אין קורצן, יעדער איז נייגעריג וואס דער מולער האט און וואס זיין סך הכל וועט זיין.

ביי אונז אידעלעך האט מען אייביג געוויסט, די סאורסעס פאר נייעס ליגט אין אונזערע הענט, די מידיע פראגראמען- אלע אינאיינעם- דעקן נישט א צענטל נייעס פון וויפיל עס ווערט געדעקט אין מקוה, קאווע שטיבל אדער קידוש שבת אינדערפרי.

ביז די ליידיגע קעפ אויף די מידיע נעצן כאפן אויף א נייעס, איז עס שוין ביי אונז נעכטיגע נייעס, מיר האבן גוטע קעפ.

דאס מאל אבער נעמען מיר דאס אויף נעקסטע שטאפל, נישט אין מקוה, נאר גאר ברחובות העיר, אויף די פארנומענע ליע עוו.

יא! אזוי ווי איר הערט, פאר 699$ קענט איר באקומען א פונקטליכע באריכט פון @כאפצעם איבער אלעס ארום די מולער אינוועסטיגעשאן.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג פאברואר 24, 2019 5:54 pm

הא הא, געטראכט פין דעם כאפצעם סעיל
פיינע נייעס

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 24, 2019 5:56 pm

;l;p- :grin:

יעצט איז 'בוידעם' צוריקגעקומען!...

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » זונטאג פאברואר 24, 2019 6:21 pm

ווי קאלט מען? צו וועם דארף מען זיך ווענדן

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3070
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג פאברואר 24, 2019 6:27 pm

אין אן אומגלויבליכע שריט זענען געגאנגען אפאר טראמפ סופארטערס נאכן ווערן געפיטערט מיט די רעכטע פראפאגאנדע און ארומגעוורפן פאשקעווילן אויף די גאסן פון ירושלים ד'אמעריקא אנטקעגן אונזער חשוב'ע ניק הרב כאפצעם!

אוי לנו שכך עלתה בימינו...
צוגעלייגטע
Screenshot_20190224-182229~2.png
Screenshot_20190224-182229~2.png (363.88 KiB) געזעהן 664 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שם התלמוד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 3:52 pm

תגובהדורך שם התלמוד » זונטאג פאברואר 24, 2019 7:08 pm

בוידעם האט געשריבן:
יא! אזוי ווי איר הערט, פאר 699$ קענט איר באקומען א פונקטליכע באריכט פון @כאפצעם איבער אלעס ארום די מולער אינוועסטיגעשאן.

איך האב געמיינט אז מילער (יד״נ) מיט כאפצעם האבן אנגעדרייט די שידוך


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט