ניס קראכער האט געשריבן:פארשלאפן(מ'מעג רעדן פון זיידעס דא?...)
א מידל סייז מענטש, גייט מיט די אלטע מין פלאטשיגע ביבער היטן, גלעזער גייט ער מיט די באקסעדיגע גאלד אין שווארץ סטיל,
ציגעלע בארד וואס ווערט שוין גרוי
שבת גייט ער מיט די שיינעדיגע בעקיטשע, אין קארצן א איד וואס האלצעך צום אמאל! שטארק פרינציפישע מענטש
שוין פון פרי פארטאגס אין ביהמ"ד, א ערנסטער יודע ספר, ווען איינער האט א שאלה אין לערנען איז ער דער אדרעס אין ביהמ"ד
האצעך זיין ווינקל אין ביהמ"ד, קיינמאל וועסט אים נישט זען קלעפטשקענען אין א קופקע
צו די זייט האט ער שטארק ליב היסטאריע
שטארק באליבט ביי זיינע ארומיגע
ארבייט שווער על המחיה וקאקאו-קאלע,
א חשובער ניק האט מיר אויפמערקזאם געמאכט א וויכטיגע נקודה איבער הרב פארשלאפן... אז ער גייט מיט ווייסע זאקן אין באקוועמע שיך