The failure of the public school system

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

The failure of the public school system

תגובהדורך רני פלט » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 6:03 pm

viewtopic.php?f=6&t=36590

איך עפען דא א זייטיגע אשכול וואס קען אונז שטארק צוניץ קומען זיך צו שלאגן מיטן גזירת שמד וואס איז אויפן טיש אונז צו צווינגן צו עדיוקעיטן אונזערע קינדער ווי גוים.

מיר דארפן זאגען צו די באצווינגערס, קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים. לאמיר זעהן ענקערע "געלונגענע" חינוך סיסטעם וויפל עס קאסט און וואס עס פרודוצירט. נאכדעם קוקטס ענק אין שפיגל און זאגטס וואס עטץ זעהט.

ניו יארק סיטי האט 1,100,000 סטודענטן אין דער פובליק סקול סיסטעם. עס קאסט זאגן זיי בערך $25,000 א קינד צו עדיוקעיטן א יאר! איך מיין אז דער נומער איז נענטער צו דאפעלט אבער דאס איז פאר שפעטער.

מער ווי 10 פרוצענט פון די סטודענטן, דאס הייסט 111,500 זענען האומלעס, זיי האבן נישט א שטוב אהיים צו גיין. יעצט וויל איך וויסען צו דער שטאט קומט נאך זייער התחייבות צו די סטודענטן? און צו זיי קענען די עקוויווילענט וויפיל די עדיוקעשן דעפארטמענט זאגט אז זיי דארפן קענען?

און וואס איז מיט די איבעריגע 90 פרוצענט? וואס זענען די רעזולטאטן וואס זיי קענען א יאר? אויב זיי ווילען אונז צווינגן צו עדיוקעיטן אונזערע קינדער אזוי ווי זייערע, איז אלזא לאמיר זעהן וואס ענקערע קינדער קענען טאקע?

איינער האט די נומערען?

אוועטאר
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 6:18 pm

דער ניו יארק טיימס זאגט אז מער ווי 10 פרוצענט פון ניו יארק סיטי סטודענטן זענען האומלעס, און די נומער אין גאנץ ניו יארק סטעיט איז 148,000
https://www.nytimes.com/2017/10/10/nyre ... eless.html

According to 2017 statistics, the three states with the highest state and local spending for education were New York at $86.1 billion, Texas at $87.2 billion, and California at a whopping $130.5 billion
https://www.publicschoolreview.com/blog ... te-a-child

ניו יארק סטעיט גיט אויס א יאר איבער 86 ביליאן דאלער פאר ווינציגער ווי 3 מיליאן סטודענטן, וואס דאס קומט אויס נאנט צו 30 טויזענט דאלער א קינד. דאס זענען זיי מודה! אבער אין אמת'ן קען מען צו רעכענען שאר ירקות און איך מיין אז עס קאסט באמת אפ 50 טויזענט דאלער א קינד!

אוועטאר
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 6:24 pm

אלזא בין איך מציע א געוואלידגע איין פאל.

אז א טאטע פון 10 קינדער זאל אים דער רעגירונג געבען די געלט, דאס הייסט 500 טויזענט דאלער (פארשטייט זיך טעקס פרי), און ער מיט די ווייב וועלען מאכען זיכער אז זייערע קינדער קענען כאטש די עקוויוועלענט פון די 150 טויזענט האומלעס קינדער אין ניו יארק.

אויב זיי זיענען נישט מסכים, וועלען מיר פאר די געלט אויך מאכען זיכער אז אונזערע קינדער קענען כאטש אזוי פיל ווי דער עוורידז סטודענט פון די אנדערע 90 פרוצענט קינדער מיט היימען.

וואס זאגט ענק צו אזא איידיע?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 6:24 pm

די שאר ירקות איז א גוזמא, אבער 20,000 איז אויך א פחד פון א נאמבער.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 6:32 pm

לאמיר זעהן.

יעדער סקול האט הייצונג און לעקטער און עיר קאנדישאן און עלעקטרישן'ס און פלאמערס צו פיקסען זיי און אריין דרייען זיי. איז דאס אויך אין דער חשבון פון די פרייז צו עדיוקעטען א קינד?

אין אנדערע ווערטער, איז לכאורה דער נומער וואס זיי גיבען אן, דער נומער וואס דער בארד אוו עדיוקעשען גיבט אויס פאר די "ארבעטערס" ווי למשל טיטשערס. אבער די קאסט פון אויף האלטן די אלע בנינים פון די פובליק סקולס ווערט מסתמא באצאלט דיירעקטלי פון ניו יארק סיטי און נישט פון די דעפארטמענט אוו עדיוקעשען.

נאכדעם וואס איז מיט שמירה אויף די אלע פובליק סקולס וואס קומט זיכער ארויס גראד פון די טאש פון ניו יארק סיטי, דאס קאסט אויך ביליאנען.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט