איז געבליבן מ'זאל מאכן א נאסיפע..!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

פיצי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 1:44 am

איז געבליבן מ'זאל מאכן א נאסיפע..!

תגובהדורך פיצי » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 5:47 pm

....

היי עווריבאדי, יעדע רידא..?? דאכט זיך איינער פעלט נאך, ווער זיצט דארט געווענליך? אה, פיין... דא איזער... קעמיר שוי נאנהייבן די העכסט וויכטיגע און אומפאזאנטע מיטינג.

אזוי.. טו מיר א קאווע ביטע, ש'כח. עכככ... עכככ.... אכח.. חכעח.. עכע... אביסל הייס-ריזיג היינט.. אבער פאר אזא אימפארטענט מיטינג, האמיר שוין גע'אייער'ט דעם וושט אויך. זוי וויכטיג איז די מיטינג.

זאג, דו ווילסט קומען צום ווארט? ווא לאזניש וועט עס מוזען גיין צו דיר (דעי דזשאק קריכככט שוין), אקעי...

"מיר זענען זיך דא צאמגעגאנגען, אלע פארזאמעלטע מענטשעס, אז מ'גייט מאכן א נאסיפע איבער די נויסע פון..."

און סע'האט געפלאצט, טישן זענען געפלויגן.. בענקלעך געפארן... פענסטער געעפנט... א קיצור, אלעס האט געשריגן און געשפיגן..

"פיצי..!, אלעס האט א שיעור, דו האסט עפעס צו זאגן, אדער נישט?"

"דו רופסט אונז פאר א מיטינג, און דו קומסט נישט צום ווארט"

אקעי, אקעי, לאמעך ענק מסביר'ן, קודם גייט מען אריינברענגען טענדשערינס פאר יעדעם, מ'גייט מאכן הויך א ברכה צוזאמען, זיך אביסל בארואיגן, און נאכער העלמיר גיין ווייטער מיט די פראגראם.

דעי נעני אויפן פלאץ האט שוין עקספיריענס זעהט אויס, מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט פארט אריין א טאץ מיט א בארג סיני פון טענדשערינס, זי טיילט פאר יעדעם נאר איינס. "ווען מ'ענדיגט שיין, קען מען באקומען נאך איינס" טענה'ט זי, ווי כאילו דעי בעבי טענדזשערין האט שוין איינעם זאט געמאכט זייט ער איז געבוירן,.

צוריקקוקענדיג די מעשה כאפ איך מיך יעצט אז איך האלט אינמיטן טרינקען א קאפי..! א טענדזשערין מיט א קאפי..?! יו נעווער קנאו, ש2018#!!

עניהאו.. דער עולם האט זיך גענומען שיילן די אראנדזשע בונדלעך, און נאך די שאלאכטס פראצעדור, איז דער בונדל הנקרא טענדזשערין אריין אין די מיילער בבת אחת.

און איך ווארט...

"פיצי, ס'דא א סינק אין דעם זאל?" פרעגט אביגדור, און דער גאנצער עולם קוקט מיך אן ווי כאילו זיי זענען געקומען נאר צו טרעפן א סינק דא.

"האלא, פארוואס לאכסטו אזוי פיצי??"

אטא אויף דעם האבעך געווארט!!

חברה, עטס זענטסט יעצט דיאגניזירט געווארן מיט העשטעג ען. עם. טי. עס העידזש..!!

און דערוילעם האט עס געכאפט..! אהההה... דאס איזעס? טאקע א גרויסע פראבלעם!

העשטעג נ'עגל מ'יט ט'ענדזשערין ש'אלאכטס, איז א אישו וואס האט שוין זיכער אנגערירט אייך אדער אייער משפחה מיטגליד אויף א שווערע פארנעם. עס איז בעיקר אנשטעקיג ביי וואך-נאכטס, זכרים, אדער חאניקע פאדיס ביים באבין.. עס האט א שווערע אפעקט אויף די ארומיגע, און האט שוין ליידיג געמאכט שבע בראכעסער און קומזיצן אין די מאסן. עס איז אין אונזער הענט אפצושטעלן די עפידעמיע.. האבעך אויסגעפירט מיט פאטאס.


איז געבליבן מ'זאל מאכן א נאסיפע..
דו ביסט אויך אמאל געווען פיצי

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 5:56 pm

די ביסט פיייייייצצצצצצייייייייי
איך מיין ריזיג

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 7:56 pm

חחחחחחחח.......
וואס א פיצי טענדזשערין קען אלץ אנווירטשאפטן!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 9:04 pm

אחחח, איך האב פארפאסט די נאסיפע, זשינקס. שלעכטע נייעס דאס.
די גוטע נייעס איז אז פיצי גייט אפהאלטן נאך א אימפאאא אימפא... ס'גייט נישט, לאמיך טרייען נאכיינמאל: אימפאזאנטע נאסיפע, און אפשר וועל איך קענען דאסמאל מיטהאלטן,

פיצי, אומבאדינגט קאל מיר 2 מינוט פאר די הייבסט אן.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 10:42 am

סגעווען טענזשערינס ? ! ! !
סנאך דא ?

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 1:24 pm

איך האב קיינמאל נישט געוואוסט, אז מען קען אזוי זאט ווערן פון טענזשערינס.
שכוח פיצי ;l;p- ;l;p- אין דער זייט :lol: :lol:
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:12 pm

א פרישע קאנאוין דא, קיפ אן פיצי.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 11:19 pm

א פיצי טענדשזערין דרייטצעך זיך ארום און קיצלט דעם עולם.....
. . . . . . .

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 4:55 am

;l;p-
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 5:48 am

פיצי ווערסט שוין באלד ריזיג מיט דיינע אנעליזן...
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
זיכער יא
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:37 pm

תגובהדורך זיכער יא » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:01 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:א פיצי טענדשזערין דרייטצעך זיך ארום און קיצלט דעם עולם.....

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג פאברואר 12, 2019 3:33 pm

אן אוועטער פאר פיצי
tangerine.jpg
tangerine.jpg (5.27 KiB) געזעהן 1343 מאל
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג פאברואר 12, 2019 3:35 pm

tangerine1.jpg
tangerine1.jpg (7.83 KiB) געזעהן 1341 מאל
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:12 pm

1E9307CF-9C96-4D3A-AA2E-43C0C09AE0F4.jpeg
1E9307CF-9C96-4D3A-AA2E-43C0C09AE0F4.jpeg (12.66 KiB) געזעהן 1320 מאל
.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:17 pm

:lol: :lol:

ביסט ווערי קיוט פיצי. ווער אביסל גרעסער...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:42 pm

ער איז שוין גרויס געווארן און איבערגעלאזט די אלע שטותים... היינט ארבעט ער און ער לערנט א גאנצע טאג.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג פאברואר 12, 2019 5:14 pm

טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג פאברואר 12, 2019 6:06 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:איז געבליבן מ'זאל מאכן א נאסיפע..!

א גרויסן ש'כח, שוין לאנג געזוכט
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג פאברואר 12, 2019 11:54 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:איז געבליבן מ'זאל מאכן א נאסיפע..!

וואו איז דא די ווערטער?

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מיטוואך פאברואר 13, 2019 11:51 am

נישט באקאנט.

איך האב מיר דאס אויסגעלערנט פון דא.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 5:12 pm

קרעדיט: שטאלצער איד.

קניידל פארעם האט געשריבן:... הקהל...עדה הקדושה ... היקרים לאמיר אייך פאציילן א מעשה
א מעשה
איז קיין כעלעם געקומען צו גיין א שמיד
און א שמיד איז דאך א שווארצער
און א שווארצער איז דאך א ציגיינער
און א ציגיינער איז דאך א גנב
און א גנב וועט דאך בא'גנב'נען דאס שטעטעלע
וואסזשע זאל מען מאכן

איז געבליבן מ'זאל מאכן אן אסיפה

און די אסיפה האט באשלאסן

אז מ'זאל שטעלן א שומר אין די שטעטעלע
איז געווארן א רעש און געטומל אין דאס שטעטעלע
אז מ'וועט שטעלן א שומר אין דאס שטעטעלע
און דער שומר וועט דאךמוזן שטיין סיי זומער סיי ווינטער
עט דאך חלילה זיין צומאל אז דער שומר זאל פארפרוירן ווערן
וואסזשע זאל מען מאכן

איז געבליבן מ'זאל מאכן אן אסיפה

און די אסיפה האט באשלאסן

אז מ'זאל קויפן פארן שומר א פעלץ
איז געווארן א רעש און א געטומל אין דאס שטעטעלע
אז מ'וועט קויפן פארן שומר א פעלץ
און דער פריץ גייט דאך אויך אין א פעלץ
וועט מען דאך נישט וויסן וועלכער ס'איז דער פריץ און וועלכער ס'איז דער שומר
וואסזשע זאל מען מאכן

איז געבליבן מ'זאל מאכן אן אסיפה

און די אסיפה האט באשלאסן

אז דער שומר זאל גיין מיט'ן פעלץ אויף די איבערגעדרייטע זייט
איז געווארן א רעש און א געטומל אין דאס שטעטעלע
אז דער שומר וועט גיין מיטן פעלץ אויף די איבערגעדרייטע זייט
און דער יעגער וועט גיין שיסן דעם בער
וועט ער דאך חלילה שיסן דעם שומר
וואסזשע זאל מען מאכן

איז געבליבן מ'זאל מאכן אן אסיפה

און די אסיפה האט באשלאסן

אז מ'זאל קויפן פארן שומר א פערד
איז געווארן א רעש און געטומל אין דאס שטעטעלע
אז מ'וועט קויפן פארן שומר א פערד
וואו זאל מען שטעלן דעם פערד
זאל מען שטעלן דעם פערד אויבן אן דארטן זיצן דאך לויטער פערד
זאל מען שטעלן דעם פערד אין טהרה שטיבל דארט זיצן דאך לויטער פערד גנבים
וואסזשע זאל מען מאכן

איז געבליבן מ'זאל מאכן אן אסיפה

און די אסיפה האט באשלאסן

מ'זאל שטעלן דעם פערד צום עמוד
איז געקומען חזקאל די חזן צו שרייען
אז מ'וועט שטעלן די פערד צום עמוד
וואו זאל איך שטיין
וואסזשע זאל מען מאכן

איז געבליבן מ'זאל מאכן אן אסיפה.


איך וועל שוין מער נישט גנב'נען, נעמען יא

רבונו של עולם דו זאלסט מיר נישט שטראפן
דו זאלסט מיר נישט שטראפן
אז ווען איך גיי גנב'נען זאל יעדערער שלאפן

איך וועל שוין מער נישט גנב'ענען, נעמען יא

רבונו של עולם שטעל מיר אויף א שטייגער
ווען איך גיי גנב'ענען זאל זיין א גאלדענע זייגער

איך וועל שוין מער נישט גנב'ענען, נעמען יא
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט