בלאט 1 פון 2

״שרח בת אשר שפילט אויף א פידל״.. ווער האט דאס מחבר געווען?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 16, 2018 10:44 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
ס׳איז עפעס וואס אסאך יארן דריקט עס מיר אין קאפ, ס׳איז מיר שווער א מורא׳דיגע קשיא. און כ׳בין זייער נייגעריג אויב איז איינער דא באקאנט מיט די פאקטן ארום דעם.

קיינער זאל מיר נישט איינרעדן אז ס׳איז ארגינעל, ווייל ס׳שטומט נישט! פונקט ווי די קענסט מיר נישט איינרעדן אז ארכילאגן האבן געפונען שטיקער וואס לויט זיי קומט עס פון יעקס׳ס לייטער...

כ׳מיין, ווי קענסטו מיר פלאדערן אזאנע שטותים?.. יעקב האט דאך ס״ה גע׳חלומ׳ט. איז וויזוי טרעפסטו שטיקער פון עפעס וואס האט קיינמאל נישט עקזעסטירט?.. אלא מאי חלומ׳סטו אויך. אקעי, יעצט שטומט שוין דיינע חלומות.

די זעלבע קאנספעראציע איז דא. כ׳בין זייער נייגעריג ווער ס׳האט דאס מחבר געווען. ווייל זאגן אז דאס איז ארגינעל קעמען נישט, ווייל ס׳שטומט נישט. און אויב איז א חלק איז יא אמת, ווילעך וויסן ווער ס׳האט דאס פארדרייט, און וויזוי ס׳קומט עכט. עכ״פ, וואס איז זעכער איז, אז כמות שהוא איז עס זיכער נישט ארגינעל. ס׳קען אפילו נישט זיין!

פון וואס רעד איך?.. איז אזוי.

יעדעס סוף וואך קומען די קליינע זיסע קינדער אהיים פון חדר, זיך שלעפנדיג מיט זייערע טויזענטער פאפירן און סדרה ביכלעך. [גראדע איז עס א נושא וואס וואלט שוין געמעגט אדרעסירט ווערן דא אין א באזינדערע אשכול. אמין ווירטשאפט דאס. מ׳שיקט אהיים די קינדער מיט הויפענעס דאקאמענטן. קודם א קונטרית פון די פרשה שאלות, עפעס וואס איז היינט אויפגעטייפט צוזאמען מיט בילדער [אויך גראדע ווערד א אשכול פארזיך..], נאכדעם שלעפן זיי א צווייטן חיבור וואס איז די ״חדר באריכט״, וואס האט אין זיך אפגעשריבן כ׳האב נישט קיין אהנונג וואס. נאכדעם שלעפן זיי א קאלערינג בוק, און דאס איז אחוץ די ארטס_ענד_קרעפטס וואס ליגט אין איין באקס מיטן עונג שבת פעקל וואס די קינד שלעפט אויך. אין א באזינדערע זעקל אין וואס ס׳ליגט די איבריגע צעטליך, אמאל איבער די רעבעצין׳ס פאַדי וואס קומט פאר זונטאג, און אמאל איבער איבער וואקסינען, און אמאל ביידע, און נאכדעם די מצוה צעטל.]

יעצט איז אזוי....

אחח.. כ׳בין פארקראכן, און כ׳האב פארגעסן צו וואס כ׳האב געוואלט צוקומען.

געשריבן: זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:01 pm
דורך Kosher Travel
??? ??? ??????????

?

??

????? ????? ????????????? ??????????????????????????? ???????????????

געשריבן: זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:06 pm
דורך מיסטעריעז
זאגסטאך אזוי גוט, און דאס שוין אפילו ווען דו ווייסט נישט וואס דו זאגסט, קל וחומר ווען דו זאגסט בכלל נישט...

געשריבן: זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:07 pm
דורך Haklal
פיינע נייעס דאס!

בד"ו איך רעד יעדע נאכט פין דיר צי מיין יונגעל
דיין לעצטע נאמען זאג ער נישט געהעריג, ער רופט דיך טשאדעלע באבעלע

געשריבן: זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:13 pm
דורך פעטער שמואל
צ/ק
!!!!!! !!!!!!! !!!!!! !!!!!!!!!!!!

געשריבן: זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:26 pm
דורך קלאָצקאָפּ
דראפבאקסגוגל דרייוו

געשריבן: זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:29 pm
דורך יוחנן בן זכאי
אזא פנים טראגן אונזערע קינדער אין דעם היינטיגן חוצפא יסגי דור, די קינדער קענען ג-א-ר-נ-י-ש-ט פון די פרשה - אויסער די ענטפערס וואס די טאטע זאגט אונטער ביים פרעגן די שאלות, זיי קומען אהיים פרייטאג מיט איין איינצעלע ידיעה מרעישה, חיים בערל איז געווען שבת טאטע און לייביס מאמע האט חתונה געמאכט א יונגעלע בעיבי.. איי די צעטלעך? דאס איז געמאכט אויסצולערנען די עלטערן וואס זיצן אגאנצע וואך על הקאווע ועל הסמארט פאון און ווייסן קוים ווי פאלט די געלעכערטע זופ נעבן יעקבס קבורה, און מיט אזא מין פנים פאסט די קעפל ??? ????? ????? ?????????

געשריבן: זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:42 pm
דורך געריבענער סוחר
טאשאדעלע איך מעג צילייגן? אדער דו האסט געהאט הויכע חאוונות בשעת'ן דריקן די קוועסשאן מארק קנעפל.
???????????? ?????????? ????????????????????? ?????????????????????
קענסט מיר זאגן וואס דיר דריקט? איך פארשטיי אז דו ביסט מיד פרייטיג צינאכטס אבער וואס טוט מען נישט פאר די קינדער?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:46 pm
דורך shimon7323
¿¿¿¿¿¿¿ ¿¿¿¿¿¿ ¿¿¿¿¿¿¿ ¿¿¿¿¿¿¿
¿¿¿¿¿¿ ¿¿¿¿¿¿¿
¿¿¿¿¿¿¿¿ ¿¿¿¿¿¿¿¿¿
¿¿¿¿¿¿¿ ¿¿¿¿¿¿¿¿¿¿

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 1:07 am
דורך שקר
====

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 12:08 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
אקעי, כ׳האב זיך שוין דערמאנט צו וואס כ׳האב צוקומען. און קענסט טאקע זעהן ס׳קעפל איז געטוישט געווארן..

איז אזוי, יעדעס יאר פר׳ ויגש קומען די קליינע אהיים מיט א זמר׳ל וואס די מלמדים האבן מיט זיי געלערענט, און דאס איז דעם אלעם באקאנטער איר אלטע ניגון הידוע ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידעל״ וכו׳..

וואס שטערט איז מיר שוין לאנגע יארן איז, ס׳ווערט אראפגעלייגט ווי כאילו ס׳איז מקובל מדורו דורות אז אט דעם ליד איז איז געזינגען געווארן דורך שרח אליין פארן זיידן יעקב אבינו, ביים אים מבשר זיין די בשורה אז עוד יוסף חי׳ וכי הוא משל בכל ארץ מצרים.

לכאורה שטומטעך עס נישט. ווייל וויזוי איז מעגליך אז דאס איז טאקע געווען די ניגון וואס זי האט געזינגען, ווען די ערשטע צוויי שורות דערפון איז די ווערטער ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידעל פארן אלטן זיידן יעקב גאר א שיין לידעל״..?.. דאס איז דאך די דיסקריפציע פונעם ניגון אליין!?..וואס הייסט, זי אליין זאגט אז זי שרח שפילט פארן זיידן יעקב א שיין לידעל!?.. ס׳איז דאך נעריש צו זאגן אז אזוי איז געווען.

ואת״ל אז אין אמת׳ן אריין האט זי יא געזונגען טאקע דעם ניגון, איי ס׳שטומט נישט. וואזשע דען, מ׳וועט מיזן איינזעצן אז זי האט טאקע אנגעהויבן ביים דריטן שורה ״איך בין געקומען שפילן איך בין געקומען שרייען״..

שטומטעך עס ווייטער נישט, ווייל אויב אזוי שניידסטו ארויס די ערשטע צוויי שורות, קומט אויס אז די האסט גע׳הרג׳ט דעם גאנצן ערשטן פאל פונעם ניגון אליין, און כ׳לייב נישט אז שרח האט אנגעהויבן זינגען וועטער אינמיטן א ניגון.

וצ״ע

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 12:22 pm
דורך קניידל פארעם
דער ניגון ווערט אויפגעשפילט אין דעם קאסעטע "עוד יוסף חי" וואס איז ערשינען מיט א דרייסיג יאר צוריק אדער מער (וואס דארט איז שוין ר' ברוך אייזנבערג ע"ה אויך דער הויפט שפילער...), פון דארט האט עס געמאכט זיין וועג צו די חדרים, אזוי ווי אלע אנדערע ניגונים וואס מ'פלעגט זינגען אין מיינער צייט וואס איז גע'גנב'עט (גענומען מיט רשות) פון די קינדער טעיפס, א שטייגער ווי "א צווילינג איז געבוירן נישט איין בעיבי נאר צוויי" וואס איז גענומען פון איך בין שוין גרויס, און נאך און נאך.

ויש לומר עוד בזה, וע' פנים לתורה, דער עיקר האף איך אז טשאדעלע וועט אפאטעמען פון די שווערע דרוק אין קאפ וואס הויערט שוין אויף איהם יארן לאנג, און ער וועט עטוואס צוזעך קומען.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 1:35 pm
דורך יישר כח
עך מיין עס איז די זעלבע מחבר פון "יוסף'ל יוסף'ל כאפ דיך אן אין שטריק"
ווי קניידל האט געשריבן די עוד יוסף חי טעיפ

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 1:50 pm
דורך קניידל פארעם
יישר כח האט געשריבן:עך מיין עס איז די זעלבע מחבר פון "יוסף'ל יוסף'ל כאפ דיך אן אין שטריק"
ווי קניידל האט געשריבן די עוד יוסף חי טעיפ

טעות, יוספ'ל יוספ'ל קומט פון יוסף שפיל תשנ"א, קאפי עלנבויגן.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 3:36 pm
דורך קניידל פארעם

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 4:09 pm
דורך יצחק ברוך
ווייס מיר אז דאס איז מקובל פון עוד יוסף חי אבער די מרפסין איגרא'דיגע קאשע איז "ווער" האט עס מחבר געווען... איז עס ארגינעל פון סרח'ן אליינס שטימט נישט די ערשטע צוויי שורות איז עס א שפעטערדיגע ניגון שטימט נישט די לשון נכח... ודו''ק

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 7:31 pm
דורך לכאורה
די קשיא פון די ערשטע צוויי שורות, אז דאס שטימט נישט אויב ס'איז אריגינעל אזוי, קען מען פארענטפערן מיט מערערע קאפיטלעך תהלים וואס הייבן זיך אן "מזמור לדוד" "מזמור לאסף" און דאס גלייכן, וואס דאס פלעגט זיין אזוי ווי א קעפל פאר די געזאנג (א שטייגער מען טרעפט אויף די צעטלעך פון מוזיק נאטן דעם נאמען פון קאמפאזיטאר), און מיט די צייט איז עס געווארן א חלק פונעם מזמור.

בנוגע דעם עצם קושיא, איך האב אויך געקלערט דערוועגן דעם פארלאפענעם שבת, אבער זיך נישט דערוואגט צו אויפברענגען ביים טיש מיט די קינדער, ווייל דאס קען חלילה רירן א האקעלע נערוו מעיקרי האמונה... שטעל דיך פאר דו ווערסט מארגן געוואויר אז אויך "לאטקעלע לאטקעלע" איז נישט נתחבר געווארן דורך יהודה המכבי.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 8:39 pm
דורך צל עובר
זי האט בכלל געקענט אידיש?

וואס איז געווען די ארגינעלע קעפל פון די אשכול?

דער @טשאדעלע באדעלע האלט אין איין טרעפן פרישע וועגן מהנה צו זיין אידישע קינדער.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 9:24 pm
דורך אסדר לסעודתא
צל עובר האט געשריבן:זי האט בכלל געקענט אידיש?

וואס איז געווען די ארגינעלע קעפל פון די אשכול?

דער @טשאדעלע באדעלע האלט אין איין טרעפן פרישע וועגן מהנה צו זיין אידישע קינדער.

1. מ'האט עס טרענסעלעיטעד צו אידיש ווארט ביי ווארט מיטן ארגינעלן טאן. (איי, וויאזוי גראמט עס אזוי שיין? לאז עס פאר טשאדעלע'ס נעקסטע אשכול)

2. ?????? ?? ?????????

3. יא, אז מ'זוכט טרעפט מען.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 9:27 pm
דורך צל עובר
אין די צווייטע תגובה רעדט ער פון א געטוישטע קעפל.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 9:47 pm
דורך הענדימען
צל עובר האט געשריבן:אין די צווייטע תגובה רעדט ער פון א געטוישטע קעפל.


שטייסטע נישט!?

דאס
אסדר לסעודתא האט געשריבן:?????? ?? ?????????
איז געווען דער קעפל

יעצט קענסטע שוין שטיין

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 9:54 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איי, וויאזוי גראמט עס אזוי שיין?

..געקומען שרייען
..מלך אין מצרים

..גאנצן לאנד
..יוסף׳ס האנט

ס׳גראמט טאקע נישט.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 10:07 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אין ספר מעשי אבות, וועלכע איז אריגינעל געשריבן געווארן אויף אייוועלט, און איז - ווי באקאנט - זייער קראנט אין מקוריות'דיג, ווערט געברענגט א צווייטע גירסא פונעם לידל וואס שרח האט געזינגען. איך געדענק עס נישט אויסנווייניג, אבער לכאו' דארף מען עס קענען טרעפן דאהי. והמלנקים ילינקו..

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 11:56 pm
דורך אזוי וויל איך
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אקעי, כ׳האב זיך שוין דערמאנט צו וואס כ׳האב צוקומען. און קענסט טאקע זעהן ס׳קעפל איז געטוישט געווארן..

איז אזוי, יעדעס יאר פר׳ ויגש קומען די קליינע אהיים מיט א זמר׳ל וואס די מלמדים האבן מיט זיי געלערענט, און דאס איז דעם אלעם באקאנטער איר אלטע ניגון הידוע ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידעל״ וכו׳..

וואס שטערט איז מיר שוין לאנגע יארן איז, ס׳ווערט אראפגעלייגט ווי כאילו ס׳איז מקובל מדורו דורות אז אט דעם ליד איז איז געזינגען געווארן דורך שרח אליין פארן זיידן יעקב אבינו, ביים אים מבשר זיין די בשורה אז עוד יוסף חי׳ וכי הוא משל בכל ארץ מצרים.

לכאורה שטומטעך עס נישט. ווייל וויזוי איז מעגליך אז דאס איז טאקע געווען די ניגון וואס זי האט געזינגען, ווען די ערשטע צוויי שורות דערפון איז די ווערטער ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידעל פארן אלטן זיידן יעקב גאר א שיין לידעל״..?.. דאס איז דאך די דיסקריפציע פונעם ניגון אליין!?..וואס הייסט, זי אליין זאגט אז זי שרח שפילט פארן זיידן יעקב א שיין לידעל!?.. ס׳איז דאך נעריש צו זאגן אז אזוי איז געווען.

ואת״ל אז אין אמת׳ן אריין האט זי יא געזונגען טאקע דעם ניגון, איי ס׳שטומט נישט. וואזשע דען, מ׳וועט מיזן איינזעצן אז זי האט טאקע אנגעהויבן ביים דריטן שורה ״איך בין געקומען שפילן איך בין געקומען שרייען״..

שטומטעך עס ווייטער נישט, ווייל אויב אזוי שניידסטו ארויס די ערשטע צוויי שורות, קומט אויס אז די האסט גע׳הרג׳ט דעם גאנצן ערשטן פאל פונעם ניגון אליין, און כ׳לייב נישט אז שרח האט אנגעהויבן זינגען וועטער אינמיטן א ניגון.

וצ״ע

דיין געוואלדיגע קשיא דערמיינט מיר א צווייטע קשיא וואס איינער האט מיר געפרעגט דעם חנוכה.
וויאזוי איז געגאנגען די עכטע דריידל שפיל וואס די קינדער האבן געשפילט אין וואלד ווען די יוונים זענען געקומען?
עס קען נישט זיין נס גדול היה שם ווייל דעס דערציילט דאך שוין די ישועה.
ווער קען ענטפערן?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 18, 2018 10:05 am
דורך גרויסע-גדולה
היות וואס ביי אונז אין משפחה איז נישט מקובל דער ניגון, קען איינער ארויפלייגן א קליפ ווי מען זינגט עס? עס מוז נישט זיין פראפעשענאל, עס קען זיין פון אן עלטערע איד פון דעם היים. די זענען מילא פול מיט חן.