״שרח בת אשר שפילט אויף א פידל״.. ווער האט דאס מחבר געווען?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:22 am

אקעי, יעצט איז פרשת שמות אנגעקומען, איז ווער וויסט וואס איז די מקור פון די ליד וואס (נאר?) אין ארץ ישראל זינגט מען דעמאלטס:
שא שא שטיל, א קליינע קעסטאלע אויפן וואסער שווימט
אין די קליינע קעסטעלע ליגט דער קליינע מוישעלע
א הייליגע/ טייערע אידיש קינד.
איינער וייסט צו די מקור איז אין לשון קודש אפשר?
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:02 am

אזוי וויל איך האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אקעי, כ׳האב זיך שוין דערמאנט צו וואס כ׳האב צוקומען. און קענסט טאקע זעהן ס׳קעפל איז געטוישט געווארן..

איז אזוי, יעדעס יאר פר׳ ויגש קומען די קליינע אהיים מיט א זמר׳ל וואס די מלמדים האבן מיט זיי געלערענט, און דאס איז דעם אלעם באקאנטער איר אלטע ניגון הידוע ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידעל״ וכו׳..

וואס שטערט איז מיר שוין לאנגע יארן איז, ס׳ווערט אראפגעלייגט ווי כאילו ס׳איז מקובל מדורו דורות אז אט דעם ליד איז איז געזינגען געווארן דורך שרח אליין פארן זיידן יעקב אבינו, ביים אים מבשר זיין די בשורה אז עוד יוסף חי׳ וכי הוא משל בכל ארץ מצרים.

לכאורה שטומטעך עס נישט. ווייל וויזוי איז מעגליך אז דאס איז טאקע געווען די ניגון וואס זי האט געזינגען, ווען די ערשטע צוויי שורות דערפון איז די ווערטער ״שרח בת אשר שפילט אויף א פידעל פארן אלטן זיידן יעקב גאר א שיין לידעל״..?.. דאס איז דאך די דיסקריפציע פונעם ניגון אליין!?..וואס הייסט, זי אליין זאגט אז זי שרח שפילט פארן זיידן יעקב א שיין לידעל!?.. ס׳איז דאך נעריש צו זאגן אז אזוי איז געווען.

ואת״ל אז אין אמת׳ן אריין האט זי יא געזונגען טאקע דעם ניגון, איי ס׳שטומט נישט. וואזשע דען, מ׳וועט מיזן איינזעצן אז זי האט טאקע אנגעהויבן ביים דריטן שורה ״איך בין געקומען שפילן איך בין געקומען שרייען״..

שטומטעך עס ווייטער נישט, ווייל אויב אזוי שניידסטו ארויס די ערשטע צוויי שורות, קומט אויס אז די האסט גע׳הרג׳ט דעם גאנצן ערשטן פאל פונעם ניגון אליין, און כ׳לייב נישט אז שרח האט אנגעהויבן זינגען וועטער אינמיטן א ניגון.

וצ״ע

דיין געוואלדיגע קשיא דערמיינט מיר א צווייטע קשיא וואס איינער האט מיר געפרעגט דעם חנוכה.
וויאזוי איז געגאנגען די עכטע דריידל שפיל וואס די קינדער האבן געשפילט אין וואלד ווען די יוונים זענען געקומען?
עס קען נישט זיין נס גדול היה שם ווייל דעס דערציילט דאך שוין די ישועה.
ווער קען ענטפערן?

פרעגסטו דאך זייער גיט
לפענ'ד איז אויף די דריידעל געשטאנען מ'א'ג'א דהיינו מ'אך א'נטויכת ג'רעיט א'געין

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 3:55 am


ער רעדט פון א צווייטן ניגון 'יוסף כאפ דיך אן אין שטריק', וועלכע ווערט בכלל נישט געזינגען אויף די טעיפ.
Innocent until proven Republican


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הייליג און 13 געסט