ווייסע שאל, איכה? ירידת הדורות?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

ווייסע שאל, איכה? ירידת הדורות?

תגובהדורך אפענע וועלט » מיטוואך ינואר 30, 2019 7:01 am

ביז א צען יאר צוריק האט יעדער חסידישער איד געוויסט אז שבת גייט מען מיט א ווייסע שאל. פונקט ווי מ'גייט מיט א ווייסע העמיד,

ווער רעדט נאך א חתן. זיכער. נישט געווען קיין הוה אמינא אנדערשט. אפילו אויב מ'האט חתונה געהאט זימער האט מען געקויפט א ווייסע שאל. א זימערדיגס.

כהיום, די ווייסע שאל איז נעלם. סמוי מן העין.

לעצטנס האב איך געזען בילדער פון א רבישע חתונה. די חתן גייט ביי די חופה מיט א קאלירפולן שאל. דאס האט מיך שוין געכאפט. איין מינוט. וואס גייט דא פאר?

סא די ווייסע שאל איז אראפ פון די מאפע?

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2048
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך ינואר 30, 2019 7:06 am

אין סיגוט איז א ווייסע שאל געווען א מאדערנע זאך.
סאו איך האף אז אויף די צווייטע העלפט פון דיין תגובה האסטו שוין א תירוץ
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך ינואר 30, 2019 7:31 am

ווייס איך נישט פון ווי די שטאמסט אבער ביינינז אין סאקמער איז מען נישט געגאנגען מיט א ווייס שאל נישט אום שבת און נישט ביים חופה און אוודאי נישט אין די הייסע זוממער טעג
אל תקרא שמו אפענע וועלט כי אם....וגו׳

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך ינואר 30, 2019 7:38 am

האדמורים מסאטמאר גייען שבת מיט א קאלירפולע שאל.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

אין ווי איז די די ''קאשקעטעל''?

תגובהדורך אכטונג אכטונג » מיטוואך ינואר 30, 2019 7:48 am

ביז עטליכע יאר צוריק, האט מען געזען קינדערלעך פון אלע יוצאי גאליציא ופוילין גייען מיט'ן הייליגן זיסן פוילישע היטל, הנקראת ''קאשקעטעל''? און היינט.....

שניצל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:17 am

תגובהדורך שניצל » מיטוואך ינואר 30, 2019 9:08 am

דוכט זיך אז אין סיגוט איז נישט געווען מאדערן דער ווייסער שאל נאר דאס איז געווען א מלבוש פון די ארטיגע גלחים. וואס דאס גייט שוין אריין אין חוקת הגוי.
ווידער אין משפחת טייטלבוים איז דא ווייסע שאלן א שטייגער ווי דער וואלאווא משפחה וואס זענען רעכטע אייניקלעך פון שושלת סיגוט ווייס איך נישט פארוואס זיי גייען יא דעם שאל.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 30, 2019 4:55 pm

ירידת הדורות איז די מאנגל אין ווייסע שטרימפ שבת
נישט קיין ווייסע שאליק

ואגב איז דא היינט מער מענטשן וואס גייען מיט ווייסע שאלן, ווי מיט ווייסע שטרימפ(אראפגעלאזטע שטייצעך)
איי איי,-וועלט

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך ינואר 30, 2019 5:11 pm

סאטמארער רבי זצ"ל האט ג'ענטפערט אויף פארוואס ער גייט נישט מיט א ווייסע שאל שבת,
אז דאס איז א בגד נשים
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 5:41 pm

וועלכע רבי?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22012
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג פאברואר 01, 2019 9:13 am

להגדיל שמו האט געשריבן:אין סיגוט איז א ווייסע שאל געווען א מאדערנע זאך.

כך אמר מרן רבינו בעל בר"מ זצ"ל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג פאברואר 01, 2019 11:06 am

רוב סאטמארע בעלי בתים פלעגן נישט גיין מיט א ווייסע שאל, נישט קיין ווייסע זאקן, נישט קיין ווייסע שטרימפ, (א גרויס חלק) נישט מיט קיין רעזשוואלקע, נישט קיין טיש בעקישע, און ווער רעדט נאך פון א ווייס וועסטל
זיי זענען געגאנגען קורצע גרויע רעקלעך, און אידישקייט האבן זיי געטראפן אינעם שו"ע...

ווען איך זיי די פרישע אינגעלייט מיט ווייסע וועסטלעך בין איך זיך נישט מוחל פארן זיך אנטון ביים בר מצוה א לאנגע רעקל, ווער ווייסט ווי מיינע אייניקלעך וועלן אנקומען?...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

תגובהדורך בריוועלע » פרייטאג פאברואר 01, 2019 11:09 am

אז מען רעדט שוין איבער בגדי שבת, האט מיר לעצטענס איינער מסביר געווען פארוואס ביי א סאטמאר'ע חתונה גייען די חסידים אנגעטוען בלויז מיט שטריימל און בעקעטשע, אן ווייסע זאקן, און ביי א באבוב'ע חתונה גייען אלע חסידים אנגעטוען מיט ווייסע זאקן, וויבאלד אז אין באבוב איז ווייסע זאקן א שבת'דיגע בגד מיט וואס אלע חסידים טוען זיך אנקליידן שב''ק, משא"כ אין סאטמאר וואס א גרויסע טייל גייען בכלל נישט מיט קיין ווייסע זאקן שבת, ווערט עס נישט באטראכט אלץ א בגד שבת פאר'ן כלל, ודו"ק.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » פרייטאג פאברואר 01, 2019 12:48 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:רוב סאטמארע בעלי בתים פלעגן נישט גיין מיט א ווייסע שאל, נישט קיין ווייסע זאקן, נישט קיין ווייסע שטרימפ, (א גרויס חלק) נישט מיט קיין רעזשוואלקע, נישט קיין טיש בעקישע, און ווער רעדט נאך פון א ווייס וועסטל
זיי זענען געגאנגען קורצע גרויע רעקלעך, און אידישקייט האבן זיי געטראפן אינעם שו"ע...

ווען איך זיי די פרישע אינגעלייט מיט ווייסע וועסטלעך בין איך זיך נישט מוחל פארן זיך אנטון ביים בר מצוה א לאנגע רעקל, ווער ווייסט ווי מיינע אייניקלעך וועלן אנקומען?...

א גרויס חלק פון די בעלי בתים פון וועלכע דו רעדסט, זענען טאקע נישט געגאנגן אזוי, און זיי האבן נישט געהייסן די קינדער אזוי גיין,
אבער עס האט זיי נישט געשטערט צי זעהן ווי זייערע קינדער טוען זיך אן חסידשע מלבושים,
פונקט ווי זיי עס האט נישט געשטערט צי זעהן ווי זייערע קינדער לאזן זיך וואקסן די בערד.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט