מיט 1500 א וואך קען מען (נישט) לעבן ווי א איד!...

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

מיט 1500 א וואך קען מען (נישט) לעבן ווי א איד!...

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:16 am

מיט 1500 א וואך קען מען נישט לעבן ווי א איד!

זייט איך האב געזען די דאזיגע ווערטער אויפן אנאנס פון עפעס א ניטל פארברענג וואס די באטייליגטע וועלן האבן די פאטענציאל אנצוהייבן לעבן ווי א איד, גייט דאס מיר נישט אריין אין קאפ און לאזט נישט במנוחה מיין געוויסן. ערשטנס, פארוואס עפעס פארברויכט מען טאקע מער ווי 1500 מיאות א וואך? לאמיר ענטפערן אז דער מציאות איז היינט ליידער מחמת כמה סיבות בשעבוד גליות אז מ'דארף יא מער, אבער פארוואס עפעס געבן פאבליק לעגיטימאציע פון דאס לעבן און שאפן פון א סטאנדארד לעבנסשטייגער וואס באשטייט פון 3 טויזנט א וואך, בעת וואס דער מציאות גייט זיין אז אפילו יעדער זאל זיך דארט באטייליגן וועלן 80 פראצענט דאס נישט עררייכן?

צווייטנס, ווען דו קומסט מיר זאגן וויאזוי אויסצונוצן מיינע כשרונות צו מאקסימוזירן מיין וועידזש צו 1500 אדער אפשר 2000 א וואך, אדער וויאזוי צו בודזשעטן די פארדינסטן, וויאזוי צו קענען שפארן און אוועקלייגן פאר גרעסערע געברויכן, וועל איך נאך פארשטיין. אדער אז מען קומט מטכס עצה זיין וויאזוי צו לינדערן - נידערן די גרויסע הוצאות פון די אבנאמאלע היימישע לעבנסשטייגער קאסטן, איז דאס כמים קרים על נפש עיפה. אבער אז דו קומס מיר אנפלעקן דעם סוד כמוס אז 1500 א וואך איז היינט ממש גארנישט, עס איז די דרגא בלויז פון אפאר אלד-טיימער בטלנים וועלכע זענען נישט געגאנגען זיך אויפקלערן ביי די אומצאליגע קורסן, גלייב איך אז דאס שמעקט נישט צו זיין פאר מיר.

דריטענס, לאמיר אנקוקן די צווייטע זייט פון מטבע. ס'קומען היינט אינגעלייט ארויס פון ישיבה אן קיין שום ערפארונג אין די ביזנעס וועלט. איך רעד נישט פון א פאך, בלויז צו קענען וויסן דעם באדייט פון א טאללער, וויסן די שפראך וויאזוי מען האנדלט אויף מאמע לשון, זיך אויסקומען מיט בעה"ב און מיטארבייטער. דערפאר איז יא וויכטיג פאר מאנכע אזא ניטל דינער וואס שטעלט אראפ א פיינאנציעלע יסוד פאר בעגינערס לדעת את הדרך אשר ילכו בה. אזוי אויך איז דאס זייער גוט פאר ביזנעסלייט וועלכע ווילן זיך אויסשארפן זייערע חושים צו קענען און פארברייטערן זייערע אפציעס אין די ביזנעס וועלט.

אבער די 1500 א וואך לאזונג צייגט אז פאר מיר פערזענליך איז דאס נישט... אפשר פאר אייך יא. אין מיין מיינונג דארף מען זיך באופן כללי רעאליסטיש קאנצענטרירן וויאזוי צו מאכן די 1500 א וואך אידן זאלן יא קענען אויסקומען מיט זייערע פארדינסטן, און נישט געבן בענזין און לעבהאפט פאר א סטאנדארד לייפסטייל פון 3 טויזנט און העכער, וועלכע איז מעגליך די פארדינסטן פון די חשוב'ע שיעורים געבער, אבער זעט נישט אויס צו בענעפיטירן 20 פראצענט פונעם ציבור.

יישר כל פארן אויסהערן.

הרב ר' יום טוב פון די קאנסומער דיפענס ליגע.
לעצט פאראכטן דורך ר' יום טוב אום דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:26 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:19 am

פערטנ'ס, פארוואס אין פארברענגן ?

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 2:22 pm

יאפס.
פאקט איז פאקט, כהיום צו לעבן ווי א מענטש ברויך מען האבן די מאות לעשרות.
ווען אונזערע עלטערן האבן געלעבט פאר דרייסיג פערציג יאר צוריק, איז קיין סאלאט באר נישט געווען, קיין אנגעפולטע שאפינג וועגעלעך אויך נישט, און דאס יקרות איז געווען נידריג און די לייף סטייל נאך נידריגער.
די פאקט איז אז כהיום קען מען אזוי נישט לעבן. מוח גערעדט איז טאקע אמת ויציב אז ס'נישט אויסגעהאלטן צו קויפן סאודע אויף שבת ווען דיין זונ'ס חתונה פון נעקסטע יאר איז נאך נישט אויסגעלייגט אין קעש, אדער ווי אן מיטליעריגע איד זאגט, 'אמאל אז א יונגערמאן האט געהאט אן איבריגן הונדערט אלפים האט ער נאך געהאלטן ביי א מיינוס, ער האט נאך נישט גענוג געלט פאר אלע זיינע קינדער'ס חתונות, היינט, ווען מ'האט א איבריגען הונדערטער, בויעט מען זיך איבער דעם קאנדא כאחד הנגידים'.
אבער די פאקט איז א מען קען אזוי היינט נישט לעבן.
מען דארף לעבן וויא איד, מען דארף האבן דיפס אויף שבת, און א סאלאט פונעם באר.
דער אייבירשטער זאל העלפן אז אלע זאלן האבן שיינע, מכובד'דיגע פרנסות, און ס'טאקע מער און מער לעצנטס, אז יונגעלייט לערנען זיך א פאך אז מען זאל קענען זיך מפרנס זיין בדרך כבוד.
עמך ישראל צריכים פרנסה.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:45 pm

איין זאך איז זיכער, נאך א פולן פאדיום מיט הונדערטער ענטרי נדבות, מאכן די ארגאנעזירער מער ווי 15 מאות א וואך.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:28 am

ר' יום טוב האט געשריבן:1500 מיאות א וואך

אויף אלע יודן געוואונטשן :lol:
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 11:49 am

שמואל בארג האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, נאך א פולן פאדיום מיט הונדערטער ענטרי נדבות, מאכן די ארגאנעזירער מער ווי 15 מאות א וואך.

;l;p-
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מוצ"ש דעצמבער 29, 2018 11:45 pm

נאופס, סארי יומטי, 15 מאות א וואך איז נישט צום לעבן און נישט אראפצשלינגען, און אוודאי נישט אויפציעסן.

ווען דו מאכסט 15 מאות גראד עכ עכ העעםם איך איך מיין צוזאגן אויפן טיש, גראד, דיירעקט דיפאזיט, מיט א גאנצע דאבליו 2, דאן גייט אריין אין דיין באדזשעט נאך 15 אלפים א יאר פאר העלט אינשורענס, נישטא קיין אכטערס מיט סטעמפלס, נישטא קיין מילעך טשעקלעך מיט קיין ערב פסח קיופאנס.

און 15 מאות טיימס 52 וואכן איקאס 78 אלפים א יאר, מיינעס טעקס, נא? פון דעם קען מען קויפן דשעלעפינא אויף שבת?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11200
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:36 am

ווענציך וואס, ווי, ווער. אויף די ביכער/אונטער די ביכער, 3 קינדער אדער 8 קינדער, אפסטעיט אדער סיטי וכו'

א עוורידזש משפחה אין אפסטעיט דארף צו קענען לעבן ברייט מיט 6000 א חודש. אין סיטי ווענציך שוין אין אסאך זאכן.
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:37 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:נאופס, סארי יומטי, 15 מאות א וואך איז נישט צום לעבן און נישט אראפצשלינגען, און אוודאי נישט אויפציעסן.

ווען דו מאכסט 15 מאות גראד עכ עכ העעםם איך איך מיין צוזאגן אויפן טיש, גראד, דיירעקט דיפאזיט, מיט א גאנצע דאבליו 2, דאן גייט אריין אין דיין באדזשעט נאך 15 אלפים א יאר פאר העלט אינשורענס, נישטא קיין אכטערס מיט סטעמפלס, נישטא קיין מילעך טשעקלעך מיט קיין ערב פסח קיופאנס.

און 15 מאות טיימס 52 וואכן איקאס 78 אלפים א יאר, מיינעס טעקס, נא? פון דעם קען מען קויפן דשעלעפינא אויף שבת?

לויט די ניו יארק סטעיט 2018-2019 גיידליינס (עפעקטיוו ביז יוני 30 2019) מעג א משפחה פון 8 מענטשן (מאן און ווייב און זעקס קינדער) פארדינען ביז $78.403 א יאר, און זיין בארעכטיגט פאר מעדיקעיד, און שוין אפגערעדט פאר וויק (מילך טשעקלעך).

פאר יעדן צוגעקומענעם מעמבער לייג צו נאך $7,992 א יאר!

נאכאמאל! א משפחה פון 6 קינדער און ארויף קען פארדינען $1500 (אויפן טיש, גראד, דיירעקט דיפאזיט, מיט א גאנצע דאבליו 2) און זיין בארעכטיגט פאר מעדיקעיד.
(א משפחה פון 9 קינדער (11 פעמעלי מעמבערס) קען זיין בארעכטיגט אפילו פאר פוד סטעמפס מיט די אויבנדערמאנטע סכום פון 15 מאות א וואך.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:49 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:נאופס, סארי יומטי, 15 מאות א וואך איז נישט צום לעבן און נישט אראפצשלינגען, און אוודאי נישט אויפציעסן.

ווען דו מאכסט 15 מאות גראד עכ עכ העעםם איך איך מיין צוזאגן אויפן טיש, גראד, דיירעקט דיפאזיט, מיט א גאנצע דאבליו 2, דאן גייט אריין אין דיין באדזשעט נאך 15 אלפים א יאר פאר העלט אינשורענס, נישטא קיין אכטערס מיט סטעמפלס, נישטא קיין מילעך טשעקלעך מיט קיין ערב פסח קיופאנס.

און 15 מאות טיימס 52 וואכן איקאס 78 אלפים א יאר, מיינעס טעקס, נא? פון דעם קען מען קויפן דשעלעפינא אויף שבת?

אמת פראגראמען האבן מיר טאקע נישט, אבער טעקס צאלט מען כמעט גארנישט מיט א קינדער געבענטשטע פאמיליע, און לויט טראמפ'ס טעקס רעפארם האפן מיר נאך צוריקצובאקומען א ביינדל, וימים ידברו. אזוי אויך וויבאלד עס שאדט נישט צו באקומען נאך אביסל אינקאם, געשעהט דאס טאקע אויף עטליכע אופנים, און מיר האבן עטליכע זייטיגע קלענערע הכנסות.

העלט אינשורענס איז דא פון די ארבעט פאר ביידע עלטערן, אין פאל מ'האט א קינד בשעטו"מ העלפט מעדיקעיד ארויס מיט די קאופעי'ס, און די קינדער האבן אלע טשיילד העלט פלאס.

אונזער גאנצע בודזשעטינג לויפט אנדערש ווי ניינציג פראצענט פונעם ציבור, עס איז נישט אזוי ווייט קארגשאפט, עס איז ליבערשט קאנסערוואטיוו. יא, מיר קענען האבן דשעלאפינא שבת. באט געס וואט, מיר קויפן דאס נישט!
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג דעצמבער 30, 2018 6:40 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:

לויט די ניו יארק סטעיט 2018-2019 גיידליינס (עפעקטיוו ביז יוני 30 2019) מעג א משפחה פון 8 מענטשן (מאן און ווייב און זעקס קינדער) פארדינען ביז $78.403 א יאר, און זיין בארעכטיגט פאר מעדיקעיד, און שוין אפגערעדט פאר וויק (מילך טשעקלעך).

פאר יעדן צוגעקומענעם מעמבער לייג צו נאך $7,992 א יאר!

נאכאמאל! א משפחה פון 6 קינדער און ארויף קען פארדינען $1500 (אויפן טיש, גראד, דיירעקט דיפאזיט, מיט א גאנצע דאבליו 2) און זיין בארעכטיגט פאר מעדיקעיד.
(א משפחה פון 9 קינדער (11 פעמעלי מעמבערס) קען זיין בארעכטיגט אפילו פאר פוד סטעמפס מיט די אויבנדערמאנטע סכום פון 15 מאות א וואך.

איך האב אבער נאכנישט קיין 6 קינדער. מיט 3 קינדער איז די דאך פאר איסענשעל ( מעדיקעיט מיט א קליינעע פרימיום און קליינע קאופעיס) 57000 א יאר וואס איז זייער שווערע גיידליין פאר א אידישע משפחה.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 7:16 pm

א משפחה מיט 3 קינדער קען טאקע לעבן ברייט אויך מיט 1000 א וואך

די אנאנס וואס ר' יום טוב האט געזעהן איז זיכער געצילט פאר גרעסערע משפחות

אוועטאר
Borough Park
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:04 pm

וויפיל קען איך פארדינען מיט 2 קינדער פאר א איסענשעל פלען?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:08 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:א משפחה מיט 3 קינדער קען טאקע לעבן ברייט אויך מיט 1000 א וואך

די אנאנס וואס ר' יום טוב האט געזעהן איז זיכער געצילט פאר גרעסערע משפחות

אזוי?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:26 pm

פיצי קעפעלע האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:א משפחה מיט 3 קינדער קען טאקע לעבן ברייט אויך מיט 1000 א וואך

די אנאנס וואס ר' יום טוב האט געזעהן איז זיכער געצילט פאר גרעסערע משפחות

אזוי?

יא, אזוי!

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:31 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:א משפחה מיט 3 קינדער קען טאקע לעבן ברייט אויך מיט 1000 א וואך

די אנאנס וואס ר' יום טוב האט געזעהן איז זיכער געצילט פאר גרעסערע משפחות

אזוי?

יא, אזוי!

פליז זאגט מיר ווי אזוי, ביי מיר ארבעט עס נישט

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:47 pm

ביי מיר אויך נישט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:05 pm

דעמאלס ברויכן ענק גיין צו פראפעשענעל העלפ זיך אויסצולערנען צו פירן ריכטיג א בודזשעט

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:17 pm

1000 א וואך איז 52k א יאהר

יעצט
שכל א חודש 750
גראסערי 1300
קאר (ליעס, אינשורענס, געז [ווען מען האט איין]) בערך 550
מעדיקעל אינשורענס 235
האוזינג לכה״פ 2000

נאר אנגעכאפט א טראפ הוצאות וואס די טאטעל איז מער ווי 50k, האלטמער שוין כמעט דארט, כ׳האב נישט קיין כח ווייטער צו רעכענען.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:24 pm

דער פראפעשענעל וועט דיר שוין העלפן רעכענען
טוה עס נאר באצייטענס איידער ס'איז צו שפעט
אז אי"ה ביום מן הימים ווען דו וועסט האבן 10 קינדער אדער 12 אדער 14 קינדער בליעה"ר וועסטו נישט ברויכן פארדינען א מעלאנע א חודש זיי אויסצוהאלטן


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט