מיין רעזיגנאציע בריוו צו אייוועלט.

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

מיין רעזיגנאציע בריוו צו אייוועלט.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:08 pm

יום ג׳ שמות שנת תשע״ט לפ״ק

מורי ורבותי אחי ורעי תושבי אייוועלט יכ״ג. דא שרייבט צו אייך אייער פריינד טשאדי.

שוין א לענגערע תקופה וואס דאס דרירט מיר, און איך מיין אז ס׳איז שוין צייט עס ארויסצושטעלן פארן ציבור דא, און צעוויסן טאן די מענטשהייט וואס דא קומט פאר, און וואס פונקטליך ס׳האט געפירט איך זאל למעשה זיך אוועקזעצן שרייבן דעם שטיקל, און אפציעל ארויסשטעלן א רעזיגנאציע אשכול, און ארויסשרייבן וואס פינקטליך ס׳האט מיר געצווינגען אזאנס צו טאן.

ווי יעדער איינער ווייסט, איז די ציל פונעם ׳אידישער וועלט פארום׳, א_ווי ס׳שטייט קלאר געשריבן און די שטאטוטן פונעם פארום, איינער דעם אנדערן זאגן א גוט ווארט, און ארויפברענגן א שמייכל אויף די לעפצן פון אידישע קינדער. צו דעם פארום קענען זיך איינשרייבן סיי ווער נאר, ווער ס׳קען דעם אידישן שפראך, ווער ס׳ווייסט נאר וואס מען ענפערט ביים הערן א ברכה, מ׳שיקט אריין א ניק מיט א ביטע מ׳זאל אים אננעמען, מ׳ווערט עקסעפטעט און באקומט א פעדער.

פון די צווייטע זייט איז פארהאן א חשובע גרופע גערופן ״די הנהלה״, און שלא ע״מ לקבל פרס שטייען זיי על המושמר זעכער צו מאכן אז ס׳פלאץ איז א אויסגעהאלטענער, און אז אירע שרייבער פאלגן אויס די תקנות המקום, וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן מיט יסודות׳דיגע גדרים וסיגים, צו פארזיכערן אז ס׳פלאץ איז אויסגעהאלטן ע״פ תורה און נישט ח״ו ס׳פארקערטע.

ווי געזאגט קען זיך סיי ווער נאר איינשרייבן צו באקומען א בארעכטיגונג ארויפצוקומען און אנטיילנעמען אונעם קרעטשמע פארברענג, שרייבן און קאמאנטירן איבער סיי וואספארא נושא, און בחנם.

שוין כ׳בין שוין צופיל מאריך, וועלעך צו טרערן צום ענין וואס איך וויל דא אדרעסירן.

מאכט זיך אמאל א איינגעשריבענע ניק וואס מאיזה סיבה באשליסט ער צו גיין פון דאנעט, און איינמאל פאר אלעמאל ארויסלאַגן פונעם קרעטשמע. כ׳ווייס אבער נישט פארוואס און פארוועם ס׳איז איינגעפאלן אז אזאנס צוטאן פעלט זיך אויס זיך אוועקזעצן און שרייבן א גאנצן מדרש אגדה מיט א פשעטיל אין א באזינדערע ״רעזיגנאציע אשכול״?.

די ריזיינסט!?.. ריזיינסט פון וואס, פון א פאסטן!?.. די ביסט ערגעץ אויפגענומען געווארן און יעצט רעזיינסטו?.. עימיצער האט דיר בכלל אהער גערופן מתחילה און ער לאזט דיר יעצט נישט אוועקגיין, אז די מיסט ממש זיך אוועקזעצן שרייבן א רעזיגנאציע!?..

א רעטעך, ס״ה האסטע ביז יעצט געהאט צייט, למעשה דרייט זיך א וועלט, זאכן טוישן זיך, און יעצט גייסטו פאר א תקופה נישט האבן קיין צוטרוי צום אינטערנעט, אדער ביסטו געווארן שטארק פארנומען באכאשעם, צו מחמת א דריטע סיבה. בכל אופן שהוא. די האסט נישט קיין ברירה, די מיזט אויפהערן שרייבן?, אנע קיין רעזיגנאציעס, אנע געזעגענונגען מיט פלפולים שונים, מאך עס בקוצר נמרץ, פראסט און פשוט, ״הער אויף שרייבן״, לאַג ארויס און גיי לחיים ולשלום, זיי מצליח. פינטל. רעזעגנירן!?..רעזיגנירן פון וואס?.

אה.. ביסט א פיינע שרייבער, הע?, עפעס ליגט דיר אין בויך און די האלטסט אז די קענסט דאס אראפלייגן אזוי ווי ס׳ברויך צו זיין, און די ווילסט זייער דערוילעם זאל דער אויסהערן, וואס?.. פיין! אדרבה, עפען אן אשכול מיטן נאמען ״שאלעשידעס תורה׳ס״ און לייג יעדע וואך אן אפדעיט, שרייב ווי מער. ריזיינען!?.. היתכון, פארוואס זאל דאס מיזן געשריבן ווערן אלטס א רעזיגנאציע!?.. דיין ארטיקל איז גוט פארזיך. אוועקגיין!?.. ניין, די בלייבסט דא!

עניוועי, וואס וועלעך דא פונטליך זאגן?.. אה, גארנישט ספעציעל, נאר איין זאך, מהיום והלאה, אויב שפירט עימיצער אז ער מיז גיין פון דאנעט, געזונטערהייט. ווייל ווי געזאגט, ער איז נישט אויפגענומען, און קיינער האצעך גארנישט אינטערגענומען אויכנישט. מיר וויטשן דיר אסאך הצלחה, אבער מיר זענען קנאפע נייגעריג אין דיינע פיסטע רעזיגנאציע דרשות.


זיי שוין שטיל דארט, הער אויף דבר׳נן, שיק שוין און פערטיג.

צוריק צום קרעטשמע. ווי האבעך נאר געהאלטן?.. אה, דא.
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:11 pm

סייסט, מען האט דיר נישט אויפגענומען פאר באצאלט צו אונטערהאלטן דעם עולם מיט דיינע זאפטיגע נייעס נאכגעפאלגט מיט ד"פ-ג"ד לינקס? פאר בחינם טוסטו עס???

ביסט א צדיק! ריזיין נישט!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:16 pm

:)
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:39 pm

שוין... אפגעאטעמט... טשאדעלע, פליז טו עס נישט צו מיר נאכאמאל.

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3087
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:39 pm

שיגענער!!!! הזוית נאמי!?!?!?

כמעט פארפעלט א הארץ קלאפ!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:05 pm

טשאדעלע, טשולדיגט, שאדי!

איך ווייס אז ווען דו טראגסט עכט אפ, קומט א קעפל ווי "טרררררררררר...... דו פליסט ארויס פון דא?????"

נישט אזא איידעלע קעפל ווי דער אשכול...
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:06 pm

טשאדעלע, איך האב געקוקט שטרענג פאר א מאמענט. מ׳טוט דאס נישט צו אן אלטע פערד

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:20 pm

איך האב זיך געווינדערט וואס עפעס שרייבט ער געזענונגס בריווען? ער קען נישט "פשוט אויפהערן שרייבן" ??? הזאת טשאדי?

ב''ה דער באשעפער האט מיר חונן דעת געווען אז אנטשטאט קראצען מיין קאפ זאל איך קליקן אויף זיין תגובה און באלד זען אז... שוין.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
בעזרת הבורא
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:35 pm

תגובהדורך בעזרת הבורא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:13 pm

גיט גיעט ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: ;1@ ;1@ ;1@ ;1@

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:20 pm

געלעגער האט געשריבן:טשאדעלע, איך האב געקוקט שטרענג פאר א מאמענט. מ׳טוט דאס נישט צו אן אלטע פערד

און נאך ווי א פערד...
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4254
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:22 pm

פאר עפעס אן אינסטינקט האט מיר געמאכט קוקן די לעצטע שורה איידער די ערשטע, כ'ווייס נאכניש דערווייל פארוואס, און טאקע דארט האב'ך געזען דעם שטרענגן באפעל פון "דבר'ע שויניש דארט אזויפיל".

כ'ווארן דיך!!!
נאט אייך א גרינע...


נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:27 pm

הרב טשאדעלע איך גלייב נישט אז די אשכול אויף וואס דו באציהסט זיך האסטו דורכגעליינט געהעריג ווייל יענע אשכול איז באמת טייערע אמתע דיבורים וואס יעדער איד וועט מודה זיין אז ער רעדט דברים של טעם.
לעצט פאראכטן דורך נודה לך אום מיטוואך דעצמבער 26, 2018 12:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:38 pm

טשאדעלע האסט מיר ממש געמאכט דיזי ווען איך האב געזעהן די קעפל
אבער נאכדעם האב איך אפגעאטעמט
הכלל קוקט אויס ווי איהר זענט אזוי אויפגערעגט אויף די ניק "אבערוואס".....
האסטו געמוזט מאכן א סטראשעריי צו די גאנצע וועלטל....??

אבער ביזט א גוטס...
参考专家

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:04 pm

פארשער האט געשריבן:שוין... אפגעאטעמט... טשאדעלע, פליז טו עס נישט צו מיר נאכאמאל.
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:07 pm

הנדימען האט געשריבן:
פרשער האט געשריבן:שוין... אפגעאטעמט... טשאדעלע, פליז טו עס נישט צו מיר נאכאמאל.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 1:17 am

זעה מיר אז האסט טאקע נישט געמיינט "אבערוואס".
זייער שיין!!!
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מ׳האמער עס אדורכגעליינט. מה נאמר ומה נדבר. ליידער ביסטו הייליג גערעכט. דברים היוצאים מין הלב. אמת׳דיג און שיין אראפגעשריבן. אסאך אידן וואלטן זיך געוויטשן אזאנע אייזערנע כוחות ווי דיר.

וואס בלייבט אונז נאר איבער צו ווינטשן פאר דיר איז, קודם ישר כח פאר דיין ארבעט בכלל, און פאר דיינע לעצטע פאר ווערטער בפרט. פון וועלכע פערספעקטיוון מ׳זאל דאס נאר ליינען נעמט מען פון דעם ארויס א מעכטיגע שטיקל דברי מוסר.

אפילו ס׳קוקט מיר אויס אז די ביסט קלאר ווי די טאג, בינעך זיכער אז ס׳וועט נישט אנקומען גרינג, ממילא ווינטש איך דיר סיעתא דשמיא, חזק ואמץ!

הכו״ח טשאדל.

פון דא
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:43 am

יאצמעך האט געשריבן:שיגענער!!!! הזאת טשאדי!?!?!?

כמעט פארפעלט א הארץ קלאפ!
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:58 am

בה אפגעאטמעט
די האסט מיר פיין דערשראקן

metsboy
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 11:03 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :grin: :grin: :grin: :grin: :grin:

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 11:23 am

איינער האט געזעהן טשאדעלע היינט ? איך מיין ער האט פלען אויף געהערט שרייבן דא!?


זייער גוט טשאדל. ;l;p-

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 12:26 pm

איך בין דיר מוחל פארן דערשרעקן, אטעם נישט אפ אזוי שנעל, עס איז נישט געווען אזוי גרינג דיר צו מוחל זיין,
אבער פארן די לעצטע שורה געב איך אויף מחול לך מחול לך מחול לך
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 12:32 pm

פארפעלט א קלאפ!

האטצעך אויסגצאלט פי כמה אבער.
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 1:35 pm

מיט מיינע ווייעדיגע פוס בין איך קוים אריין געלאפן דא פארסאפעט צו זעהן ווער ס'האט שוין פארטריבן טשאדעלע פון דאנעט, און שוין, מ'קען שוין הערן מיין הויכן אפאטעמען ביז דארט.

טשאדעלע איז ריייייייייייייזיג! דיין שפרידלדיגער מח וואס איז מחדש חידושים, חדשים לבקרים, ווי אזוי צו מהנה זיין אידן איז דאך געוואלדיג!


דער קעניג וויל הערן א שיינע מעשה? יא, יא?

אמאל איז געווען א מעשה, א טשאדעלע, באדעלעעעע.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

מחאה
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 2:58 pm

יוש בין איך געווען נערוועז ביים אריינקומען דא.......... איך האב שוין כמעט גענוצט מיין נאמען דיר צי פארשרייען אין אלע גאסן............................... קיפ איט אן באט פליז נישט מיט אזא שששששששששררררררררררררעעעעעעעעעעעעעעעעעעקקקקקקקקקקקקקקקקקעעעעעעעעעעעעעעעעעעדדדדדדדדדדדדדדדדדדיייייייייייייייייייייייייייייגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעע קעפל!!!!!!!!!!!!!!
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

תגובהדורך קלאץ קשיא » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 3:21 pm

מיין כיתה ח רבי האט אמאל געזאגט אז פאר אזאכע jokes קומט זיך פעטש


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט