דורכפעלער

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

תגובהדורך אידיש גערעדט » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:56 pm

אוי סאיז נארמאל, נישט קיין דורכפאל, אזא דורכפאל!!



#מעקן

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 12:42 pm

פארגאנגענעם עשי"ת נישט האבנדיג קיין פלאץ אינעם שטיבל אין ביהמ"ד צו לייגן טו"ת צוליב דעם פלייץ פון בחורים, בין איך אריין אין א צווייטע שטיבל וואס איז נישט געווען אזוי אנגעלייגט און זיך אריינגערוקט ביי איינע פון די טישן צווישן 2 בחורים און געלייגט טו"ת, אינצווישן האט זיך די מנין געשטעלט שמו"ע בין איך געבליבן געשטראנדעט אויף מיין פלאץ צווישן די 2 בחורים נישט קענענדיג ארויסגיין, צו מיין מזל האבן ביידע בחורים געדאווענט מורא'דיג ערליך און געלאסן, איך שטיי און ווארט אז איינער פון זיי זאל שוין אויסטרעטן, אה איינער האלט שוין ב"ה ביי מודים.. וכל החיים.. אט אט ווער איך אויסגעלייזט, דערווייל האט דער ש"צ אנגעהויבן הויכע שמו"ע.. קדושה.. ברוך אתה ד' המלך הקדוש, כאפט זיך דער בחור אז ער האט פארגעסן המלך הקדוש.. און הייבט אן פריש שמו"ע.....

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » דינסטאג יוני 05, 2018 5:07 pm

ס'איז א פארגאנגענהייט! :x

...די זמירות לשבת קודש אויף וואס כ'האב געארבעט די לעצטע 7 שעה.


גם זו לטובה
:smile:
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com


יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 12:34 pm

איך קאן נישט קומען צו זיך! זיץ איך מיר ביי א חתונה אזוי אליין ביי א טיש אריין געטוהן אין מיינע מחשבות איבער א טעללער זופ, א ליידיגע טיש נישטא ווער ס'זאל מיך אויף וועקן פון מיינע געדאנקן. שפאציר איך זיך אריין דא אין וועלטל און נישט מער נישט ווייניגער א קליפ פון הוד קדושתי מיין פרצוף אינעם טעללער, מיין עבודות הקודש. קאם אן. איך ווייס דו האסט מיך נישט געמיינט אבער....
לעצט פאראכטן דורך יענקל פאטאש אום דינסטאג אוקטובער 16, 2018 1:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 1:29 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:איך קאן נישט קומען צו מיר! זיץ איך מיר ביי א חתונה אזוי אליין ביי א טיש אריין געטוהן אין מיינע מחשבות איבער א טעללער זופ, א ליידיגע טיש נישטא ווער ס'זאל מיך אויף וועקן פון מיינע געדאנקן. שפאציר איך זיך אריין דא אין וועלטל און נישט מער נישט ווייניגער א קליפ פון הוד קדושתי מיין פרצוף אינעם טעללער, מיין עבודות הקודש. קאם אן. איך ווייס דו האסט מיך נישט געמיינט אבער....

האלא!! דו ביסט עס,
דו קוקסט אויס גאנץ מסודר, קעגן וואס איך האב געטראכט אז אזא יאנקעל קוקט אויס.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג ינואר 27, 2019 8:17 pm

די לעצטע פאר טעג איז מיר אלעס געגאנגן מיטן פיטום אראפ. כ'האב ב"ה זוכה געווען צו דורכפעלער איינס נאכן צווייטן...

אנגעפאנגן האט זיך עס מיטוואך ווען די רעביצין זאגט מיר אז די סטים ארבעט נישט. קום איך אהיים און איך צינד אן דעם בוילער. נאך א האלבע שעה נישטא קיין סטים. די קאפל טערמענינג (כ'האף ס'איז גוט געספעלט) איז מיר געגאנגן פאפן. ימ"ש.

פרייטיג אינדערפרי איז מיר מיין שגץ נישט אנגעקומען צו די ארבעט ימ"ש. א מיתה משונה זאל אים אנטרעפן בקרוב אז פון מארגן און ווייטער זאל ער שוין נישט קומען.

ערב שבת בינעך אנגעקומען שפעט צום שבת קודש אזש מ'האמער קוים אריינגעכאפט א מקוה'לע.

פרייטיג צו נאכט'ס ווען גאנץ כלל ישראל קומט אהיים מאכן קידוש און זיך זעצן צו די סעודה קום איך אהיים אווי מיט יעדן און איך גיב א קוק אריין וואס די טשולענט מאכט זיך צו כאפן אביסל דאס חיות אבער... די טשולענט שלאפט שוין... ס'איז זייער הייס, די האט פלעיט ארבעט אווי יעדע וואך אבער די טשולענט באבלט נישט... (א טרער אויפן פרישן קבר...)

שבת אינדערפרי דארף איך דיר נישט מסביר זיין וואס פאר א פנים די נשמת האט געהאט וויסנדיג וואס פאר א געשמאקע טשולענט ס'ווארט אים אפ...

די סעודה אליין איז מיר שווער אראפ צו לייגן וויזוי ס'האט אויסגעקוקט................ אזא טשולענט פאר אלע מיינע שונאים א יעדען ליל שישי 3:00AM מיט א פלעשל הייניקן...

במוצאי יום מנוכה האמער זיך אראפ געזעצט אויסהערן דעם רבין'ס זצ"ל שובבי"ם תורה. אוי האט דאס געריסן ביים הארץ ווען די רבי האט אראפגעלייגט וואס ס'געשעט מיט יעדע עבירה ר"ל (תשכ"ב). און ווען מ'האט געהערט פון די בעגראונד ווי די עולם פלאצט אויס אין געוויין.

היינט אינדערפרי האבעך למען השם געמוזט נעמען א טעטינעס שאט מיט א פול שאט אז די האנט זאל מיר וויי טוען פאר די קומענדיגע 2 טעג...

היינט בעפאר מנחה האבעך געמוזט אריבער לויפן מיט א קינד צו חי אורדזשענט קעיר צו מאכן א קאלטשער (מ'ווארט מיר אויף מארגן פאר די רעזאלט'ס) און קוים בצרות אריינגעכאפט א מנחה'לע.

היינט ביינאכט. נאו סאפער. חוץ ווער ס'ברויך די טשולענט שריים פון שבת...

אקיצור בלייבט פאר אונז מתפלל צו זיין אז דער בורא עולם זאל זיך שוין מרחם זיין און אונז ארויסנעמען פונעם שווערן גלות...
...טריפהנעם אמעריקע
...משיגענע טראמפ
... lord and yanny
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

Haklal
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג ינואר 27, 2019 9:47 pm

סארי, באט דאס איז נישט קיין דורכפעלער, דעס קומט אין די זיך בייזערן אשכול

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג ינואר 27, 2019 9:49 pm

נו, זאל דער באשעפער זיסער אייך ארויס נעמען מבירא עמוקתא בקרוב ממש

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג ינואר 27, 2019 10:52 pm

:lol: :lol: :lol:
Haklal האט געשריבן:סארי, באט דאס איז נישט קיין דורכפעלער, דעס קומט אין די זיך בייזערן אשכול
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » זונטאג ינואר 27, 2019 11:31 pm

Haklal האט געשריבן:סארי, באט דאס איז נישט קיין דורכפעלער, דעס קומט אין די זיך בייזערן אשכול

נאך אזוי פיל דורכפעלער לייגסטו איהם צו נאך איינס???
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:39 pm

תגובהדורך Come and go » זונטאג פאברואר 10, 2019 2:32 pm

נישט כאפענדיג האבעך אריין געלייגט מיין טעלעפאן אין מיין קאווע היינט בשעת'ן פארן אויפ'ן ראוד!
(פאר א נויט בינעך א גלינקטער)
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!


אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג פאברואר 10, 2019 3:53 pm

קומצעכדער! וואס רירסטו צו צום טעלעפאן אינמיטן דרייוון?!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט