אנטי וואקסין אקטיוויסטען העצן נישט צו גיין צום דאקטער מיט קראנקע קינדער

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

אנטי וואקסין אקטיוויסטען העצן נישט צו גיין צום דאקטער מיט קראנקע קינדער

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 10:55 pm

קר"י, די אנטי וואקסין דזשיהד'ניקעס האבן גענימען זייער קאמף קעגן וואקסין צו די נעקסטע לעוועל מיט א שטוינדע אומ'אחריות'דיגע און סכנה'דיגע אקט ארום שיקענדיג א פאון קאול צו גאנץ קר"י אז אויב מען האט א קינד מיט סימפאטען פון אנשטעגיגע מחלות זאל מען עס האלטען פאר א סוד און קיינעם דערציילען און זיכער נישט גיין צום דאקטער מיטען קינד.

עס איז איבריג ארויסצושרייבען די אומ'אחריות און רשעות פון מאכען אזא טשעין פאון קאול ווען תמימות'דיג פרויען קענענן נאך נעמען זייער אדווייז, די איריניע גייט נאך ווייטער אז זיי האבן געזאגט אז מען זאל ווייטער שיקען די קינגער אין חדר/סקול צילוב "ביטול תורה"

עסקנים און עלטערן זענענן מטכס עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די אנשיקעניש.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 11:27 pm

פארוואס קען נישט די מוסדת נעמען די דאקטער'ס רעקאד'ס אין זען וועלכע קינד עס איז נישט געווארן וואקאנירט אין אהיימשיקעןיענע קינד אין קומט נישט צוריק ווי לאנג ער/זי ווערט נישט וואקנירט אדער אזוי לאנג וואס עס איז דא איינער וואס האט נאך מיזעלס
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
גיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

תגובהדורך גיי » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 11:55 pm

א מוסד וואס די העלט דפארטמענט הייסט אהיים שיקן (למשל ווען ס'דא א מיזעלס פאל אין דע מוסד) שיקט מען טאקע אהיים ווער ס'ברענקט נישט קיין רעקארדט אז מ'איז אפ טו דעט

אוועטאר
גם זקנתי
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:38 am
לאקאציע: היכל הנגינה

תגובהדורך גם זקנתי » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 11:57 pm

רשעים גמורים. איך ווייס נישט פון וואו זיי נעמען די היתר צו טוהן אזעלכע זאכן. ווילסט נישט געבן וואקסינס? טו וויאזוי דו פארשטייסט. דיין קינד איז קראנק און דו ווילסט אים היילן "נאטורליך"? משוגע ביסטו אבער איך קען נישט אריינרעדן. פון מיין זייט קענסטו צוריקגיין צום מיטלאלטער. אבער שיקן א קינד און חדר/שולע צו אנשטעקן די גאנצע קלאס???? און נאך אנהעצן אנדערע אומוויסנדע מענטשן מיט אייערע קרומע דעות? פון וואו נעמט איר די אחריות?!?!?!?
די גאנצע אנטי וואקסין מאוומענט איז א שטיק רשעות, און טעראריזם.
ווען עס אפעקטירט נאר זיי איז איין זאך. אבער נעמען די אחריות פון קליינע קינדער וואס קענען נאכנישט נעמען די וואקסין אדער אנדערע וואס קענען נישט פאר אנדערע סיבות, וואס זיי וואלטן געווען אפגעהיטן ווען יעדער איז וואקסינירט, אבער צוליב די פאר דשיהאדיסטן דארפן זיי זיין אין א סכנה?
דאס איז א שרעקליך גרויזאמע אומאחריות.
די מצב מיט די חברה איז געפערליך, מען מוז זיי אפשטעלן אויף עפעס אן אופן ווייל זיי ווערן נאר ערגער און ערגער און ווער ווייסט מיט וועלכע קרומע בייפאלן זיי ווען מארגן אויפקומען.
דער אייבישטער זאל אונז שומר ומציל זיין.
ס'דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש,
און ס'דא מענטשן וואס גייען מיט א קוטשמע.

(קרעדיט: לאנגזאם)

פרידן
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 12:03 am

מען וואלט שוין געדארפט מאכן א וואקסין קעגן די אנטי וואקסין קרענק מען זאל חלילה נישט ווערן אנגעשטעקט

אוועטאר
גם זקנתי
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:38 am
לאקאציע: היכל הנגינה

תגובהדורך גם זקנתי » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 12:06 am

פרידן האט געשריבן:מען וואלט שוין געדארפט מאכן א וואקסין קעגן די אנטי וואקסין קרענק מען זאל חלילה נישט ווערן אנגעשטעקט

הלוואי ;l;p-
ס'דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש,
און ס'דא מענטשן וואס גייען מיט א קוטשמע.

(קרעדיט: לאנגזאם)

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 12:06 am

פרידן האט געשריבן:מען וואלט שוין געדארפט מאכן א וואקסין קעגן די אנטי וואקסין קרענק מען זאל חלילה נישט ווערן אנגעשטעקט


מ׳קען נישט וואקסינירן אויף א מחלה וואס האט נישט קיין רפואה.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 12:58 am

בעזהשי"ת.

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:מען וואלט שוין געדארפט מאכן א וואקסין קעגן די אנטי וואקסין קרענק מען זאל חלילה נישט ווערן אנגעשטעקט


מ׳קען נישט וואקסינירן אויף א מחלה וואס האט נישט קיין רפואה.


פון וואו נעמסטו אז מען קען נישט וואקסינירן אויף א מחלה וואס האט נישט קיין רפואה?
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 5:31 am

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:מען וואלט שוין געדארפט מאכן א וואקסין קעגן די אנטי וואקסין קרענק מען זאל חלילה נישט ווערן אנגעשטעקט


מ׳קען נישט וואקסינירן אויף א מחלה וואס האט נישט קיין רפואה.


פון וואו נעמסטו אז מען קען נישט וואקסינירן אויף א מחלה וואס האט נישט קיין רפואה?

קודם ביסטו מודה אז וואקסינאציעס העלפן. שוין, האלט מיר ערגעץ

מיין טאטע האט מיך אויסגעלערנט אז אן איינרעדעניש איז ערגער ווי א קרענק. קרענק קען מען היילן. איינרעדענישן נישט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 7:02 am

בעזהשי"ת.

וואו האב איך מודה געווען אז וואקסינען העלפן? עס איז מיר נאר געווען אינטערעסאנט אז פראו וואקסין שרייבער ווייסן ניטאמאל אז די רעגירונג'ס אפיציעלע שטעלע איז, אז די אזויגערופענע וואקסין פריווענטעבעל דעזיזעס זענען נישט היילבאר.

ווייל אינעם אשכול "אלעס איבער וואקסינען", איז לעצטנס געווען א מדובר "וועם" עס איז וויכטיגער צו עדזשוקעיטן, די אנטי וואקסין שרייבער? צו אפשר גאר די פראו....
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1861
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 7:36 am

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

וואו האב איך מודה געווען אז וואקסינען העלפן? עס איז מיר נאר געווען אינטערעסאנט אז פראו וואקסין שרייבער ווייסן ניטאמאל אז די רעגירונג'ס אפיציעלע שטעלע איז, אז די אזויגערופענע וואקסין פריווענטעבעל דעזיזעס זענען נישט היילבאר.

ווייל אינעם אשכול "אלעס איבער וואקסינען", איז לעצטנס געווען א מדובר "וועם" עס איז וויכטיגער צו עדזשוקעיטן, די אנטי וואקסין שרייבער? צו אפשר גאר די פראו....

זאג מיהר, האסטו אפשר מודה געוועהן אז אמעריקא האט גאלאנדעט א מענטש אויף די לבנה?
עס איז מיהר אינטערסאנט ווי כסדר ווארפסטו זאמד אין די אויגן. למשל:
עס איז מיר נאר געווען אינטערעסאנט אז פראו וואקסין שרייבער ווייסן ניטאמאל אז די רעגירונג'ס אפיציעלע שטעלע איז
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 7:41 am

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:מען וואלט שוין געדארפט מאכן א וואקסין קעגן די אנטי וואקסין קרענק מען זאל חלילה נישט ווערן אנגעשטעקט


מ׳קען נישט וואקסינירן אויף א מחלה וואס האט נישט קיין רפואה.

כ'פארשטיי נישט, וואס וועט העלפן א וואקסין זיי נעמען דאך נישט?????
. . . . . . .

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 8:15 am

כ'האב נישט פארשטאנען אז מ'שיקן די קינדער וועגן ביטול תורה נאר מ'זאל טאקע האלטן אינדערהיים אבער נישט גיין צום דאקטאר ווייל אויב יא וועט דער מוסד מוזן אהיים שיקן זייערע נישט וואקסינירטע קינדער און ס'וועט גורם זיין ביטול תורה פאר זייערע קינדער.
Wall clocks
הערליכע וואנט זייגערס פאר מתנות און דאס גלייכן

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 8:18 am

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

וואו האב איך מודה געווען אז וואקסינען העלפן? עס איז מיר נאר געווען אינטערעסאנט אז פראו וואקסין שרייבער ווייסן ניטאמאל אז די רעגירונג'ס אפיציעלע שטעלע איז, אז די אזויגערופענע וואקסין פריווענטעבעל דעזיזעס זענען נישט היילבאר.

ווייל אינעם אשכול "אלעס איבער וואקסינען", איז לעצטנס געווען א מדובר "וועם" עס איז וויכטיגער צו עדזשוקעיטן, די אנטי וואקסין שרייבער? צו אפשר גאר די פראו....


גוט מארגן. וואטוטצעך?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 8:49 am

בעזהשי"ת.

א גוט מארגן א גוט יאר פאר אייך אויך. ברוך השם ביי מיר איז אלעס אין בעסטן ארדענונג, וויאזוי פילט איר היינט? וואס טוט זיך עפעס ביי אייך?.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 8:55 am

בעזהשי"ת.

kosher travel האט געשריבן:זאג מיהר, האסטו אפשר מודה געוועהן אז אמעריקא האט גאלאנדעט א מענטש אויף די לבנה?


דאס פעלט דען אויס מודה צו זיין? איך זע דאך בחוש מענטשן כסדר וואס קומען אראפ גראד פון די לבנה...

און בדרך אגב, דער ערשטער אסטראנאט האט תיכף מיטגענומען מיט זיך אביסל זאמד פון די לבנה.. קען זיין אז עס איז אים אריין אין די אויגן אביסל. איך האף אז נישט, מ'קען אבער נישט וויסן. דו ווייסט פערצופאל?....
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:00 am

בעזהשי"ת.

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:מען וואלט שוין געדארפט מאכן א וואקסין קעגן די אנטי וואקסין קרענק מען זאל חלילה נישט ווערן אנגעשטעקט


מ׳קען נישט וואקסינירן אויף א מחלה וואס האט נישט קיין רפואה.

כ'פארשטיי נישט, וואס וועט העלפן א וואקסין זיי נעמען דאך נישט?????


ר' פרידן דארף א וואקסין פאר זיך, וואס ער זאל קענען אליינס זיך שטעכן. וואס דאס זאל מאכן אז ער זאל חלילה נישט צוקומען צו די שרעקליכע מחלה צו טראכטן אז אפשר איז דא עפעס א פראבלעם מיט וואקסינען.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

בבל
שר האלף
תגובות: 1775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:08 am

מען קען מאכן א ניי מוסד פאר די אלע וואס נעמען נישט וואקסינס פינקט ווי מען דארף מאכן א עקסטרע בור פאר די וואס ווילן נישט גיין אין שויער פארן מקוה
ק'' י איז געבענטשט מיט עקסטרעמיסטן א נייע לב טהור באוועגונג קען האבן גיטע פאטענשלס

בבל
שר האלף
תגובות: 1775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:11 am

קען איינער ברענגען די ריקארדינג? מיין מיידל האט געהאט אויפגעהויבן אין ביים צירקריפן איז עס געווען א מאדענע פרויען האט ליין

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 1:16 pm

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

א גוט מארגן א גוט יאר פאר אייך אויך. ברוך השם ביי מיר איז אלעס אין בעסטן ארדענונג, וויאזוי פילט איר היינט? וואס טוט זיך עפעס ביי אייך?.

איין זאך, פון וואו ווייסטו אזוי שנעל אז עס איז דא נאך אן אשכול וואו מענטשן האלטן פון די שעדליכע וואקסינען.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 2:00 pm

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:מען וואלט שוין געדארפט מאכן א וואקסין קעגן די אנטי וואקסין קרענק מען זאל חלילה נישט ווערן אנגעשטעקט


מ׳קען נישט וואקסינירן אויף א מחלה וואס האט נישט קיין רפואה.

כ'פארשטיי נישט, וואס וועט העלפן א וואקסין זיי נעמען דאך נישט?????


ר' פרידן דארף א וואקסין פאר זיך, וואס ער זאל קענען אליינס זיך שטעכן. וואס דאס זאל מאכן אז ער זאל חלילה נישט צוקומען צו די שרעקליכע מחלה צו טראכטן אז אפשר איז דא עפעס א פראבלעם מיט וואקסינען.

וואסיז, דו שטעכסט נישט גענוג?
Innocent until proven Republican

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 8:24 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:מען וואלט שוין געדארפט מאכן א וואקסין קעגן די אנטי וואקסין קרענק מען זאל חלילה נישט ווערן אנגעשטעקט


מ׳קען נישט וואקסינירן אויף א מחלה וואס האט נישט קיין רפואה.

כ'פארשטיי נישט, וואס וועט העלפן א וואקסין זיי נעמען דאך נישט?????

מען רעדט פון די נארמאלע מענטשן וואס נעמען נאך איצט וואקסינען, אבער מיט די אנטי וואקס פראפאגאנדע קען מען נאך ח''ו אנגעשטעקט ווערן און איבערכאפן די מחלה.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

בבל
שר האלף
תגובות: 1775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 4:01 pm

יעצט ערש'ק 20 פארן זמן גייט ארים א ריקארדינג אויפן טעלעפאן אין ק' 'י פין יענע אנטי וואקסין חברה

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מוצ"ש דעצמבער 29, 2018 11:24 pm

צירוק צום קעפל.

רעדעך אסאך מיט, און איך האב ארום מיר אסאך חברה וואס געבן נישט קיין וואקסינען, און איך קען גאנצעטע פאמיליעס וואס האבן געהאט מיזעלס ביינונז אין די העלטי סטעיט אף מאנסי נ''י, און קיינער פון זיי איז צי קיין דאקטערס אפיס אריינגעטראטן נאכער וואס ביי זיי איזעס פונקט אזוי ווי טשיקען פאקס.

עס איז א חלק פון די מאוומענט אז מען גייט נישט צום דאקטאר, און עט דיס פוינט האלט איך אז זיי זענען גערעכט פשוט וועגן די רדיפות וואס זיי באקומען ווען זיי גייען צום דאקטאר.

אבער א טשעין קאל איז זיכער אומאחריות'דיג.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג דעצמבער 30, 2018 10:15 am

די פאון קאל פארן זמן פארשוואצט די גאנצע אנטי מערכה. עס האט געהאט א פנים ווי א ווילדע פאשקעוויל.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט