בלאט 2 פון 2

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:22 am
דורך ישראלי
אקעי, יעצט איז פרשת שמות אנגעקומען, איז ווער וויסט וואס איז די מקור פון די ליד וואס (נאר?) אין ארץ ישראל זינגט מען דעמאלטס:
שא שא שטיל, א קליינע קעסטאלע אויפן וואסער שווימט
אין די קליינע קעסטעלע ליגט דער קליינע מוישעלע
א הייליגע/ טייערע אידיש קינד.
איינער וייסט צו די מקור איז אין לשון קודש אפשר?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:02 am
דורך ר' זעקל
אזוי וויל איך האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אקעי, כ׳האב זיך שוין דערמאנט צו וואס כ׳האב צוקומען. און קענסט טאקע זעהן ס׳קעפל איז געטוישט געווארן..

איז אזוי, יעדעס יאר פר׳ ויגש קומען די קליינע אהיים מיט א זמר׳ל וואס די מלמדים האבן מיט זיי געלערענט, און דאס איז דעם אלעם באקאנטער איר אלטע ניגון הידוע ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידעל״ וכו׳..

וואס שטערט איז מיר שוין לאנגע יארן איז, ס׳ווערט אראפגעלייגט ווי כאילו ס׳איז מקובל מדורו דורות אז אט דעם ליד איז איז געזינגען געווארן דורך שרח אליין פארן זיידן יעקב אבינו, ביים אים מבשר זיין די בשורה אז עוד יוסף חי׳ וכי הוא משל בכל ארץ מצרים.

לכאורה שטומטעך עס נישט. ווייל וויזוי איז מעגליך אז דאס איז טאקע געווען די ניגון וואס זי האט געזינגען, ווען די ערשטע צוויי שורות דערפון איז די ווערטער ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידעל פארן אלטן זיידן יעקב גאר א שיין לידעל״..?.. דאס איז דאך די דיסקריפציע פונעם ניגון אליין!?..וואס הייסט, זי אליין זאגט אז זי שרח שפילט פארן זיידן יעקב א שיין לידעל!?.. ס׳איז דאך נעריש צו זאגן אז אזוי איז געווען.

ואת״ל אז אין אמת׳ן אריין האט זי יא געזונגען טאקע דעם ניגון, איי ס׳שטומט נישט. וואזשע דען, מ׳וועט מיזן איינזעצן אז זי האט טאקע אנגעהויבן ביים דריטן שורה ״איך בין געקומען שפילן איך בין געקומען שרייען״..

שטומטעך עס ווייטער נישט, ווייל אויב אזוי שניידסטו ארויס די ערשטע צוויי שורות, קומט אויס אז די האסט גע׳הרג׳ט דעם גאנצן ערשטן פאל פונעם ניגון אליין, און כ׳לייב נישט אז שרח האט אנגעהויבן זינגען וועטער אינמיטן א ניגון.

וצ״ע

דיין געוואלדיגע קשיא דערמיינט מיר א צווייטע קשיא וואס איינער האט מיר געפרעגט דעם חנוכה.
וויאזוי איז געגאנגען די עכטע דריידל שפיל וואס די קינדער האבן געשפילט אין וואלד ווען די יוונים זענען געקומען?
עס קען נישט זיין נס גדול היה שם ווייל דעס דערציילט דאך שוין די ישועה.
ווער קען ענטפערן?

פרעגסטו דאך זייער גיט
לפענ'ד איז אויף די דריידעל געשטאנען מ'א'ג'א דהיינו מ'אך א'נטויכת ג'רעיט א'געין

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 3:55 am
דורך Think and Thank

ער רעדט פון א צווייטן ניגון 'יוסף כאפ דיך אן אין שטריק', וועלכע ווערט בכלל נישט געזינגען אויף די טעיפ.

Re: ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידל״.. ווער האט דאס מחבר געווען?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 1:24 pm
דורך טעם וריח
לטובת הענין און לאור אונזער תגובה אינם 'מאמענט' אשכול viewtopic.php?f=91&t=22418&p=2541350#p2541350 ברענגען מיר דאס ארויף. מען קען אסאך אריינקלערן אין דעם ליד'ל וק"ל ואכמ"ל ודו"ק וטישטעך.

Re: ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידל״.. ווער האט דאס מחבר געווען?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 2:25 pm
דורך סיפורי צדיקים
איך פערזענליך גלייך מער די ניגון וואס איז געזינגען געווארן אויף יוסף שפיל נ"א
זיידעניו זיידעניו איך האב פאר דיר א בשורה..

Re:

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 2:28 pm
דורך סיפורי צדיקים
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איי, וויאזוי גראמט עס אזוי שיין?

די זעלבע וועג וויאזוי די אידישע סאלא קאקאש גראמט אזוי שיין

Re:

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 2:29 pm
דורך סיפורי צדיקים
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:..געקומען שרייען
..מלך אין מצרים

..גאנצן לאנד
..יוסף׳ס האנט

ס׳גראמט טאקע נישט.

ס'גראמט פונקט ווי די גראמען פון די מחניים ביכלעך...

Re: ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידל״.. ווער האט דאס מחבר געווען?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 25, 2020 3:20 pm
דורך אני-הק'
נ.ב.
מיין יונגל האט אהיימגעברענגט דעי וואך פון חדר זיין פרשה צעטל, און איך האב באמערקט אז מען האט זיך דערוואגט צו טוישן די מסורה, און יעצט לויט די נייע ווערסיע גראמט שוין יא די גאנצע ניגון.
ובזה החלי:
סרח בת אשר שפילט אויף א פידל
דעם אלטן זיידן יעקב א שיינעם לידל
איך בין געקומען שפילן איך בין געקומען שרייען
דיין זוהן יוסף איז א קעניג אין מצרים
ער האט צוויי קינדער מנשה און אפרים
זיי זענען ערליכע יודן פיל מיט יראת שמים

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 25, 2020 3:36 pm
דורך סטיטשינער
גיוואלד!!! ווי קען מען דאס צולאזן?

איך ווייס אז מיט מיין מחאה טוה איך ליידער גארנישט אויף, אבער אז עס טוט וויי שרייט מען, ושלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו.

וואס וואלט די הייליגע שר שלום געזאגט צו אזא מלמד??

Re: ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידל״.. ווער האט דאס מחבר געווען?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 4:26 pm
דורך סאכדעס
יא סיז קלאר זיך אוועקגערוקט פון די מסורה, אריין אין מחאות אשכול.

Re: ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידל״.. ווער האט דאס מחבר געווען?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 4:36 pm
דורך טשאלענט
סאכדעס האט געשריבן:יא סיז קלאר זיך אוועקגערוקט פון די מסורה, אריין אין מחאות אשכול.

דאס איז נישט פלעין אוועקגערוקט פון מסורה, דא רעדט מען פון א מלמד וואס לייגט רח"ל אריין אין די קינדער די געפערליכע גיפט!!!

דאס מוז אויסגעראטן ווערן!!!

ס'טע געהערט אזאנס?

די ניגון וואס איז מקובל מדור דור, און אזאנס צו פארדרייען?

איי געס ער האט נישט געקענט באקומען קיין רשות פון די ארויסגעבער (גענומען מיט רשות...) האט ער געמאכט אן אייגענס, און עס איז בכלל נישט זיין שולד אז עס איז געלונגען ענליך צו דעם באקאנטן מקובל'דיגע ניגון...

Re: ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידל״.. ווער האט דאס מחבר געווען?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 7:00 pm
דורך סאכדעס
טשאלענט האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:יא סיז קלאר זיך אוועקגערוקט פון די מסורה, אריין אין מחאות אשכול.

דאס איז נישט פלעין אוועקגערוקט פון מסורה, דא רעדט מען פון א מלמד וואס לייגט רח"ל אריין אין די קינדער די געפערליכע גיפט!!!

דאס מוז אויסגעראטן ווערן!!!

ס'טע געהערט אזאנס?

די ניגון וואס איז מקובל מדור דור, און אזאנס צו פארדרייען?

איי געס ער האט נישט געקענט באקומען קיין רשות פון די ארויסגעבער (גענומען מיט רשות...) האט ער געמאכט אן אייגענס, און עס איז בכלל נישט זיין שולד אז עס איז געלונגען ענליך צו דעם באקאנטן מקובל'דיגע ניגון...

אהה דאסיז שוין א שטיקל לימוד זכות.