בלאט 1 פון 1

וואו איז די מזונות פאר די רייז???

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:46 pm
דורך אילו זכינו
גראדע האב איך ליב רייז, פארוואס דען נישט...
אבער ווען ס'קומט צו די ברכות... געווענליך א האדמה און שהכל וועט מען אפירזוכן פון די איבריגע מאכלים וואס דער נאכטמאל שטעלט פאר מיט זיך, אבער ווי טרעפט מען א מזונות...? (געוועליך איז די רייז במקום די לאקשן וכדומה..)
האב איך פרובירט מיט גוטנ'ס און געבעטן די רעבעצין מיט שיינעם אויב ס'וואלט שייך געווען צוצולייגן א פרעצל אדער ווייס איך וועלעכע מזונות, אז ס'זאל נישט ווערן קיין 'געשיכטע' אינמיטן נאכטמאל...
ווען כ'האב געזען אז ס'האט נישט געהאלפן האב איך געקלערט צו טוישן מהלך, און צו קומען מיט א געשריבענעם בריוול, צו זיין אביסל דיפרענט האמיר עס געמאכט אין גראמען... און יא...... צוגעטראפן........ ביי די קומעדיגע נאכטמאל איז פיין געווען א מזונות'ל וואס האט געשמייכעלט נעבן די רייז.......
אויב דו האסט די זעלבע אישו גיב איך דיר ערלויבעניש עס צו נוצן....
און אט..

צו דיר מיין טייערע אשת חיל!
אויף א שיינע וועג
אויב בען דיר איך מעג

די קומעדיגע מאל
וואס דו מאכסט פאר נאכטמאל

די מאכל וואס הייסט רייז
זאלסטו אינעם מעניו אריינמישן עפעס א מזונות שפייז

כדי..כדי.. אז אויב מ'איז פויל
זאל מען עס קענען נעמען גלייך אין מויל

מ'זאל נישט דארפן ווי ביי בדיקת "חמץ" אנהויבן ארומצוזוכן
ביז מ'וועט מיט א גרויס פרייד אפיר טרעפן עפעס א קוכן

אויב די פאום האט דיר געמאכט לאכן
איז עס געווען ווערט אפי' דו וועסט צום סוף נישט א מזונות אינעם מעניו מאכן.

פון דיין מאן וואס האט פאומ'ס צו מאכן ליב
מער ווי צו זוכן מזונות'ן אינעם שטוב

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:29 pm
דורך אדער יא
גוט גוט ;l;p-

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:02 pm
דורך נו גוט נו שוין
;l;p- ;l;p-
גם אני בחלומי!!
סקען שטארק צוניצקומען פאר כלל ישראל שיק עס אריין צו מעלות...

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:20 am
דורך וויי-פיי
קלעב עס ארויף אויף א באטל זיפ מאנדל

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 11:05 am
דורך יישר כח
אין וואס איז מיט די האדמה ?
מזונות איז על פי רוב עפעס דא אין שטוב, [א פרעצל זופ מאנדל וכד'] איז מיט א גראם'על האט מען עס ביים טיש
אבער די האדמה! וועטשטיבילס האט מען נישט אייביג וואס מען קען עסן ווי עס שטייט אין גייט, ווי למשל באנדליך (ליימע-בינס אדער טשיק-פיס) טשערי טעמעטאס, אין צומאל האט מען עס אבער שוין נישט ראוי לאכילה, גיין שיילען א פיקעל אדער מייער אדער שניידן טעמייטעס אדער פעפער איז שוין צו סאך ארבעט (א גראם וועט נישט זיין גענוג) אויך א שאד דו איבריגע קיינער וועט עס נישט עסן, איין עצה איז נאך דא פינאטס אבער וואס טוהן די וואס האבן עס נישט וועגן עלעדשיס. :?:

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 11:15 am
דורך looking forward
אילו זכינו , זייער פיין
א געדאנג וואזוי צו זאגן שיין

מיר געקאסט א לאכעל
מיט דיין מזונות מאכל

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 11:46 am
דורך אילו זכינו
יישר כח האט געשריבן:אין וואס איז מיט די האדמה ?
מזונות איז על פי רוב עפעס דא אין שטוב, [א פרעצל זופ מאנדל וכד'] איז מיט א גראם'על האט מען עס ביים טיש
אבער די האדמה! וועטשטיבילס האט מען נישט אייביג וואס מען קען עסן ווי עס שטייט אין גייט, ווי למשל באנדליך (ליימע-בינס אדער טשיק-פיס) טשערי טעמעטאס, אין צומאל האט מען עס אבער שוין נישט ראוי לאכילה, גיין שיילען א פיקעל אדער מייער אדער שניידן טעמייטעס אדער פעפער איז שוין צו סאך ארבעט (א גראם וועט נישט זיין גענוג) אויך א שאד דו איבריגע קיינער וועט עס נישט עסן, איין עצה איז נאך דא פינאטס אבער וואס טוהן די וואס האבן עס נישט וועגן עלעדשיס. :?:

אין רוב היימישע רעסעפי ביכער איז דא היינט די רעסעפי פון רייז צוזאמען מיט געקאכטע 'פעפער' וכדומה, צו וואס די נשים האבן זיך צוגעכאפאט טאקע אלס די חלק האדמה דערפון, אפשר וואלט מען געדארפט אויפקומען מיט א רעסעפי וואס ממישט אריין אביסל 'גארליג ברעד' (די וועלעכע זענען מזונות) אדער עפעס א צווייטע מזונות מאכל.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:33 pm
דורך ניס קראכער
ציקאש!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:47 pm
דורך נו גוט נו שוין
וואס איז וועגן א זויערע איגערקע פאר האדמה?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:49 pm
דורך farshlufen
נו גוט נו שוין האט געשריבן:וואס איז וועגן א זויערע איגערקע פאר האדמה?

אויב איז עס בלויז א טפל, ביסטו אויס קאפעליטש מאכער.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:56 pm
דורך א נייער
farshlufen האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:וואס איז וועגן א זויערע איגערקע פאר האדמה?

אויב איז עס בלויז א טפל, ביסטו אויס קאפעליטש מאכער.

מ'רעדט דאך פאר נאכטמאל, ווען עס קומט נישט אריין דארט.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:29 pm
דורך פארבינדן
אילו זכינו דו ביסט פיינע נייעס
און האסט א גוטע שלום בית
צו מאכן א פאום פאר מזונות ווייניגער ווי א כזית
עטליכע גוטע ווערטער והיא עומדות ומציית

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:19 pm
דורך אילו זכינו
פארבינדן האט געשריבן:אילו זכינו דו ביסט פיינע נייעס
און האסט א גוטע שלום בית
צו מאכן א פאום פאר מזונות ווייניגער ווי א כזית
עטליכע גוטע ווערטער והיא עומדות ומציית

אז מ'האט די ריכטיגע ערפינדן,
ווייסט מען וויאזוי זיך צו פארבינדן,
ס'איז נישט שווער,
מ'דארף נאר געבן א קלער,
יעדעס מאל לויטן ענין,
בויעט מען אויף עפעס אן בנין,
ס'איז ווערט יעדע פרייז,
מ'דארף נאר נוצן די ריכטיגע דעת.