בלאט 1 פון 1

ווען שטארבט מען ווען מ'טאנצט??

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 24, 2018 9:39 pm
דורך פיצי
אגי טעבאך יעדע ריינער!!

צום קעפל: אראפ פון ברידזש!!

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 24, 2018 9:42 pm
דורך פיצי
סארי, געוואלט טעיסטן די זייטן..!!

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 12:01 am
דורך נו גוט נו שוין
ווען מ'דרייטצעך איבער די דריטע מאל אויפן וועג אראפ....
ס'איז בערך צווישן דרייסיג און פופציג פיס, געוואנדן אויף די הייעך פונעם געוועזענעם מענטש, אויב קריכט ער ארויף ביז אויבן, קען פאסירט ווערן אז ווען ער האלט ביים ברידזש-פלאטפארמע איז ער שוין א געוועזענער....

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 12:44 am
דורך פעטער שמואל
א פיצי מענטש ברויך נישט קיין ברידזש, קענסט טאנצן פון טיש.....

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 1:41 am
דורך געריבענער סוחר
נו גוט נו שוין האט געשריבן:ווען מ'דרייטצעך איבער די דריטע מאל אויפן וועג אראפ....
ס'איז בערך צווישן דרייסיג און פופציג פיס, געוואנדן אויף די הייעך פונעם געוועזענעם מענטש, אויב קריכט ער ארויף ביז אויבן, קען פאסירט ווערן אז ווען ער האלט ביים ברידזש-פלאטפארמע איז ער שוין א געוועזענער....

קיקט אויס דו האסטעס שוין אויסגעטרייט, נו וויזוי טצכעס געפילט??

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 2:01 am
דורך נו גוט נו שוין
ס'איז געווען זייער זייער שרעקעדיג......
אבער ס'האטצעך געלוינט! ווייל פליענדיג האבעך איינגעזען אז ווי שווער די מצב זאל נישט זיין, איז דאס לעבן נאכאלץ בעסער....
און ב"ה מ'האט אנגעקומען מיין תשובה, כ'האב אריינגעפלאטשקעט אין וואסער, און געווארן כקטן שנולד, ס'איז געווען ס'גירות פון יאוש, צו האפענונג און דאנקבארקייט,
אויף מיין לעבן וואס איז מיר געשענקט געווארן מאיגרא רמא, לבירא עמיקתא....
איי איי ווי נעמט מען די אינגע יארן....

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 1:37 pm
דורך דערבארומדיג'ער
אויף @נוגוטנושוין גלייב איך עס, ער האט נאך איצט א קינד אויף זיינע פליגלען מיט וועם ער פליט ווילדערהייט העכערן וואסער!

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 1:54 pm
דורך פיצי קעפעלע
אז מען רעדט שוין, איז דאס טאקע די גרינגסטע וועג צו שטארבען? איז נישט דא א גרינגערע וועג? איך האב געפרעגט געשטארבענע לייט אבער זעהט אויס אז זיי זענען אנגעזאגט געווארען נישט צו ענטפערען אויף דעם.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 4:31 pm
דורך נו גוט נו שוין
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אויף @נוגוטנושוין גלייב איך עס, ער האט נאך איצט א קינד אויף זיינע פליגלען מיט וועם ער פליט ווילדערהייט העכערן וואסער!

;l;p-

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 4:32 pm
דורך נו גוט נו שוין
פיצי קעפעלע האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, איז דאס טאקע די גרינגסטע וועג צו שטארבען? איז נישט דא א גרינגערע וועג? איך האב געפרעגט געשטארבענע לייט אבער זעהט אויס אז זיי זענען אנגעזאגט געווארען נישט צו ענטפערען אויף דעם.

דיין ראיה איז לכאורה ווייל אלעס אויסער דאס האבן זיי גענטפערט, איא??

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 4:35 pm
דורך פיצי קעפעלע
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, איז דאס טאקע די גרינגסטע וועג צו שטארבען? איז נישט דא א גרינגערע וועג? איך האב געפרעגט געשטארבענע לייט אבער זעהט אויס אז זיי זענען אנגעזאגט געווארען נישט צו ענטפערען אויף דעם.

דיין ראיה איז לכאורה ווייל אלעס אויסער דאס האבן זיי גענטפערט, איא??

כאב נישט געהאט אנדערע קשיות צו פרעגען, וואסארא געשעפטען האביך דען מיט טויטע? וואס טיצעך אויף יענע וועלט? וועט נישט אויסמאכען פאר מיר, איך בין אויף צרות עניוועי, איך ווייס אז איך האב נאך א לאנגע וועג תשובה צו טוען... (I’m serious)

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 4:45 pm
דורך נו גוט נו שוין
אוטש.....

אבער די האנט גיסטו נישט, מיט עפעס קענסטעך נאך מחזק זיין.... דיין באלבאס איז נאך מרוויח פון דיר אין זיינע געשעפטן...

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 4:51 pm
דורך אדער יא
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, איז דאס טאקע די גרינגסטע וועג צו שטארבען? איז נישט דא א גרינגערע וועג? איך האב געפרעגט געשטארבענע לייט אבער זעהט אויס אז זיי זענען אנגעזאגט געווארען נישט צו ענטפערען אויף דעם.

דיין ראיה איז לכאורה ווייל אלעס אויסער דאס האבן זיי גענטפערט, איא??

כאב נישט געהאט אנדערע קשיות צו פרעגען, וואסארא געשעפטען האביך דען מיט טויטע? וואס טיצעך אויף יענע וועלט? וועט נישט אויסמאכען פאר מיר, איך בין אויף צרות עניוועי, איך ווייס אז איך האב נאך א לאנגע וועג תשובה צו טוען... (I’m serious)

אז הכנעה האסטו ביסטו שוין גוט, ר"ר אלימלך שרייבט אז דורך הכנעה איז מען זוכה איבערצודרייען די יצה"ר צום גוטן

שורה 9-10

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 5:02 pm
דורך פיצי קעפעלע
קיין תשובה אויף פיצי און מיין שאלה איז אבער נאכנישט דא. עס זענען דא וואס עס איז זיי וויכטיג צו וויסן

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 5:37 pm
דורך סאדאם חוסעין
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, איז דאס טאקע די גרינגסטע וועג צו שטארבען? איז נישט דא א גרינגערע וועג? איך האב געפרעגט געשטארבענע לייט אבער זעהט אויס אז זיי זענען אנגעזאגט געווארען נישט צו ענטפערען אויף דעם.

דיין ראיה איז לכאורה ווייל אלעס אויסער דאס האבן זיי גענטפערט, איא??

פון זיי איז נישט קיין ראיה ווייל אונז ווייזן מיר דאך אז אין מביאין ראיה מן השוטים,
או די גמרא אין חגיגה זאגט שוין, אז א שוטה מיינט הלן ביית הקברות.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 11:49 pm
דורך נער הייתי
פון רבי ישעילע מקרעסטיר איז דא א מעשה וועגען טאנצען פון א בריק , רבי אלימלך בידערמאן האט עס דערציילט ביים יאר צייט

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 6:00 am
דורך Think and Thank
פיצי האט געשריבן:אגי טעבאך יעדע ריינער!!

צום קעפל: אראפ פון ברידזש!!

נישט ממש ריכטיג. מען 'שפרינגט' אראפ פון א בריק.

שפרינגען און טאנצן זענען צוויי אנדערע זאכן, כאטש די גירסא דינקותא ווייסט אפטמאל נישט צו פונאנדערשיידן.


(דערמאנט מיר פון די אינטערוויו אויף ענגליש מיט עטליכע חסיד'ישע בחורים וואס זענען געווען פארכאפט אין חברון, ווי איין בחור האט דערציילט אז "I had to dance out of the window"...

Re: ווען שטארבט מען ווען מ'טאנצט??

געשריבן: מאנטאג פעברואר 22, 2021 4:40 pm
דורך סיז מסודר
איינער וואס האט שוין געטרייט זאל לאזן וויסן דא די רעזולטאטן

Re:

געשריבן: מאנטאג פעברואר 22, 2021 4:47 pm
דורך Bissli
נער הייתי האט געשריבן:פון רבי ישעילע מקרעסטיר איז דא א מעשה וועגען טאנצען פון א בריק , רבי אלימלך בידערמאן האט עס דערציילט ביים יאר צייט

ווער קען אראפלייגן די מעשה פון ר’ ישעילע?
עס איז ווערט מען זאל וויסן וואס דער צדיק האט אלץ געטון.
וויפיל ער האט זיך אריינגעלייגט אין א מענטשעס פערזעינדליכע לעבן ביז ער האט זיכער געמאכט אז ער איז צוריק רייך און העפי אפילו ער האט זיך נישט אויפגעפירט אידיש

Re: ווען שטארבט מען ווען מ'טאנצט??

געשריבן: מאנטאג פעברואר 22, 2021 6:07 pm
דורך חבקוק
סיז מסודר האט געשריבן:איינער וואס האט שוין געטרייט זאל לאזן וויסן דא די רעזולטאטן

איר זענט אנגעקומען צום נישט ריכטיגן פארום.

פאר א שאלת חלום דריקט איינס.