וואסישוין???

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

וואסישוין???

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 4:08 pm

אויב איהר קענט נישט ריכטיג ארויסזאגען די ווארט קענען מיר אייך נישט בלעימען ווייל מיר האבען דאס איצטערט באשאפען...
ס׳האנדלט זיך פון א נייע כת וואס רופט זיך ״וואסישוינים״
וואס איז אייגענטליך א לשון רבים פון וואסישוין
אה, יעצט כאפט ער ״שוין״.... ״וואס איז שוין.....״ יא יא א פיין קעפל קענעהארע...

איז אזוי טייערע ברידער כל אחד בשמו הטוב יבורך
מיר לעבען היינט אין שטורעמישע צייטען וואס מ׳קען זאגען אז מאז היתה ישראל לגוי איז נאך קיינמאל נישט געוועזען אזא מצב סכנה מבית ומחוץ. אין ארצינו הקדושה דראעהט די גזירות השמד פון די טריפהנ׳ע מדינה הטמאה וואס פראבירען שוין אריבער זיבעציג יאר אויסשמדן כלל ישראל ר״ל.
אין אייראפע און די ארצות הברית האנדעלט זיך פון א גאר ערענסטע געפאר אויף די חינוך הבנים, ותוצאותיו מי ישורנה
אין פין די אנדערע זייט איז דא די אנגעקלערטע מבפנים וואס זיי קימען מיט כל מיני קשיות און פרעמדע שיטות און מברויך קעמפען מיט ציין אין נעגעל...


אבער אויזער די אלע פראבלעמען איז דא נאך א גרויסע פראבלעם און מיר וועלען דאס געבען א נאמען ויקרא שמו בישראל: גזירת וואסישוין. (מזל טוב מזל טוב)
די פראבלעם איז אז ס׳איז דא מענטשען וואס זיי קימערען זיך נישט מיט גארנישט. אויף יעדע פראבלעם האבען זיי א פשוט׳ע עצה:

״וואס איז שוין?״

יאך וועל געבען א דוגמא, למשל די גזירת גיוס. אויב טענה איך מיך מיט א אנגעקלערטער, גייט די שמועס בערך אזוי:

גולם: האסט געהערט וועגען די גזירת הגיוס? ס׳לויערט א געפאר אויף בני ישיבה אין ארצינו הקדוש.
אנגעקלערטער: שקר וכזב, קיינער גייט נישט אין מיליטער
גולם: וואס הייסט ס׳איז דאך דא גביית עדות
א״ק: אפשר געציילטע ספרדישע בעל תשובות
גולם: אין דאס בליט פון בעל תשובהס איז הפקר?
א״ק: נייין... אהעם... אבער זיי גייען דאך סייווי אין מיליטער....
גולם: מרעדט דאך דא פון מיידלעך וואס וואלטן נישט אריינגעטרעטן אין מיליטער, שומרי תורה ומצוות
א״ק: נע, די מיידלעך גייען קורצע קליידער אין זיי זעהען בכלל נישט אויס פרום
וכו׳ וכו׳ וכו׳, איר קענט שוין אליין אויספירען די שמועס.

שוין האמער געענדיגט די שמועס.

יעצט גיימער זיך נעמען צום וואסישויני. א שמועס מיט א וואסישויני גייט בערך אזוי:
גולם: האסט געהערט וועגען די גזירת הגיוס? ס׳לויערט א געפאר אויף בני ישיבה אין ארצינו הקדוש.
וואסי שויני: נו נו, וואסי שוין
גולם: וואס הייסט מ׳גייט נעמען בחורים אין מיליטער!
וואסי שויני: וועט מען גיין אין מיליטער, וואסי שוין
גולם: מ׳וועט זיי דאך מאכען פאר ציונים דארטן!
וו״ש: נו וואס איז שוין

אזוי זעהט איר, מ׳קומט נישט אן אין ערגעץ, ניטאמאל טענה׳ן קאן מען זיך מיט אים.
אזוי גייט עס מיט יעדע זאך, מציצה בפה, גזירת שמד תשע״ט, גארנישט קימערט עם נישט, אלץ וועלען די עסקנים ארלעדיגן, אבי ער זאל קענען זאגען שלום עלי נפשי. מ׳גייט מוזען לערנען טריפהנ׳ע סייענס? נו וואסישוין. מ׳גייט לערנען שעות ארוכות כל מיני גויאישע לימודים? וואסישוין. יונגעלייט דרייען זיך ארים מיט טריפהנע כלים? וואסישוין. מ׳גייט ארויסגעבבן א גזירה אויף ברית מילה? וואסישוין.
מיט אזא איינעם איז נישט דא וואס צו מאכען ווייל אויף יעדע זאך קען ער ענטפערען: וואסישוין.
אין א געויסע זין איז דער וואסישויני נאך ארגער ווי די אנגעקלערטער, ווייל די אנגעקלערטער זאגט קלאר וואס ער וויל. אבער די וואסישויני דרייט זיך סתם ארויס. כאילו די עתיד פון אינזערע קינדער איז בכלל נישט קיין וויכטיגע זאך.
איי וועט עטץ פרעגען, נו וואסישוין???
איז די ענטפער, גארנישט.... יאך בין נישט געקימען מוחה זיין. (סורפרייז סורפרייז...)
מיר ווילען דא פשוט פרעגען די אלע וואסישוינים, ווי אזוי קענט איר באווייזען זיך צו האלטען אזוי רוהיג?... מיר וואלטן געקענט נוצען אביסעל דערפון ווען מיר ברויכען איינשלאפן ביינאכט....

(אין עהרע פון מיין הכתרה צים שר שלש מאות)

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 4:19 pm

נו וואסישון?!












ייש"כ גוט געשריבן
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 4:28 pm

וואס הייסט ס׳איז דאך שרעקלעך!










חחחחח
יישר כח פאר די קאמפלימענט

looking forward
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

תגובהדורך looking forward » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 4:41 pm

וואסישנייעס !!! ;l;p-

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 9:34 pm

מזל טוב גולם פון פראג! כה לחי!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 9:39 pm

לכאורה האט געשריבן:מזל טוב גולם פון פראג! כה לחי!
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

יוחנן בן זכאי
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:56 pm

תגובהדורך יוחנן בן זכאי » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 2:20 am

במחילת כבודך האסט אויסגעלאזט די ארגסטע גזירה וואס שוועבט אויף אונזערע קעפ - די שרעקליכע גזירת הוואקסינען, און די וואסישוינים זייען אן חרבנות צווישן די תמימותדיגע אפגעקלערטע (איז דאס די פארקערטע פון אנגעקלערטע?) און ברענגען אן א רוח אויטיזם אויף אחב"י

יאך וועל געבען א דוגמא. אויב טענה איך מיך מיט א אנגעקלערטער, גייט די שמועס בערך אזוי:

יוחנן: האסט געהערט וועגען די גזירת הוואקסינען? ס׳לויערט א געפאר אויף קינדער אין ארצינו העמא ריקא.
אנגעקלערטער: שקר וכזב, קיינער ווערט נישט געשעדיגט פון דעם
יוחנן: וואס הייסט ס׳איז דאך דא שטודיעס
א״ק: אפשר געציילטע קראנקע קינדער
יוחנן: אין דאס בליט פון קראנקע קינדער איז הפקר?
א״ק: נייין... אהעם... אבער זיי גייען דאך סייווי ווערן קראנק....
יוחנן: מרעדט דאך דא פון קינדער וואס וואלטן נישט געווארן אויטיסטיק ווען נישט די וואקסינען
א״ק: נע, די קינדער גייען קומען פון משפחות מיט פראבלעמען אין זיי זענען בכלל נישט אזוי געזונט
וכו׳ וכו׳ וכו׳, איר קענט שוין אליין אויספירען די שמועס.

שוין האמער געענדיגט די שמועס.

יעצט גיימער זיך נעמען צום וואסישויני. א שמועס מיט א וואסישויני גייט בערך אזוי:
יוחנן: האסט געהערט וועגען די גזירת הוואקסינען? ס׳לויערט א געפאר אויף קינדער אין ארצינו העמא ריקא.
וואסי שויני: נו נו, וואסי שוין
יוחנן: וואס הייסט קינדער ווערן אויטיסטיק!
וואסי שויני: וועט מען ווערן אויטיסטיק, וואסי שוין
יוחנן: וועלן זיי דאך ווערן מער קראנק!
וו״ש: נו וואס איז שוין

אזוי זעהט איר, מ׳קומט נישט אן אין ערגעץ, ניטאמאל טענה׳ן קאן מען זיך מיט אים.

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 4:48 am

וואסישיין איז שיין!

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 9:01 am

הה"ד אשר קרך.....

יישר כח גולם!
. . . . . . .

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 9:13 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:הה"ד אשר קרך.....

יישר כח גולם!

מהרל פון פראג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 18, 2018 1:06 pm

תגובהדורך מהרל פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 1:45 pm

קודם כל וויל איך קלאר שטעלן. איך האב דעם גולם נישט באשאפן...
גולם פון פראג האט געשריבן:
איז אזוי טייערע ברידער כל אחד בשמו הטוב יבורך
מיר לעבען היינט אין שטורעמישע צייטען וואס מ׳קען זאגען אז מאז היתה ישראל לגוי איז נאך קיינמאל נישט געוועזען אזא מצב סכנה מבית ומחוץ.

דהיינו. נישט אין די צייטן פון די משכילים, נישט אין די צייטן פון די קאמאניסטן, נישט אין די צייטן פון צווישן די ערשטע און צוויי וועלט קריג, נישט נאך די צווייטע וועלט קריג מיט די הקמת המדינה וכו' וכו'...
אין ארצינו הקדושה דראעהט די גזירות השמד פון די טריפהנ׳ע מדינה הטמאה וואס פראבירען שוין אריבער זיבעציג יאר אויסשמדן כלל ישראל ר״ל.
אין אייראפע און די ארצות הברית האנדעלט זיך פון א גאר ערענסטע געפאר אויף די חינוך הבנים, ותוצאותיו מי ישורנה
אין פין די אנדערע זייט איז דא די אנגעקלערטע מבפנים וואס זיי קימען מיט כל מיני קשיות און פרעמדע שיטות און מברויך קעמפען מיט ציין אין נעגעל...


אבער אויזער די אלע פראבלעמען איז דא נאך א גרויסע פראבלעם און מיר וועלען דאס געבען א נאמען ויקרא שמו בישראל: גזירת וואסישוין. (מזל טוב מזל טוב)
די פראבלעם איז אז ס׳איז דא מענטשען וואס זיי קימערען זיך נישט מיט גארנישט. אויף יעדע פראבלעם האבען זיי א פשוט׳ע עצה:

״וואס איז שוין?״

יאך וועל געבען א דוגמא, למשל די גזירת גיוס. אויב טענה איך מיך מיט א אנגעקלערטער, ואסביר. איינער וואס האלט אנדערש ווי איך וויל. אדער זעהט נמציאות'ן אנדערש ווי איך זעה עס. מאקסימום איז ער נעבעך פארנערט ווייל זיין רבי וועם ער פאלגט אין יעדע ענין פון אידישקייט און רירט זיך נישט אוועק פון זיין מסורה אבער ער איז אנגעקלערט ווייל ער קלערט אנדערש ווי איך טראכט.גייט די שמועס בערך אזוי:

גולם: האסט געהערט וועגען די גזירת הגיוס? ס׳לויערט א געפאר אויף בני ישיבה אין ארצינו הקדוש.
אנגעקלערטער: שקר וכזב, קיינער גייט נישט אין מיליטער
גולם: וואס הייסט ס׳איז דאך דא גביית עדות
א״ק: אפשר געציילטע ספרדישע בעל תשובות
גולם: אין דאס בליט פון בעל תשובהס איז הפקר?
א״ק: נייין... אהעם... אבער זיי גייען דאך סייווי אין מיליטער....
גולם: מרעדט דאך דא פון מיידלעך וואס הייסט מען רעדט דא פון מיידלעך. פריער איז עס געווען בחורים און עס האט געלויערט אז גזירה אויף אלע ישיבות. נישט געוויסט מיידלעך לערנען אין ישיבות,- אאס"נ עס קען זיין אמת אז עס איז דא גיוס בנים אדער גיוס בנות. אבער אויב למשל וואלט געקומען אזא קשיא איז דאס זיכער ווייל איך בין אנגעקלערט און ח"ו נישט ווייל עפעס אנדערש... וואס וואלטן נישט אריינגעטרעטן אין מיליטער, שומרי תורה ומצוות
א״ק: נע, די מיידלעך גייען קורצע קליידער אין זיי זעהען בכלל נישט אויס פרום
וכו׳ וכו׳ וכו׳, איר קענט שוין אליין אויספירען די שמועס. ביסט אנגעקלערט. עס שמעקט פון השכלה. וואטעווער. דער עיקר איז דו מוזסט מיר ענפערן מיט לאגיק אבער איך מעג מיט רעטאריק...

שוין האמער געענדיגט די שמועס.

יעצט גיימער זיך נעמען צום וואסישויני. א שמועס מיט א וואסישויני גייט בערך אזוי:
גולם: האסט געהערט וועגען די גזירת הגיוס? ס׳לויערט א געפאר אויף בני ישיבה אין ארצינו הקדוש.
וואסי שויני: נו נו, וואסי שוין
גולם: וואס הייסט מ׳גייט נעמען בחורים אין מיליטער!
וואסי שויני: וועט מען גיין אין מיליטער, וואסי שוין
גולם: מ׳וועט זיי דאך מאכען פאר ציונים דארטן!
וו״ש: נו וואס איז שוין

אזוי זעהט איר, מ׳קומט נישט אן אין ערגעץ, ניטאמאל טענה׳ן קאן מען זיך מיט אים.
אזוי גייט עס מיט יעדע זאך, מציצה בפה, גזירת שמד תשע״ט, גארנישט קימערט עם נישט, אלץ וועלען די עסקנים ארלעדיגן, וואס דאס איז ממש א חורבן הדור. די עקסנים זאלן ארלעדיגן ? דאס גופא איז דאס גזירת שמד !!! אבי ער זאל קענען זאגען שלום עלי נפשי. מ׳גייט מוזען לערנען טריפהנ׳ע סייענס? נו וואסישוין. מ׳גייט לערנען שעות ארוכות כל מיני גויאישע לימודים? וואסישוין. יונגעלייט דרייען זיך ארים מיט טריפהנע כלים? וואסישוין. מ׳גייט ארויסגעבבן א גזירה אויף ברית מילה? וואסישוין.
מיט אזא איינעם איז נישט דא וואס צו מאכען ווייל אויף יעדע זאך קען ער ענטפערען: וואסישוין.
אין א געויסע זין איז דער וואסישויני נאך ארגער ווי די אנגעקלערטער, ווייל די אנגעקלערטער זאגט קלאר וואס ער וויל. דהיינו טראכטן אזוי ווי ער האט געלערנט אינדערהיים אדער ביי זיינע רבי'ס, מאקסימום פרעגט ער אויף פשוטע פאקטן וואס פאקטן דארף מען ענפערן מיט פאקטן, זינט אבער ער איז אנגעקלערט טאר מען דאך אים שוין סייווי נישט ענפערן אבער די וואסישויני דרייט זיך סתם ארויס. כאילו די עתיד פון אינזערע קינדער איז בכלל נישט קיין וויכטיגע זאך.
איי וועט עטץ פרעגען, נו וואסישוין???
איז די ענטפער, גארנישט.... יאך בין נישט געקימען מוחה זיין. (סורפרייז סורפרייז...) אוודאי נישט. נישט יעצט און נישט קיינמאל....
מיר ווילען דא פשוט פרעגען די אלע וואסישוינים, ווי אזוי קענט איר באווייזען זיך צו האלטען אזוי רוהיג?... מיר וואלטן געקענט נוצען אביסעל דערפון ווען מיר ברויכען איינשלאפן ביינאכט....

(אין עהרע פון מיין הכתרה צים שר שלש מאות)

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 2:33 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:הה"ד אשר קרך.....

יישר כח גולם!

יישר כח פאר אלע קאמפלימענטירער, ב"ה די חיזוק געט געזאלין צי שטיפען די וואגען ווייטער...
כ'זעה ס'האבען זיך אנגערוקט דא אפאר אנגעקלערטע וואס גלייכען נישט אז עהרליכע אידען זענען זיך אביסעל מחזק,
די וואסישוינים שטייען אדערווייל אוועק...
וועל מיר זיך מוזען ארויפשארען די ארבעל און משיב זיין, סטעי טונד...

מהרל פון פראג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 18, 2018 1:06 pm

תגובהדורך מהרל פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 2:35 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:כ'זעה ס'האבען זיך אנגערוקט דא אפאר אנגעקלערטע וואס גלייכען נישט אז עהרליכע אידען זענען זיך אביסעל מחזק,

איינער געדענק אפשר די מעשה וווען מען האט געהייסן יאסעלע זאל גיין אנשעפן וואסער און ביז מען האט אים נישט געהייבן אויפהערן האט ער ווייטער געגאסן ?

אנגקלערטע..............

אוי באשעפער

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 2:49 pm

אה, די גרויסער מהר"ל פון פראג אליין... פאר אייך האב איך דרך ארץ.
ס'ליגט מיך אין קאפ אז איר שרייבט ערגעץ ווי אין גבורות ה' וועגען יוסף הצדיק, א גאנצע שמועס. יאך האב עס געזוכט דיזע וואכען אין נישט געקאנט טרעפען. אפשר געדענקט איהר ווי דאס איז?

מהרל פון פראג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 18, 2018 1:06 pm

תגובהדורך מהרל פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:16 pm

דעמאנסט מיר א מעשה.

א איד איז אמאל געקומען צום מלבי"ם אז ער איז א משכיל. פרעגט אים די מלבים איר האט געלערנט נ"ך ? זאגט ער ניין. איר האט געלערנט מהר"ל ? זאגט ער ווידעראמאל ניין, איר האט געלערנט מורה נבוכים מיט אמונה ודעות לרס"ג ? זאגט ער ניין,


זאגט אים די מלבי"ם צדיק. איר זענט נישט קיין משכיל איר זענט א עם הארץ ע"כ המעשה הידוע

לעניננו. זעהט זיך אויס אז לערנען מהר"ל באלאנגט פאר די .....

איך מאך א ווערטל. הייב אן פון אנהייב. גיי דורך פרק נאך פרק. ווען דו ענדיגסט קום צוריק....

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:30 pm

אקעי דאס זעה איך שוין אז מהר"ל האט איר נישט געלערענט...
מלבי"ם קענט איר יא? כ'זוך נייטיג איינער וואס האט ארויס די טיפע מהלך אין מלבי"ם אויף שיר השירים. אויך ווי אזוי ער איז מסביר די חילוק צווישען ששון און שמחה.
גיי דורך פרק נאך פרק ווען די ענדיגסט קום צוריק מיך זאגען מוסר וועגען עמארעצעס

ווי האט דער הייליגער סאכאטשאווער געזאגט? פרעזענדליכע אטאקעס ברויכען געענטפערט ווערען מיט פרעזענדליכע אטאקעס.

מהרל פון פראג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 18, 2018 1:06 pm

תגובהדורך מהרל פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:42 pm

איינער זאגט דא מוסר ?

מהרל פון פראג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 18, 2018 1:06 pm

תגובהדורך מהרל פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:43 pm

אויב איר זוכט נייטיג איינער זאל אייך דאס מסביר זיין. אדער סייוואס בין איך גערן גרייט אגב. פאר מער פרטים קענסטו עניטיים קומען אין אישי

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:50 pm

וואס עפעס אין אישי? זאלען אנדערע אידען הנאה האבען

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:51 pm

@מהרל פון פראג!! (אזוי צו זאגן....)

ווי עס זעט אויס זענט איר געקומען אהער נאר קער נעמען פון אייער גולם....

ווילן מיר אייך זאגן, אז ער קען אליין באשטיין זיין שטעטל, און מיר זענען זייער צופרידן, פון אים און זיינע פארשידענע שטעלונגען, בנוגע אידיש, חסידיש, היימיש, אנגעקלערט, צוגעקלערט, צוגעברענט, און אזוי ווייטער און ווייטער.

ווילט איר זיך דוקא ארומקריגן, גייט זיידזשע מוחל ארויס אינדעראויסן, קריגצענק אויס, און אז איר וועט דעם קריג פארפערטיגמאכן, קענט איר ביטע שיין צוריקומען, אלענפאלס זעע יאך נישט פארוואס איר זאלט אייך מבזה זיין דא בפני כל קהל ועדה......

טושלדיג פארן האקן
לעצט פאראכטן דורך נו גוט נו שוין אום דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
. . . . . . .

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:52 pm

מהרל פון פראג האט געשריבן:איינער זאגט דא מוסר ?

איינער זאגט דא אז איינער זאגט מוסר?

לקיים מה שנאמר ענה כסיל כאיולתו

מהרל פון פראג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 18, 2018 1:06 pm

תגובהדורך מהרל פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:58 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
מהרל פון פראג האט געשריבן:איינער זאגט דא מוסר ?

איינער זאגט דא אז איינער זאגט מוסר?

גיי דורך פרק נאך פרק ווען די ענדיגסט קום צוריק מיך זאגען מוסר וועגען עמארעצעס



גולם פון פראג האט געשריבן:לקיים מה שנאמר ענה כסיל כאיולתו

שוין אויב איך האב מצליח געווען ארויסצוקוועטשן פון אייך א תגובה (אייגענטליך ארום צען) אן עס איז נישט גענוצט געווארן די ווארט אנגעקלערט אפצוענפערן איינעם קען איך שוין דערקלערן זיג.

מהרל פון פראג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 18, 2018 1:06 pm

תגובהדורך מהרל פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 4:04 pm

אגב אז מען רעדט שוין וועגן אויפזוכן אדער פארשטיין מקורות. אפשר זאגט איר מיר א מקור צו דאס אז א מענטש וואס איז בגדר חי איז ווערט אבער נישט קיין אנגערופן און קאנסידערט מענטש ? א רמז : ערגעץ אין א פרישה אין חו"מ

אגב. ווי איז די מקור אז מען דארף מכבד זיין רבנישע קינדער ?

אגב דאגב. ווען זאגט מען יא די הלכה מצוה לקייים דברי המת און ווען נישט ?

אגב דאגב דאגב. וואס איז די הלכה אויב א עד האט פארגעסן צו שרייבן הלוי אויף א כתובה ? און ווי שטייט די הלכה ?

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 4:15 pm

מהרל פון פראג האט געשריבן:אגב אז מען רעדט שוין וועגן אויפזוכן אדער פארשטיין מקורות. אפשר זאגט איר מיר א מקור צו דאס אז א מענטש וואס איז בגדר חי איז ווערט אבער נישט קיין אנגערופן און קאנסידערט מענטש ? א רמז : ערגעץ אין א פרישה אין חו"מ

אגב. ווי איז די מקור אז מען דארף מכבד זיין רבנישע קינדער ?

אגב דאגב. ווען זאגט מען יא די הלכה מצוה לקייים דברי המת און ווען נישט ?

אגב דאגב דאגב. וואס איז די הלכה אויב א עד האט פארגעסן צו שרייבן הלוי אויף א כתובה ? און ווי שטייט די הלכה ?

אה, ענדליך רעדט איהר שוין עפעס תוכן. (הגם יאך ווייס נישט פינקט ווי דאס קימט דא אריין אבער שוין....)

יאך בין נישט די סארט "היכי תמצי" מענטש וואס קאן זיך אויס אין די פארווארפענע מקורות, און בכלל בינעך נישט אזא גרויסע תלמיד חכם ווי די הייליגע מהר"ל פון פראג, הלואי זאל איך זוכה זיין צו האבען די מדריגות פון זיין גולם....
עניוועי כ'בין זיכער ס'דא דא אידען גאונים וואס קענען אייך ארויסהעלפען. ווער ס'ווייסט א תשובה צי איינע פון די פראגעס זאל זיך ביטע אנרופען. יאך וועל אויך טוהן מיין השתדלות און צוזאמען וועט עפעס ארויסקימען.
לעצט פאראכטן דורך גולם פון פראג אום דינסטאג דעצמבער 18, 2018 4:47 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

מהרל פון פראג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 18, 2018 1:06 pm

תגובהדורך מהרל פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 4:17 pm

איך בין ברוך השם א געהאלפענער.....


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מילכיגער און 8 געסט