אן עצה צו גרינגער מאכן פאר מחותנים - יעדער איינגעלאדענטע זאל צאלן!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

וואס האלט איר? איז עס א גוטע עצה אדער נישט?

א גוטע עצה.
7
19%
נישט א גוטע עצה.
23
64%
איך האב נישט קיין מיינונג.
1
3%
ס'וועט זיך סייווי נישט אויסארבעטן.
5
14%
 
סך הכול שטימען: 36

אוועטאר
ירח וכוכבים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 3:26 pm

אן עצה צו גרינגער מאכן פאר מחותנים - יעדער איינגעלאדענטע זאל צאלן!

תגובהדורך ירח וכוכבים » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:18 pm

וואס זאגט איר צו די ראיון?
רעדנדיג צו א ארבעטער מיינע א גוי, אין איך פארצייל עהם וויפיל ס'קאסט חתונה צו מאכן ביי אונז, פרעגט ער מיר פארוואס ס'נישט איינגעפירט ביי אונז אזויווי ס'איז איינגעפירט ביי די גאנצע (גוי'שע) וועלט אז יעדער וואס קומט צום חתונה אין ער באקומט א טייערע פארציע וואס קאסט ממון ודמים (תרתי משמע) צאלט כאטשיג א פופציגער ביז אזויפיל ווי פינף הונדערט דאלער!
אז מ'וועט עס איינפירן ביי אונז וועט מען זיך נישט שעמען צו נעמען. אין ס'וועט אויסצאלן א ריזן חלק פון די חתונה מאכן!
(די גוי פארציילט מיר אז ביי זיי איז איינגעפירט אז די חתן כלה גייען ארים מיט א שיסל און די עולם ווארפט אריין געלט, אין מ'ריפט אויס דער גיבט אזויפיל אין דער גיבט אזויפיל...)
וואס איז דיין מיינונג?
אֶת הַיָּרֵחַ וְכוֹכָבִים לְמֶמְשְׁלוֹת בַּלָּיְלָה כִּלְ"חַ

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:24 pm

מיין מיינונג אז ס'איז נאך א פלאץ ווי אלע אזויגערופענע עשירים וואס מ'שטעלט צאם געלט פאר זייער חתונה מאכן
וועלן יעצט האבן נאך א עקספענס מען דארף זיך מאכן פאר א שיינע איד ביי יעדע חבר'ס חתונה
אבער ווען נישט דאס און אויב איך וועל קענען יוצא זיי מיט א 20'גער קען איך איינגיין אויף דעם

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:28 pm

מיין מיינוג איז אז סגייט זיך קיינמאל נישט אויסארבטען.
נישט קיין חילק ווי גוט עצות זענען דער איז נאטינג וואט דא !

צו די עצה איז גוט ?! זייער א גיטע עצה אז מאיז משתתף, אבער צו זאגן אז די מחותן זאל ארום גיין, פאסט נישט, יעצט א צווייטער זאל ארום גיין ? סאיז ווי די מאכסט א טיי אווענט ביי יענעם אינדערהיים.

אוועטאר
ירח וכוכבים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 3:26 pm

תגובהדורך ירח וכוכבים » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:31 pm

נישט פשוט האט געשריבן:מיין מיינוג איז אז סגייט זיך קיינמאל נישט אויסארבטען.
נישט קיין חילק ווי גוט עצות זענען דער איז נאטינג וואט דא !

צו די עצה איז גוט ?! זייער א גיטע עצה אז מאיז משתתף, אבער צו זאגן אז די מחותן זאל ארום גיין, פאסט נישט, יעצט א צווייטער זאל ארום גיין ? סאיז ווי די מאכסט א טיי אווענט ביי יענעם אינדערהיים.

נישט אז מ'זאל ארימגיין, סוועט זיין א שיסל ביים אויבן אן אין יעדער וואס קימט אריין זאל אריינלייגן א ענוועלאפ מיט געלט. פארשטייט זיך אז אנהייב וועט עס זיין אויפפאלענד אבער מיט די צייט וועט עס ווערן א נארמרלע זאך!
אֶת הַיָּרֵחַ וְכוֹכָבִים לְמֶמְשְׁלוֹת בַּלָּיְלָה כִּלְ"חַ

אוועטאר
ירח וכוכבים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 3:26 pm

תגובהדורך ירח וכוכבים » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:33 pm

קיינער דארף נישט וויסן וויפיל יעדער לייגט און די ענוועלאפ, מ'דארף נישט שרייבן די נאמען. פארשטייט זיך אז א צוואנציגער איז גענוג.
לעצט פאראכטן דורך ירח וכוכבים אום דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אֶת הַיָּרֵחַ וְכוֹכָבִים לְמֶמְשְׁלוֹת בַּלָּיְלָה כִּלְ"חַ

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:35 pm

איך וועל מער נישט גיין צו קיין חתונות אויב איך וועל מוזן איינצאלן, צדקה איז א מצוה, און אויך דאס טו איך נאר ווען מ'צווינגט מיר נישט, אויב וועט זיין אויף א געוויסע גראַד א שיעבוד צו איינצאלן, גיי איך מער נישט.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
ירח וכוכבים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 3:26 pm

תגובהדורך ירח וכוכבים » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:42 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:איך וועל מער נישט גיין צו קיין חתונות אויב איך וועל מוזן איינצאלן, צדקה איז א מצוה, און אויך דאס טו איך נאר ווען מ'צווינגט מיר נישט, אויב וועט זיין אויף א געוויסע גראַד א שיעבוד צו איינצאלן, גיי איך מער נישט.

דאס האט נישט מיט צדקה צוטוהן ס'איז די נארמאלסטע זאך צו צאלן פאר די אייגענע פארציע וואס מ'שטעלט צו!
אֶת הַיָּרֵחַ וְכוֹכָבִים לְמֶמְשְׁלוֹת בַּלָּיְלָה כִּלְ"חַ

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:44 pm

סטראשע !

איך שטיץ נישט דווקא די מהלך אבער פארוואס פארשטייסטו אז דער מחותן דארף דיר עפעס צושטעלען ?

אויב גייסטו נישט נאר ווען סאיז דא עסן וכו' מיינט עס אז די גייסט צו די עסען נישט צו די חתונה! נא סאו גיי נישט.
(לפע"ד)

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:55 pm

נישט געוויסט אז ס'איז דא אזא זאך אין די גוי'אישע וועלט
מארגן וועט מיין שלא עשני גוי האבן נאך א באדייט...
אין לאז עס ביטע נאר ביי זיי
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:06 pm

לאו דוקא ביי די גויים, איך מיין געוויסע מאדערענע אדער ספרידשע אידען טוהען אויך אזוי.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:07 pm

ירח וכוכבים האט געשריבן:וואס זאגט איר צו די ראיון?

אפציע 2 און 4 איז ביי מיר די זעלבע זאך

אוועטאר
ירח וכוכבים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 3:26 pm

תגובהדורך ירח וכוכבים » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:10 pm

ניס קראכער האט געשריבן:נישט געוויסט אז ס'איז דא אזא זאך אין די גוי'אישע וועלט
מארגן וועט מיין שלא עשני גוי האבן נאך א באדייט...
אין לאז עס ביטע נאר ביי זיי

סוף כל סוף איז עס דיין קרוב אדער חבר וואס מאכט חתונה אין די באקומסט פאר דעם א רייכע פארציע, איך מיין אז ס'איז מענטשליכקייט צו צאלן אביסל, גוטע ראיונות מעג מען נעמען פון די גוים אויכעט..
אֶת הַיָּרֵחַ וְכוֹכָבִים לְמֶמְשְׁלוֹת בַּלָּיְלָה כִּלְ"חַ

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:13 pm

נישט גענוג איך גיי, דארף איך נאך צאלן אויך?!?! איך גיי נישט.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אוועטאר
ירח וכוכבים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 3:26 pm

תגובהדורך ירח וכוכבים » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:14 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
ירח וכוכבים האט געשריבן:וואס זאגט איר צו די ראיון?

אפציע 2 און 4 איז ביי מיר די זעלבע זאך

אפציע 2 איז אז די האלסט ס'איז ניט א גוטע זאך, און אפציע 4 איז אז די האלסט ס'איז א גוטע זאך אבער ס'וועט זיך נישט אויסארבעטען
אֶת הַיָּרֵחַ וְכוֹכָבִים לְמֶמְשְׁלוֹת בַּלָּיְלָה כִּלְ"חַ

וויל זיין ערליך
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 1:56 pm

תגובהדורך וויל זיין ערליך » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:16 pm

איך בין מסכים דערצו. עס וואלט געווען א געניאלע געדאנק,
איך ווואלט זיך משתתף געווען מיט א פופציגער אויב איך קום צו די סעודה און מיט $18 פאר'ן קומען טאנצן אויף די שיינע מוזיק וואס די מחותן שטעלט צו

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:29 pm

די עיקר שאלה איז אויב דאס וועט מען אינפארסען אדער עס איז אפשענעל
אויב סאיז אפשענעל איז דא שוואכע טשענסעס עס זאל זיין מיט הצלחה ווייל יעדער וועט נאר געבן ווען און וויפיל מ'וויל (1 מאל יא און 6 מאל נישט)
נאכדעם ווענט זיך ווער גייט אריין אין דעם כלל. למשל דער מחותנ'ס קינדער דארפן אויך איינצאלן? זיי זאלען העלפן זייער טאטן? אפשר זאלן זיי צאלן אויכעט יעדע מאל זיי גייען צו די עלטערן אויף יו"ט? עס קאסט אויך ממון ודמים.
און וואס טוצעך ווער עס עסט נאר אביסעלע פאטעטע קוגל און טרינקט סעלצער? דארף מען אויך צושטייער געבן???
אויב איז עס א גוטע פלאן דארף מען עס אויבארבעטן מכל הצדדים בכל פרטיה ודקדוקיה וכוונותיה.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:34 pm

ווי איך פארשטיי איז עס נישט אז מעבאצאלט פאר די עסן מוזיק. סאיז א וועג זיך צו משתתף זיין מיט יענעמס שמחה.
די גייסט דאך פאר יענעם ! ניין ? ! איז דעס אוועק פון העלפן.
אשאד די שפייאכטץ.

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:49 pm

מיט א דרייעדיגע טיר וועט עס העלפן (אזויווי די מקוה)

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 5:07 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:נישט גענוג איך גיי, דארף איך נאך צאלן אויך?!?! איך גיי נישט.

דאס איז מיין טענה ווען איינער פון די לעידיס קאלט ארום אז מ'זאל זיך משתתף זיין פאר מיניטורס פאר די מומע, זי האט דאך אונז געלאדנט פאר שבת שבע ברכות!
- איך האב שוין באצאלט פאר א בעביסיטער ווען איך בין געקומען צו די חתונה, אויך ביי באבי'ס שבע ברכות, אויך גיי איך דארפן זוכן א פלאץ פאר די קינדער אויף די סעודות, נאר קאפלס זענען דאך געלאדענט. גראדע האב איך ב"ה א דייניג רום וואו צו עסן די שבת סעודה.
איך קום זייער גערן צו די שבע ברכות, אבער איך דארף נאך שיקן מיניטשורס אויך?

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 10:05 pm

געווענדליך ביי די חתונות וואס די מחותנים קענען נהנה זיין פון די באצאלונג, האבן שוין די משפחה מיטגעלידער געגעבן מער ווי א 50'גער פאר די הוצאות החתונה.


אבער איך מאך נישט אוועק, אז מ'זאל מחדש זיין די ענין, וואס איז אגב געווען איינגעפירט אביסעל, ווי מ'קען עב נאך זעהן מער ביי די עלטערע יעקישע אדער אריסטאקראטישע ליטווישע
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 11:43 pm

א גיטע אווענט...
יעדען טאג מאכט זיך אויף א נייע אשכול וועגען חתונה מאכען.
מיין ארימע דעת זאגט אז ווי אינז זע מיר אין ספרים אין מעשה ביכלעך אז דע פאברעלם איז אייביג געווען איינמאל איז עס געווען די נדן די אנדערע מאל קעסט די דריטע מאל א טלית אין די שניידער האט באקיומען עולם הבא ווייל ער האט באצאלט א טלית. סך הכול איז חתונה מאכען א שווערע זאך אין יודישע קינדער האבען נישט גיטראפען א אויסוועג יעדע יאר קיומט ארוס א רבי מיט זיין קהילת מיט נייע תקנות צי איז די שטריימל, פערניטשער,מתנות...ועוד סהאט נאך גארנישט געהאלפען .
אין אנו להשען אלא אל אבינו שבשמיים...
Sorry for my misspellings

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג דעצמבער 14, 2018 12:01 am

ירח וכוכבים האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:איך וועל מער נישט גיין צו קיין חתונות אויב איך וועל מוזן איינצאלן, צדקה איז א מצוה, און אויך דאס טו איך נאר ווען מ'צווינגט מיר נישט, אויב וועט זיין אויף א געוויסע גראַד א שיעבוד צו איינצאלן, גיי איך מער נישט.

דאס האט נישט מיט צדקה צוטוהן ס'איז די נארמאלסטע זאך צו צאלן פאר די אייגענע פארציע וואס מ'שטעלט צו!

נארמאלסטע זאך? ביי א גוי יא, נישט ביי א איד.

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » פרייטאג דעצמבער 14, 2018 1:18 am

אפשר די עצה איז בעסער?
א רעדשיסטרי, ביי-דע-וועי אויך א גוישיע מהלך

דער רעדשיסטרי ארבייט זייער פשוט
אזא גא-פאנד-מי מהלך, נאר דירעקט צו די עקספענסעס
קענסט צאלען וויפיל די ווילסט, טויערדס דער מחותן׳ס עקספענסעס
עס איז מער אנאניעם ווי אראפלייגן ביי די חתונה געלט אויפן טיש וואס איז זייער נישט בדרך כבוד
דער מחותן וואס שרייבט זיך איין דארף ס״ה סעלעקטן ווי ער מאכט חתונה, קויפט שטאפיר, געשיר, מוזקאנט
פרינטער, בלימען, קליידער וכו׳
אז מען וויל העלפן, קען איינער שיקן א לינק פאר זיין גרופע חברים צו העלפן דעקן א געוויסע חלק החתונה, מאכנדיג א גאול.
צו דעקן די הוצאות פון אזא סיסטעם קען זיין פראפיטעבל אדער געניג פלינטראפן וואלטן געשטיצט פינאנצינאל דאס דעוועלעפען אזא סיסטעם
עס קען אפי׳ ארבייטן ביי בר מצוה׳ס, הולדת הבן ובת, און אפי׳ קעמפ-קאנטרי
דער סיסטעם וועט מאכן פעימענטס לויט דיין סעלעקציע
דער מחותן וועט דארפן דעקן די לעכער, אויב וועט מען נישט דעקן די גאנצע...
אז מעבל איז געדעקט, קענסטי סעלעקטן סעודת החתונה
דער מחותן צו א וועד קען באשליסן צו אלעס זאל גיין אויפן רעדשיסטרי אדער נאר געוויסע זאכן ווי ער קען ניצן הילף

העלאו משה מיין שוואגער יענקל מאכט חתונה, איך שיק דיר א לינק, שיק אריין אפאר הינדרעט טאלער, א קארטל, איך וויל דעקן זיין הוצאות שבת שבע ברכות!

...ר׳ מאיר, איר זענט פון די בעסטע מגידי שיעור וואס מיינע קינדער האבן געהאט, איך וויל הילפן מיט די הוצאות החתונה, וואס איז אייער רעדשיסטרי פאנד נומער?

מיין שכן אין שוהל שיקט אכט קינדער אין קעמפ קע״ה, איך וועל פרעגן דער גבאי פאר זיין פאנד קאוד, א הינדרעטער וועט איהם נישט שאטן!
איינלאדענונג: יולי דעם פערטן, א מעכטיגע פארדע צו צייגן די שטארקייט פון מיין מלוכה, וואשינגטאן עיר הבירה, רעזעווירט דעם דאטום!

אוועטאר
ירח וכוכבים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 3:26 pm

תגובהדורך ירח וכוכבים » פרייטאג דעצמבער 14, 2018 5:10 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
ירח וכוכבים האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:איך וועל מער נישט גיין צו קיין חתונות אויב איך וועל מוזן איינצאלן, צדקה איז א מצוה, און אויך דאס טו איך נאר ווען מ'צווינגט מיר נישט, אויב וועט זיין אויף א געוויסע גראַד א שיעבוד צו איינצאלן, גיי איך מער נישט.

דאס האט נישט מיט צדקה צוטוהן ס'איז די נארמאלסטע זאך צו צאלן פאר די אייגענע פארציע וואס מ'שטעלט צו!

נארמאלסטע זאך? ביי א גוי יא, נישט ביי א איד.

וואס זאגסטו? פאר א יוד קומט זיך אלעס פאר בחינם? די האסט הנאה פון דיין טייערע פארציע, ביטע באצאל פאר דעם!
אֶת הַיָּרֵחַ וְכוֹכָבִים לְמֶמְשְׁלוֹת בַּלָּיְלָה כִּלְ"חַ

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג דעצמבער 14, 2018 7:52 am

פרעזידענט האט געשריבן:א רעדשיסטרי

דו ביסט פיינע נייעס

איך וואוט פאר דיר
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט